אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש!

הודעהדורך עקפערימענטירער » זונטאג אפריל 19, 2015 5:42 pm

מיר האבן אן אינדוסטרי פון מעשיות. תהילים כולל האט מעשיות צו דערציילן, כולל חצות האט מורא'דיגע אפענע מופתים, דורך צניעות זעט מען ישועות און רפואות. הארראר סטאריעס פון אינטערנעט הערט מען יעדן טאג. מיר האבן סיפורי צדיקים בימים ההם ובזמן הזה. זענען די מעשיות אויפגעבאקן? ווי גרינג איז צו באקן א מעשה אז עולם גולם זאל עס גלייבן? ווי גרינג איז "מעורר" צו זיין מענטשן דורך נארישע אויסגעטראכטע מעשיות? אויב די מעשה האט א עכטע נאמען פון א מענטש נעמט איינער די מיה עס נאכצוקוקן? איינער קעירט נאכצוגיין א מעשה צו פרעגן אויב עס איז אמת פאר'ן עס דרוקן פאר'ן פאבליק?

צוויי חדשים צוריק האב איך געהאט די טענה'ריי מיט א חבר. ער האט געזאגט אז די מעשיות זענען מסתמא עכט. ס'מאכט נישט קיין סענס אז מ'באקט מעשיות, האט ער גע'טענה'ט. פארשטייט זיך אז מיין חבר האט מודה געווען אז אפילו אויב די מעשיות זענען עכט מיינט עס גארנישט, אבער מיר האבן זיך גע'טענה'ט אויף די עצם נקודה צי מ'קען פארדרייען מענטשן א קאפ מיט פאלשע מעשיות. כ'האב אים געזאגט אז כ'גיי מאכן אן עקספערימענט, און אים ווייזן ווי גרינג מ'קען משוגע מאכן מענטשן מיט נארישע פאלשע מעשיות.

אומר ועושה, כ'האב מיך געזעצט טוהן די ארבעט און געמאכט אן עקספערימענט. פאלגענד זענען די רעזולטאטן.
***

אין "דער איד", דער נומער פון פרשת צו, שבת הגדול, תשע"ה, איז ערשינען א מורא'דיגע מעשה. אן ערשטהאנטיגע ערצעהלונג וועגן דעם שרעקליכן חורבן פון קאמפיוטער און אינטערנעט. אויף צוויי עמודים האט דער ארטיקל דערציילט ווי אזוי אינטערנעט האט חרוב געמאכט א אידישע שטוב, געברענגט א בחור צו גיין אראפ פון דרך, גורם געווען לוקימיע פאר א טאכטער און געברענגט שרעקליכע צרות ברוחניות ובגשמיות פאר די גאנצע פאמיליע.

אידן איבער די וועלט האבן געליינט די מעשה, מענער פרויען און קינדער האבן מיטגעשאקלט מיט'ן קאפ וויסענדיג אז די מעשה באשטעטיגט טאקע אלעס וואס אונזערע רבנים און עסקנים זאגן אונז וועגן אינטערנעט. אפילו מיט פילטערס איז א אידישע שטוב נישט באשיצט!! מ'טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אפילו אונטער שלאס און ריגל, האט די מעשה אויפגעוויזן קליפ און קלאר.

דער ברסלבער משפיע פון א"י הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז ציטירט געווארן אין דעם מעשה מיט דראמאטישע שרעקעדיגע רייד: "מיאוס'קייט, טומאה, די רוח הטומאה, קען מען נישט איינשליסן מיט שלעסער. ווען דאס איז איינגעשפארט אין לעדל בלייבט עס נישט דארט... דאס גייט ארויס פון דעם שיפלאד, ארויס פון דעם שטוב, און פילט אן דעם גאנצן הויז." ממש א פחד!

אט דא ליינט די מורא'דיגע מעשה פון "דער איד":
בילד
בילד




דער ארטיקל האט געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג און איז די נעקסטע וואך אויך געדרוקט געווארן אין "דער בלאט" אין דעם פסח נומער.

בילד
בילד



נאך ליינער זענען נתעורר געווארן, אזש ביז ס'האבן זיך געיאוועט עסקנים וואס האבן מחליט געווען אז אזא געוואלדיגע ארטיקעל איז דאך א שאד אז ס'זאל נאר געליינט ווערן דורך די ליינערס פון די צייטונגען, און האבן לכבוד שבת פרשת שמיני אפגעדרוקט די מעשה אין א שיינעם גליון און פארשפרייט אין די בתי מדרשים.

בילד


איין פראבלעם מיט די מעשה איז: עס האט קיינמאל נישט פאסירט. דאס האב איך אליין אויסגעזויגן פון פינגער פון אנפאנג ביז'ן סוף. קיין איין ווארט פון די מעשה איז נישט אמת.

כ'האב אריינגעשיקט די מעשה דורך אימעיל צו "דער איד" און "דער בלאט" און זיי האבן עס אפגעדרוקט כמו שהוא (דער בלאט האט ארויסגענומען די נאמען פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער און אנשטאטס דעם געשריבן "א צדיק ומשפיע"). נישט דער איד און נישט דער בלאט האבן אינטערסירט אויב די מעשה איז אמת אדער נישט. זיי האבן מיך ניטאמאל געענטפערט אין אימעיל. די עסקנים וואס האבן געדריקט די גליון און פארשפרייט אין בתי מדרשים האבן עס געליינט אין די צייטונגען און האבן אויך קיינעם נישט געפרעגט אויב די מעשה איז אמת, נאר געגאנגען פארקויפן שטרוי אנצושרעקען נאך מענטשן.

איך אליין האב געהערט מענטשן אין ביהמ"ד נאכדערציילן די מעשה, נישט חלום'ענדיג אז דער בעקער זיצט נעבן זיי... מיין חבר, וואס מיט אים האב איך געמאכט די עקספירעמענט, האט געדארפט זיצן אין זיך איינהאלטן פון געלעכטער ווען זיין טאטע האט דערציילט די מעשה ביי א חול המועד סאפער...

אבער ווי אזוי קען איך אייך איבערווייזן אז דאס האב איך טאקע אויסגעטראכט? כ'האב געוואלט זיכער מאכן אז איך זאל קענען איבערווייזן אז איך האב די מעשה אויסגעטראכט. האב איך אין די מעשה אריינגעלייגט א באהאלטענע מעסעדזש, וואס די אלע וואס האבן געדרוקט און געליינט די מעשה האבן נישט גע'חלום'ט אז די מעסעדזש אין באהאלטן...

אויב נעמט מען די ערשטע אות פון יעדע זאץ דורכאויס די גאנצע מעשה אנפלעקט זיך די פאלגענדע מעסעדזש:

די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער
אויסגעזויגן פון פינגער
פתי יאמין לכל דבר
אינטרנט הוא כלי מחזיק ברכה למרות מסע האיומים והפחדות
(דער אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה טראץ די טעראר און שרעק קאמפיין)
ישמע חכם ויוסף לקח ונבון תחבולות יקנה (משלי א:ה, דער חכם זאל פון דעם זיך לערנען א לעקציע, און דער פארשטענדליכער זאל קונה זיין תחבולות זיך ארויסצודרייען פון די נארישקייטן וואס מ'פארקויפט אונז)
תהיה חכם חזק ועצמאי (זיי קלוג, שטארק, און זעלבסטשטענדיג)
אמן.

בילד
בילד

יא, אמת, כ'האב אנגעשראקן מענטשן מיט א פאלשע מעשה, ס'איז א עוולה, אבער מיר ווערן באמבאדירט מיט אזעלכע פאלשע מעשיות טאג נאך טאג, צי פאר פינאנציעלע סיבות צי אויף צו פראפאגאנדירן יושבי חושך סטאנדארטן. האב איך מחליט געווען דאס צו טון דאס איינע מאל פאר די greater good צו דעמאנסטרירן און ברענגען צום אויפמערקזאמקייט ווי אזוי מ'קען אין אונזער געזעלשאפט פארקויפן טפשות און לאקשן.

והחי יתן אל לבו.
עקפערימענטירער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2015 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך בן תמליון » זונטאג אפריל 19, 2015 5:48 pm

איינס און א גוטס. כ'האב א געפיל דאס דא גייט גיין וויירעל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1454
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1533 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג אפריל 19, 2015 5:49 pm

MY GOSH!!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5281 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג אפריל 19, 2015 5:52 pm

אנפריקענבעליעוועבעל! צו ס'איז אמת צו ס'איז נישט אמת, לויט די "בייבעל קאוד גלויבן" איז דאס תורת משה מסיני...

וויאזוי האסטו געוויסט אז די רעדאקטארן פון דער איד גייען עס נישט עדיטען און פארלירן דיינע באהאלטענע מעססעדזשעס?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואליש אום זונטאג אפריל 19, 2015 6:30 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2437
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג אפריל 19, 2015 5:53 pm

זייער אינטערעסאנט.
איך ליין נישט קיין צייטונגען, אבער איך נעם אראפ יעדע וואך גליונות פון לדעת, און די וואך האב איך אויך אראפגענומען דעם גליון, איך האב עס געליינט און געשפירט אז עס איז נישט אמת, עס איז ארויסגעזויגן פון פינגער, נכרין דברי שקר. און איך האב הנאה צו זען אז כ'האב ריכטיג צוגעטראפן.
ווען איך ליין אן אמת'ע מעשה טאטשט עס מיין הארץ, און די מעשה האט עס נישט געמאכט.
http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20150418&gil=1977
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2020
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3942 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג אפריל 19, 2015 5:58 pm

זאג ,דו ביסט ראובן'ס נייע ניק? אדער איז דער שפיצל גאר דער סיבה פאר דיין נייע ניק?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5299
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6739 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2370 מאל

הודעהדורך הבא ללמד » זונטאג אפריל 19, 2015 5:58 pm

פארוואס קען איך נישט זיען דע בילד?

אינטערסאנט בשעתן ליינען האב איך גלייך אפגעמאכט אז עס איז נישט אמת ווייל זייער א ענדליכע מעשה איז ארויס געקימען און איינע פין דע סקווירא בלעטער, און עס איז געווען זייער פאני אז פינק האט זיך איבערגעחזרט דע זעלבע מעשה

אבער באמת'ן איז נישט קיין שום עולה פין זייערע זייט זיי זיכען אנצפילען גאנצע בעלטער איז פארוואס זאלען חושש זיין אז איינער מאכט דער גענאר פין זיי, כ"ש ווען יעדער ווייסט אז זיי שרייבען אפענע שקרים ווען עס נויטיגט זיך פאר דע פארטייאישע אינטערעסען
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:46 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

הודעהדורך лпم iοوԴ » זונטאג אפריל 19, 2015 6:01 pm

רבוש"ע!! מיין רב האט דערציילט די מעשה ביי די שבת הגדול דרשה. ער האט געזאגט אז ער האט עס געהערט פון א "מקור ראשון".... (ער האט עס געמוזט ליינען אין דער איד ווייל כ'זעה אז ס'איז הערשט געווען אין דער בלאט נאך שבת הגדול)
באניצער אוואטאר
лпم iοوԴ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 302
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג אפריל 19, 2015 6:03 pm

איך קוילער מיר פאר געלעכטער דא. דו ביזט זיס ווי צוקער און דיין שטיקל איז געוואלדיג. מען קען אבער פון דעם נאכנישט ארויסנעמען אז זיי אליינס לייגן אריין בשאט נפש פאלשע מעשיות. עס צייגט אבער יא אויף די שרעקליכע קאליבער סחורה און ארבייט וואס די חברה פרעזענטירן פארן עולם. אויך לערנט עס אונז קיינמאל צו גלייבן מעשיות.

דער עולם האקט אין גרויסן...


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2613
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6538 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5848 מאל

הודעהדורך ביבער » זונטאג אפריל 19, 2015 6:07 pm

אבער פארוואס זאל א צייטונג וואס בעט 1000$ צו מער פאר א פעידזש פארוואס זאלן זיי אריינלייגן 2 גאנצע בלעטער וואס איינער עפעס מיט א אימעיל אדרעס שיקט אריין?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 587
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 570 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג אפריל 19, 2015 6:07 pm

אויב די קלאגעס זענען אמת דאן שטייגט די סקאנדאל איבער די פארווארדס פלאגיארזים סטאנדאל פי כמה. דאס איז נישט קיין זשורנאליזם סומעטאכע אבער בעצם א סקאנדאל איבער די סאמע יסוד פון אינפארמאציע און אמת אינערהאלב די חסידישע לאגער.

עקספערעמענטירער, קענסט לייגן א סקרינשאט פון דיין אימעל צו דער איד און דער בלאט?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2437
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 19, 2015 6:08 pm

די פראבלעם איז אז די בלאט ניצט זייערע אינוועסטגעטינג שטאב נאכצוגיין אויב די מצה אין אריזאנא איז טריקענער ווי אין בודאפעסט, און צו די ווארדיינע דיין פון פלעטבוש איז געוון ביי כ"א כסליו. בלייבט נישט איבער צייט פאר זיי נאכצוגיין א יעדע מעשה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רויטע וואנצעס אום זונטאג אפריל 19, 2015 6:09 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4736
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9038 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג אפריל 19, 2015 6:08 pm

ביבער האט געשריבן:אבער פארוואס זאל א צייטונג וואס בעט 1000$ צו מער פאר א פעידזש פארוואס זאלן זיי אריינלייגן 2 גאנצע בלעטער וואס איינער עפעס מיט א אימעיל אדרעס שיקט אריין?


דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט, דאס איז אן אומזינסטע ארטיקל פאר זיי. פארקערט, זיי שפארן זי פון באצאלן פאר זייער אומפערלעסליכע שרייבער און דריקן עס אומזינסט פון אן אומפארלעסליכן אימעיל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2437
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » זונטאג אפריל 19, 2015 6:09 pm

משונה'דיג שטיקל
רבונו דעלמא כולה
דו ביסט גוט משוגע, מר. @עקפערימענטירער...
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 405
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

הודעהדורך קאסטנער » זונטאג אפריל 19, 2015 6:10 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאסטנער אום זונטאג אפריל 19, 2015 6:14 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 376
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג אפריל 19, 2015 6:12 pm

וואנצי אוי זאגסטו נעבעך גוט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5299
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6739 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2370 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג אפריל 19, 2015 6:13 pm

ב"ה ס'פארט שוין ארום אויף וואטסעפ.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1757 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג אפריל 19, 2015 6:15 pm

ווי פלעג ר' יענקעלע זאגן, אויב ס'וואלט נאר געקענט זיין אמת איז שוין...
אינטואיציה איז גאט'ס וועג פון זאגן, "איר זעט? איך בין נישט אינגאנצן פרעדיקטעבל."
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2859
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2562 מאל

הודעהדורך אחד העם » זונטאג אפריל 19, 2015 6:20 pm

אויב איז די גאנצע שפיל, וואס די האסט אנגעבליך אנגעדרייט, א הוכחה אז מ'קען דרייען מענטשען א קאפ, און זיי איינרעדן וואס סלאזט זיך [ הגם איך דארף נישט דיין הוכחה, סאיז פשוט אזוי ]. נא, אז איך בין שוין משוכנע, אולי איז דיין גאנצע ארטיקל אויף קאווע שטיבל אויך נישט מער ווי א 'סאשיל עקספירימענט' און די די דרייסט דא כפרות מיט אונז.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אחד העם אום זונטאג אפריל 19, 2015 6:23 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אייל: ואם יום אחד תרצי כמו כל גוזל קטן, לחתוך את השמיים לכבוש את העולם, תמיד אהיה שם בשבילך, אתן את כל כולי, הוי ילדתי. אלין: וכשהיום יבוא ואצא אל החיים, אם ארצה לעוף גבוה ולגעת בשחקים, אקח לי רגע בשבילי, וכמו תמיד אשוב אליך, אבא שלי.
(מתוך דו-שיח בין אייל גולן ובתו אלין-תמיד בשבילך)
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 687
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 674 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

הודעהדורך עקפערימענטירער » זונטאג אפריל 19, 2015 6:23 pm

יואליש האט געשריבן:וויאזוי האסטו געוויסט אז די רעדאקטארן פון דער איד גייען עס נישט עדיטען און פארלירן דיינע באהאלטענע מעססעדזשעס?

כ'קען זייער מענטאליטי און כ'האב געוויסט אז זיי גייען עס נישט צופיל טאטשן. א זאך וואס כ'האב געהאט א הוה אמינא אז זיי גייען מעגליך וועלן טוישן האב איך געלייגט נאר אינמיטן א זאץ. למשל דעם נאמען פון ר' יעקב מאיר שעכטער האב איך נאר געלייגט אינמיטן א זאץ כדי ס'זאל נישט פארדרייט ווערן אויב זיי וועלן נישט דרוקן דעם נאמען, ווי ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט מיט דעם בלאט.
עקפערימענטירער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2015 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג אפריל 19, 2015 6:25 pm

אחד העם האט געשריבן:אויב איז די גאנצע שפיל, וואס די האסט אנגעבליך אנגעדרייט, א הוכחה אז מ'קען דרייען מענטשען א קאפ, און זיי איינרעדן וואס סלאזט זיך [ הגם איך דארף נישט דיין הוכחה, סאיז פשוט אזוי ]. נא, אז איך בין שוין משוכנע, אולי איז דיין גאנצע ארטיקל אויף קאווע שטיבל אויך נישט מער ווי א 'סאשיל עקספירימענט' און די די דרייסט דא כפרות מיט אונז.

Nothing is certain but death & taxes.

http://en.wikipedia.org/wiki/Death_%26_Taxes
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5299
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6739 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2370 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג אפריל 19, 2015 6:28 pm

כ'האב באקומען אן אימעיל אז מ'האט יעצט אנגעפרעגט ביי ר' יעקב מאיר שעכטער און ער האט באשטעטיגט די ווארהייט פון די מעשה. ר' יעקב מאיר האט זיך זייער שארף אויסדעדריקט קעגן די וועלכע פרובירן צו לייקענען די מעשה. דער באקאנטער משפיע האט אויסגעפירט אז אויב מ'וועט ליינען די ארטיקל אויף צוריקצווועגס און ארויסנעמען יעדע 49'סטע אות, כנגד האינטערנעט מ"ט שערי טומאה, וועט מען זעהן באשיינפערליך אז דאס איז אמת ויציב כחותמה של הקב"ה.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2437
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

הודעהדורך קאסטנער » זונטאג אפריל 19, 2015 6:28 pm

יואליש האט געשריבן:עקספערעמענטירער, קענסט לייגן א סקרינשאט פון דיין אימעל צו דער איד און דער בלאט?
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 376
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

הודעהדורך עקפערימענטירער » זונטאג אפריל 19, 2015 6:29 pm

יואליש האט געשריבן:אויב די קלאגעס זענען אמת דאן שטייגט די סקאנדאל איבער די פארווארדס פלאגיארזים סטאנדאל פי כמה. דאס איז נישט קיין זשורנאליזם סומעטאכע אבער בעצם א סקאנדאל איבער די סאמע יסוד פון אינפארמאציע און אמת אינערהאלב די חסידישע לאגער.

עקספערעמענטירער, קענסט לייגן א סקרינשאט פון דיין אימעל צו דער איד און דער בלאט?

כ'ווייס נישט וואס מ'האט פון די סקרין שאט, אבער דא איז עס גערן.

כ'האב געשיקט צו ביידע צייטונגען כמעט די זעלבע נוסח.
בייגעלייגטע פיילס
email.JPG
email.JPG (57.81 KiB) געזען געווארן 12684 מאל
עקפערימענטירער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2015 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג אפריל 19, 2015 6:31 pm

עקפערימענטירער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:אויב די קלאגעס זענען אמת דאן שטייגט די סקאנדאל איבער די פארווארדס פלאגיארזים סטאנדאל פי כמה. דאס איז נישט קיין זשורנאליזם סומעטאכע אבער בעצם א סקאנדאל איבער די סאמע יסוד פון אינפארמאציע און אמת אינערהאלב די חסידישע לאגער.

עקספערעמענטירער, קענסט לייגן א סקרינשאט פון דיין אימעל צו דער איד און דער בלאט?

כ'ווייס נישט וואס מ'האט פון די סקרין שאט, אבער דא איז עס גערן.

כ'האב געשיקט צו ביידע צייטונגען כמעט די זעלבע נוסח.


עפען אויך די דאטום און די רעסיפיענט אימעל אדרעס.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2437
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Yahoo [Bot] און 3 געסט

cron