מעגן מיר טאקע האבן בלינדע ציטרוי פאר אגרעסיווע מוסדות צדקה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
זיניגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

מעגן מיר טאקע האבן בלינדע ציטרוי פאר אגרעסיווע מוסדות צדקה?

שליחה דורך זיניגער »

אין די צוקנופטיגע טעג וועט פארקימען א דינר פאר איינע פין די גרעסטע צדקה ארגעניזאציעס צווישן אחינו בני ישראל, דער פלאן איז צי באצויבערען דעם עולם מיט פארשידענארטיגע מעטאדען צויבערייען, טאלאנטפולע רעדנערס, הארציגע זינגערס, מוועט אויפשפילען עמאציענעלע ווידיאוס/סליידס, כדי ווייעך מאכן די הערצער פין די ציבור צישויער זיי זאלן עפענען דעם טייסטער זייערע אין טריפלען די געפלאנטע גיטהארציג צדקה נתונה פארן וואילטעטיגן מוסד, פארשטייער ווייסן גענוי אז דא ווערט איז באניץ העכסט פאגעשריטענע פסיכיאלאגישער אפאראט, צווישן אנדערע ניצט מען ״שולד״ ״רחמנות״ ״קנאת סופרים (קאמפעטישאן)״ ״גליסטעניש״ ״לוקסוס״
צי דעגרייכן דעם ציל אויסמעלקן דעם ציבור צום מאקסומום מעגליך.

עס עקזעסטירן צווישן אידן הינדרעטער מוסדות צדקה, ווייניג אבער זענען אזוי אגרעסיוו ווי די איטליכע מוסדות וועלעכע גיבן זיך אפ מיט ל״ע קינדערלויזע, אין קענסער ל״ע, די דערמאנטע שטעלן אהער אפאר מאל א יאר גאר רייכע לוקסעריע באלען פין וועלעכע די אמאליגע פריצים וואלטן פאר בושות געפאלן, עס וויל זיך גלייבן אז די מוסדות זיינען אמתדיג אין ערליך אין האבן כמעט קיין אייגענע אינטערעסן אין ס׳רוב פין די געלט קומט טאקע אן צי די באדערפיגע אין די מוסד איז נאר א מיטל-מענטש צווישן דעם ציבור אין די באדערפיגער, אדער נישט?

עס ווינדערט מיר כסדר וויאזוי מענטשן האבן אזא בלינדע ציטרוי צי די מוסדות צדקה, ווער איז זייער רואה חשבון? וואלטן זיי אריינגעלאזט א דרויסענדיגער רואה חשבון צי אבזערווירן זייערע טעטיקייטן? פארוואס פארלאנגן זיי דעם טשעק געשריבן צי זייערע קאנטע, וואלטן זיי מסכום געווען מענטשן זאלן אהינגעבן די געלט דירעקט צים באדערפיגער? חלילה איך באשילדיג קיינעם נישט אני בעצמי שוין אסאך געלט אהינגעווארפן, איך שרייב נאר מיינע קווענקעלנישן דא צי פארשטייען וואס איר טראכט דערוועגן, וויאזוי מען ווארפט מיליונים דולארן פאר ארגעניזאציעס אן דעם וואס קיינער חוץ די בעה״ב אליינס ווייסט נישט פינקטליך וואס ווערט געטוהן מיט די אלע געלטער.

אינגאנצן א חודש ציריק איז געווען אויף די מידיא וועגן די מוסד ״קארס פאר קידס״ ווי מהאט אויפגעדעקט די גאנצע אפעראציע וויאזוי די בהב״ת אינוועסטירן די צדקה געלט אין די מיליונים אין ריעל עסטעיט אין מאכן שווערע געלטער דערפין וואס קיינער ווייסט נישט ווי סגייט.

עס זיינען דא צווישן אונז הינדרעטער פריוואטע מענטשן וועלעכע וואלטן געטוהן אלעס אין די וועלט פאר אן עקסטערע הינדרעטער אין טאש, טאקע עמיצער וואס גיט דאס אהין פאר זיי באקומט נישט קיין אויפמערקזאמקייט אין ער ווערט נישט געקרוינט אלץ אן אורח הכבוד וכדומה, נישטא קיין שום צדקה ארגעניזאציע וועלעכע קעיטערט פאר פאלנע ארעמעלייט וועלעכע זאל מאכן אזוינע באפומביסטישע אויפרייסערישע באלן מיט עמאציענעלע אביוז אריינכאפן מענטשן זאלן אויסליידיגן זייערע קעשענעס לצורך עניי עירך, פארוואס??? קען זיין וויבאלד די הערצה אין מיט געפיל צים ארימאן איז נישט אזוי גרויס ווי צים קענסער פאציענט ל״ע ? אדער צים קינדערלויזע פאר פאלק? מעגליך מענטשן האבן מער רחמנות אויף א מצב וואס האט באטראפן איינעם אין וועלעכער סאיז נישט מעגליך זיך אליין העלפען, צימאל מענטשן באשילדיגן דעם ארימאן אין זיין מצב אז ער איז נישט גענוג אמבישעס נישט גענוג פלייסיג מילא פילן זיי נישט אזא הערצה.

אדרבה פרעגט די אגרעסיווע עסקנים פין די צדקה ארגעניזאציעס אויב עס איז מעגליך אויסשרייבן אייער טשעק דירעקט צים אונשורענס קאמפעני, אדער צים שפיטאל, פערטילעטי דאקטאר אליינס, פרעגט זיי אויב איר קענט דורכקיקן זייערע ביכער, מעגליך זיי וועלן אייערע בקשות ערפילן גלייך, אדער נישט!?

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר