אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עקפערימענטירער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2015 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש!

שליחה דורך עקפערימענטירער »

מיר האבן אן אינדוסטרי פון מעשיות. תהילים כולל האט מעשיות צו דערציילן, כולל חצות האט מורא'דיגע אפענע מופתים, דורך צניעות זעט מען ישועות און רפואות. הארראר סטאריעס פון אינטערנעט הערט מען יעדן טאג. מיר האבן סיפורי צדיקים בימים ההם ובזמן הזה. זענען די מעשיות אויפגעבאקן? ווי גרינג איז צו באקן א מעשה אז עולם גולם זאל עס גלייבן? ווי גרינג איז "מעורר" צו זיין מענטשן דורך נארישע אויסגעטראכטע מעשיות? אויב די מעשה האט א עכטע נאמען פון א מענטש נעמט איינער די מיה עס נאכצוקוקן? איינער קעירט נאכצוגיין א מעשה צו פרעגן אויב עס איז אמת פאר'ן עס דרוקן פאר'ן פאבליק?

צוויי חדשים צוריק האב איך געהאט די טענה'ריי מיט א חבר. ער האט געזאגט אז די מעשיות זענען מסתמא עכט. ס'מאכט נישט קיין סענס אז מ'באקט מעשיות, האט ער גע'טענה'ט. פארשטייט זיך אז מיין חבר האט מודה געווען אז אפילו אויב די מעשיות זענען עכט מיינט עס גארנישט, אבער מיר האבן זיך גע'טענה'ט אויף די עצם נקודה צי מ'קען פארדרייען מענטשן א קאפ מיט פאלשע מעשיות. כ'האב אים געזאגט אז כ'גיי מאכן אן עקספערימענט, און אים ווייזן ווי גרינג מ'קען משוגע מאכן מענטשן מיט נארישע פאלשע מעשיות.

אומר ועושה, כ'האב מיך געזעצט טוהן די ארבעט און געמאכט אן עקספערימענט. פאלגענד זענען די רעזולטאטן.
***

אין "דער איד", דער נומער פון פרשת צו, שבת הגדול, תשע"ה, איז ערשינען א מורא'דיגע מעשה. אן ערשטהאנטיגע ערצעהלונג וועגן דעם שרעקליכן חורבן פון קאמפיוטער און אינטערנעט. אויף צוויי עמודים האט דער ארטיקל דערציילט ווי אזוי אינטערנעט האט חרוב געמאכט א אידישע שטוב, געברענגט א בחור צו גיין אראפ פון דרך, גורם געווען לוקימיע פאר א טאכטער און געברענגט שרעקליכע צרות ברוחניות ובגשמיות פאר די גאנצע פאמיליע.

אידן איבער די וועלט האבן געליינט די מעשה, מענער פרויען און קינדער האבן מיטגעשאקלט מיט'ן קאפ וויסענדיג אז די מעשה באשטעטיגט טאקע אלעס וואס אונזערע רבנים און עסקנים זאגן אונז וועגן אינטערנעט. אפילו מיט פילטערס איז א אידישע שטוב נישט באשיצט!! מ'טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אפילו אונטער שלאס און ריגל, האט די מעשה אויפגעוויזן קליפ און קלאר.

דער ברסלבער משפיע פון א"י הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז ציטירט געווארן אין דעם מעשה מיט דראמאטישע שרעקעדיגע רייד: "מיאוס'קייט, טומאה, די רוח הטומאה, קען מען נישט איינשליסן מיט שלעסער. ווען דאס איז איינגעשפארט אין לעדל בלייבט עס נישט דארט... דאס גייט ארויס פון דעם שיפלאד, ארויס פון דעם שטוב, און פילט אן דעם גאנצן הויז." ממש א פחד!

אט דא ליינט די מורא'דיגע מעשה פון "דער איד":
בילד
בילד




דער ארטיקל האט געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג און איז די נעקסטע וואך אויך געדרוקט געווארן אין "דער בלאט" אין דעם פסח נומער.

בילד
בילד



נאך ליינער זענען נתעורר געווארן, אזש ביז ס'האבן זיך געיאוועט עסקנים וואס האבן מחליט געווען אז אזא געוואלדיגע ארטיקעל איז דאך א שאד אז ס'זאל נאר געליינט ווערן דורך די ליינערס פון די צייטונגען, און האבן לכבוד שבת פרשת שמיני אפגעדרוקט די מעשה אין א שיינעם גליון און פארשפרייט אין די בתי מדרשים.

בילד


איין פראבלעם מיט די מעשה איז: עס האט קיינמאל נישט פאסירט. דאס האב איך אליין אויסגעזויגן פון פינגער פון אנפאנג ביז'ן סוף. קיין איין ווארט פון די מעשה איז נישט אמת.

כ'האב אריינגעשיקט די מעשה דורך אימעיל צו "דער איד" און "דער בלאט" און זיי האבן עס אפגעדרוקט כמו שהוא (דער בלאט האט ארויסגענומען די נאמען פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער און אנשטאטס דעם געשריבן "א צדיק ומשפיע"). נישט דער איד און נישט דער בלאט האבן אינטערסירט אויב די מעשה איז אמת אדער נישט. זיי האבן מיך ניטאמאל געענטפערט אין אימעיל. די עסקנים וואס האבן געדריקט די גליון און פארשפרייט אין בתי מדרשים האבן עס געליינט אין די צייטונגען און האבן אויך קיינעם נישט געפרעגט אויב די מעשה איז אמת, נאר געגאנגען פארקויפן שטרוי אנצושרעקען נאך מענטשן.

איך אליין האב געהערט מענטשן אין ביהמ"ד נאכדערציילן די מעשה, נישט חלום'ענדיג אז דער בעקער זיצט נעבן זיי... מיין חבר, וואס מיט אים האב איך געמאכט די עקספירעמענט, האט געדארפט זיצן אין זיך איינהאלטן פון געלעכטער ווען זיין טאטע האט דערציילט די מעשה ביי א חול המועד סאפער...

אבער ווי אזוי קען איך אייך איבערווייזן אז דאס האב איך טאקע אויסגעטראכט? כ'האב געוואלט זיכער מאכן אז איך זאל קענען איבערווייזן אז איך האב די מעשה אויסגעטראכט. האב איך אין די מעשה אריינגעלייגט א באהאלטענע מעסעדזש, וואס די אלע וואס האבן געדרוקט און געליינט די מעשה האבן נישט גע'חלום'ט אז די מעסעדזש אין באהאלטן...

אויב נעמט מען די ערשטע אות פון יעדע זאץ דורכאויס די גאנצע מעשה אנפלעקט זיך די פאלגענדע מעסעדזש:

די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער
אויסגעזויגן פון פינגער
פתי יאמין לכל דבר
אינטרנט הוא כלי מחזיק ברכה למרות מסע האיומים והפחדות
(דער אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה טראץ די טעראר און שרעק קאמפיין)
ישמע חכם ויוסף לקח ונבון תחבולות יקנה (משלי א:ה, דער חכם זאל פון דעם זיך לערנען א לעקציע, און דער פארשטענדליכער זאל קונה זיין תחבולות זיך ארויסצודרייען פון די נארישקייטן וואס מ'פארקויפט אונז)
תהיה חכם חזק ועצמאי (זיי קלוג, שטארק, און זעלבסטשטענדיג)
אמן.

בילד
בילד

יא, אמת, כ'האב אנגעשראקן מענטשן מיט א פאלשע מעשה, ס'איז א עוולה, אבער מיר ווערן באמבאדירט מיט אזעלכע פאלשע מעשיות טאג נאך טאג, צי פאר פינאנציעלע סיבות צי אויף צו פראפאגאנדירן יושבי חושך סטאנדארטן. האב איך מחליט געווען דאס צו טון דאס איינע מאל פאר די greater good צו דעמאנסטרירן און ברענגען צום אויפמערקזאמקייט ווי אזוי מ'קען אין אונזער געזעלשאפט פארקויפן טפשות און לאקשן.

והחי יתן אל לבו.

דער אשכול פארמאגט 265 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר