ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

שליחה דורך הוגה »

[justify]ביי די לויה פון ר' מרדכי גרעבער ז"ל האט רבי חיים מאיר וואזנער שליט"א ארויסגעברענגט אז דער חשוב'ער נפטר איז א קרבן עולה וואס איז אומגעקומען מכפר זיין פאר אונז אלע, און דערביי האט ער מעורר געווען לתיקון און ער איז ארויסגעקומען גאר שארף אקעגן די טמא'נע כלים און טעכנאלאגיע, פארלאנגענדיג דערביי אז דער עולם זאל עס אוועקווארפן.

מוצאי יו"ט ווען איך האב געהערט איבער דער שרעקליכע טראגעדיע האט עס מיר גאר שטארק איבערגענומען. איך האב אבער געהאלטן אז עס איז נישט ריכטיג צו באשולדיגן דער פרומע געמיינדע אין זיין פארנאכלעסיג. אזעלכע טראגעדיעס געשעהן פון צייט צו צייט און עס קען פונקט אזוי פאסירן ביי עני אנדערע געמיינדע. עס איז א הארץ ווייטאג אבער אזעלכע זאכן געשעהן. אזוי גייט די וועלט. פארוואס פונקט ביי אים? פארוואס פונקט אין אונזערע געמיינדע? ווער ווייסט?

ווער ווייסט? רבי חיים מאיר וואזנער ווייסט. דער ממלא מקום וממשיך שלשול דדהבא פון קהל עדת פוסק הדור ווייסט פונקטליך פארוואס עס איז געשעהן. דער טייערע מרדכי ז"ל איז אומגעקומען צוליב מיין אייפון. דאס קליינע יתומ'ל און זיין מאמע די אלמנה? דאס איז צוליב דיין אומגעפילטערטע אינטערנעט. אן עולה תמימה! גאט ב"ה האט פשוט נישט געהאט קיין ברירה, די סאתו איז שוין געווען פיל האט מען עס געדארפט אויסליידיגן מיט א קרבן עולה. נישט א קוה, נישט אן איין יעריגע שעפסעלע, פאר אייפאונס דארף גאט מענטשליכע קרבנות. יעצט איז שוין אלעס פארשטענדליך?

איך האב אבער א גרויסע קשיא. מיר האבן דאך ערשט פאר צוויי וואכן צוריק געברענגט שבעה כבשים תמימים צו פארגעבן אויף אונזערע אייפאונס. אזוי האט אונז דאך מגלה געווען הגר"ח אשת חבר פון כ"ק הרבנית בת שבע זצוק"ל אין זיין מכתב תנחומין. מיר האבן זיך געטרייסט אז מיט דעם האבן מיר שוין אויסגעליידיגט גאט'ס טעכנעלאגיע סאה, שוין דארף מען נאך קרבנות?

ובכלל וואונדער איך מיר אלץ, פון וואו נעמען די מגידים די הסברים פארוואס צרות קומען? זיי האבן דאך נישט קיין מלאכים וואס זענען זיי מגלה, עכ"פ אויף ווי ווייט מיר ווייסן. אויב עפעס וואלט מען געדארפט טרעפן עפעס א קלארע קשר צווישן די חטא און די כפרה. לדוגמא, אויב איך בין ווען רבי חיים מאיר'ן וואלט איך געזאגט אזוי. היות דער טראגעדיא איז געשעהן בשעת דעם טאטענ'ס לויה, איז ער לכאורה געווען א כפרה פאר די טאטע פארן איינרעדן דעם עולם אז מ'טאר נישט אריין גיין אין א שטוב וואו עס איז דא אינטערנעט אדער אייפאונס. דער הלכה פסוקה פונעם פוסק הדור ז"ל האט שוין אפגעקאסט אומצאליגע שפיכת דמים. איך האלט נישט אז עס איז טאקע געשעהן צוליב דעם. אבער אויב זאגן הסברים, איז דען דער הסבר נישט מער מסתבר?

ביי א יעדע טראגעדיע רעגט עס מיר אויף פון פריש, ווען איך הער אזעלכע סלאגאנען ווי "עס איז א כפרה פאר אונז אלע, עס איז געשעהן צוליב דער אדער יענער פירצה, דער אייבישטער וויל אונז דערמאנען אז ער איז מיט אונז" וכדומה. סיריעסלי? דאס מאכט סענס פאר איינעם? הונדערט אידן טוען עבירות, ממילא פארברענט מען זיבן קינדער. אין וועלכע וועלט איז דאס פארשטענדליך?

שטעלט אייך פאר ווען א מלמד וויל שטעלן זיין כתה ה' מחוצפים אין פלאץ, ברענגט ער אריין די נורסערי קלאס און ער מקל'ט זיי אן די ביינער מיט א שטעקן. שפעטער ביי א שטורעמישע אסיפה איז דער מנהל מסביר אז מ'האט געמוזט איין מאל פאר אלעמאל אויסלערנען די כתה ה' יונגלעך.

איך האב א קוזין וואס איז גע'גט, ער האט נישט קיין פרנסה, צוויי קראנקע קינדער וכו' קיין גוטע טאג האט ער אין זיין לעבן האט ער געהאט. איך קלער צו גיין היינט ביינאכט און אפברענען זיין הויז, איך טראכט אז ווען ער וועט זיך אויפוועקן וועט ער ארויסטאנצן פון די צווייטע שטאק פענסטער און זיך צוברעכן די פוס. אזוי וועט ער וויסן אז "איך בין מיט אים". א גוטע פלאן? מאכט סענס?

איך ווייס אז איך האב געשריבן אביסל שארף אבער עס נעמט מיר ארויס פון די גלייזן און עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ. אדרבא, אויב איינער קען מיר מסביר זיין און דערלייכטן די אויגן וועל איך אים דאנקבאר זיין. פארוואס קען מען נישט פלעין באוויינען א קינד ביי זייער לויה אן עס פרובירן צו פארשטיין און ערקלערן? פארוואס קען מען נישט קלאגן אויף א טראגעדיע אן ארויף ווארפן באשולדיגונגען אויפן ברייטן ציבור ?


.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
_20150407_210223.JPG
_20150407_210223.JPG (309.37 KiB) געזען געווארן 7107 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 139 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר