רבינו תם - 2 פלאס 2, א מיסטערי וואס וועט נישט געלייזט ווערן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1602 מאל

רבינו תם - 2 פלאס 2, א מיסטערי וואס וועט נישט געלייזט ווערן

שליחה דורך עזריאל »

קאווע שטיבל איז די פאסיג ארט אויס צו געבן אונזערע פראבלעמען וואס דריקען אונז פון טיפעניש פון הארץ, ס׳דא וואס נעמען עס אן פאר אויף געקלערט, כפירה וכדומה, אבער איך זאג אייך די אמת רוב פראבלעמען פון וואס מיר רעדן דא האט שוין געדריקט פאר אונזערע עלטערן, נאר זיי האבן נישט געהאט קיין סאושל מידיע אדער קאווע שטיבל אז סזאל קענען ווערן ארויס געברענגט.

ברוך השם מיר האבן יא קאווע שטיבל במילא איז א חיוב אויף אונז ארויס צו ברענגען אונזער וויי געשריי, אזוי אז אפילו מיר וועלן זיך אפשר נישט טוישן אבער אונזערע קינדער ווען זיי וועלן באשליסן זיך צו טוישן זאלן וויסן אז זיי טוען די אויסגעהאלטענע זאך, סהאט שוין געדריקט פאר דעם פאריגן דור, ויש על מי לסמוך.

ליידער איז געווארן איינגעפירט א מנהג אז העכער די בר מצוה מוז יעדער גיין מיט רבינו תם מכנסים, ווען סוואלט ווען געוועהן געמאכט פון א פיינע דינע Soft סחורה החרשתי, אבער ליידער מאכט מען עס פון א הארטע, אום פיינע, נישט געשמאקע סחורה, סאיז עפעס א מין סחורה וואס איז זיכער נישט געמאכט פאר א מענטשליכער מין אנצוטאהן אויף זיין זעהל, מ׳קען אפיר זוכן יעדער סארט אונטערוועש וואס איז נאר דא אויפן מארקעט, קיין איינס דערפון איז נישט פון די סארט הארטער סחורה, סאיז א פשוטער זאך אז די סארט וועש קומט פון א פיינערע סחורה, און די גוישער וועלט וואלט אזא סארט נישט געהאט קיין איין קאסטעמער, די סחורה קומט אפשר פאר טישטעכער.

איך בין זיכער אז דער איינפיר פון אנטאהן די הארטע אומענטשליכער מעשה, איז מצער רוב יודן וואס טראגן דאס נישט בלויז אויף א טעגליכער פארנעם נאר אויף א מינוט׳ליכער פארנעם, דער עולם דרייט זיך ארום פארשוויצט, סאיז נישט דא וואס סזאל איינזאפן די שווייס ווייל כאמור איז אט דער סארט בגד נישט געאייגענט דערפאר, דער עולם ציט זיך די הויזן מיט די פאסיג, טייל קענען נישט באשליסן צו פאסיגעס אדער הויזן טראגער איז בעסער צו האלטן די הויזן אויך העכסטן שטאפל ארויף, נאך יעדער דריי מינוט וואקן מוז מען געבן א צי די אונטערשטע פון די הויזן אויף ארויף, איך רעד שוין נישט פון די זומער טעג ווען יעדער וואקט מיט א קנייטש, מיט א שופשוף, טרייענדיג אריינצוכאפן וואס מער פון די הויזן צווישן די פיס, העלפן העלפט עס א מכה, מ׳קען זעהן די אלטע יודן וואס און זייערע צייטן האבן נאך די היימישע קלאדינג סטארס נישט איינגענומען די הויזן פון אינטען זיי גייען מיט די הויזן ביז די האלטז, אזאש אז זיי קענען זיך חלילה דערווערגן....

א קיצור טויזענטער יודן זענען זיך מצטער יעדער מינוט, כמעט קיינער טראכט נישט אז סאיז קיין איסור אנצוטאהן עפעס אנדערשט, שטייט נישט און שולחן ערוך אז ממוז אנטוהן רבינו טעם׳ס, (אפילו די רבינו תם אליינס איז נישט געגאנגען דערמיט, און זיכער נישט די ר״י אדער רש״י) סאיז מותר לכל הדיעות - און לכאורה אפילו א שטיקעל חיוב צו טוישן אויף עפעס אנדערשט, סיי משום בעל תשקצו, סאיז א גרויל צו זעהן ווי יעדער היימישער יוד שלעפט זיך פון אונטען, סאיז זייער נישט קיין שיינע זאך צו טאהן, ווי אויך א פשוטער חילול השם עס צו טוהן לעבן א נישט יודישער, ווי אויך איז עס פשוט נישט קיין צניעות, פינטעל, סאיז נישט קיין צניעות נישט שיין זיך שלעפן די הויזן, פוי....

איך ווייס נישט ווען סהאט איינגעפירט אט די שיגעון פון וואס רוב פון אונז האט אויסצושטיין ליידער, אבער דאס איז קלאר אז סאיז צייט פאר א טויש.

פארוואס דער וואס האט עס געמאכט האט אויסגעוועלט דייקא די סחורה, איז א מיסטערי, איך גלייב אז די גרעסטע פארשער און די וועלט וועלן דאס נישט קענען פותר זיין, סמוז זיין אדער אז דאס איז די ביליגסטע סחורה אויפן מארקעט, אדער אז ער האט גענומען א טישטוך און געמאכט דערפון גאטשעס און זייט דעמאלטס איז עס ביי דעם געבליבן.

תישבי יתרץ....

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר