א דילעמא מיט מיין פלאריסט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

א דילעמא מיט מיין פלאריסט

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

היום ערב שבת קודש.

ווי מיין מנהג די לעצטע פאר יאר, בין איך מיר נוהג צו קויפן צוויי פרישע הדסים יעדע ערב שבת קודש, לכבוד שבת קודש. איינס קעגן זכור און איינס קעגן שמור.

אין פרינציפ בין איך גאר א שטארקע חסיד פון איינקויפן ביי אידישע געשעפטן. און דער פראדוקט איז נישט אנדערש, איך קויף די הדסים ביי א אידישע פלאריסט. טראץ דעם וואס אויף די גאס קען איך קויפן ביי די בלומען פעדלער פאר ביליגער ווי אין געשעפט, און איך קען אפילו קויפן ביי א גוי אין געשעפט פאר ביליגער, אף על פי כן, קויף איך דאס ביים איד, פאר די טייערע פרייז פון דריי טאלער. אויפן גאס קען מען עס באקומען פאר צוויי, אפילו פארהאן אן ארט וואס פארקויפט עס פאר בלויז א טאלער.

געווענליך, יעדן ערב שבת, גיי איך אריין אין געשעפט, אזוי ווי ער באמערקט מיר, גיבט ער א שאקל מיטן קאפ, ווי צו פרעגן, "הדסים"? איך שאקל צוריק, ער גיבט מיר די הדסים, איך גיב אים די דריי טאלער, און מיט א גוט שבת אויף די לעפצן פארלאז איך דעם געשעפט מיט די צוויי בדי הדס אין די האנט. דער וועכנטליכע אויסטויש האלט שוין אן א שיינע פאר יאר.

היינט, בין איך אריין צו אים אין געשעפט, אין כרגיל יעדן ערב שבת, איז געווען די שאקל מצדו, אין די שאקל אויף צוריק מצדי, אבער דא האט זיך געמאכט א פראבלעם. איך האב געהאט אין טאש בלויז א פינעווער און צוויי סינגעלס, און ער האט נישט פארמאגט קיין רעשטע פון קיין פינעווער.

די אויספיר פון דעם עפיזאד וויל איך נישט ארויסשרייבן קלאר, אבער מאיזה סיבה האט עס מיר דערמאנט פון די קאלום אין "דער איד" "פארוואס אנטלויפט מען פון די היימישע געשעפטן"....

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר