איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

איז פוטסטעפס אָרגאַניזאַציע די פרייע התאחדות הרבנים ???

שליחה דורך שבת אחים »

איך הער אייביג ווי מ׳רעדט ארום פון פוטסטעפס כאילו זיי זענען עפעס א געפערליכע שרעקעדיגע ארגאניזאציע און זיי העלפן אידישע קינדער אָפּפארן פונעם וועג , לעצטענס האט חיים נחום הלוי פריד געפענט א אשכול די מדינת ישראל טראגעדיע: פודסטעפס אויף סטעראידס וואס ער שרייבט דארט :

א ביישפיל בזעיר אנפין איז די ארגאניזאציע הידועה לשמצה "פוטסטעפס" דא אין אמעריקע. פוטסטעפס העלפט אידישע קינדער וואס האבן ליידער פארלאזט דעם ריכטיגן דרך זיך "איינגלידערן" אין די גוי'אישע וועלט און מיט אנדערע וואס זענען אראפ פון דרך, און זיי באקוועם מאכן מיט זייער באשלוס אפצולאזן תורה ומצוות. איך דארף נישט אויסשמועסן אז מיר פארדאמען די ארגאניזאציע מכל וכל, און מיר זעען אין זיי די אבי אבות הטומאה. וואס טוען זיי דען אזוי שלעכט? פרעגט זיך די פראגע. דער תירוץ איז אז זיי מאכן די פרייע אידישקייט "באקוועם", צופרידנשטעלנד זיי זענען גורם אז איינער וואס איז אראפ פון דרך זאל נישט צוריקקומען צו אמת'ע אידישקייט.


חיים נחום, איך האב אסאך וואס צו זאגן איבער די נושא אבער פאר איך הייב אָן אריינקריכן אין פּרטים וואלט איך דיר געוואלט אינפאָרמירן/מסביר זיין וואס פוטסטעפס טוט און וואס זייער פּרייאַרעטיעס זענען ווייל ס׳זעט נישט אויס ווי דו האסט שטודירט די פאקטן פאר דו האסט ארויפגעלייגט דיינע פינגערס אויפן קיבאורד

פוטסטעפס העלפט נישט קיינעם אָפּפארן פון אידישן וועג זייער איינציגסטע פּרייאַרעטי איז צו העלפן מיט עדזשיוקעישאָן און קאַלעדזש ותו לא , רובא דרובא פון זייערע אויפטוהן איז אין די תחום פון עדזשיוקעישאָן זיי העלפן קיינעם נישט פּישען אויף שמות און זיי מאכן נישט אז פרייע אידישקייט זאל זיין באקוועם,

פארקערט די או די טי געמיינדע אין אמעריקא איז היפש אויסגעשפילט אין העלפן אנדערע מענטשען און אסאך וואס גייען או טי די רעדן זיך שטארק אָפּ אז פוטסטעפּס איז ביזי מאכן פּערמאָושאַנאַל קליפּס ווי איידער זיך אפּגעבן מיט די אַקטועלע פראבלעמען פון זייערע מעמבערס,

דעס איז ליידער אמת !

אני הקטן האט באגלייט א חבר וואס איז לעצטענס געגאנגען סאוט ארויף צו זייער אפיס אין מאנהעטן , איינער וואס האט געדארפט אסאך הילף און זיין ווייב האט אים ארעסטירט און געמאכט אויף אים בילבולים און פראבירט צו צונעמען די קינדער פון אים מיט געוואַלד איך בין געזיצן און געווארט אויף אים אין די קאר און ווען ער איז אראפגעקומען איז ער געוועהן אינגאנצען צושוידערט פון די קאלטע אויפנאַמע וואס ער האט פון זיי באקומען ער האט מיר פארציילט אז זיי האבן אים קודם געבעטן פופציג דאללער צו ווערן א מעמבער אין די ארגאנזאציע און נאכדעם האבן זיי אים קלאר געזאגט אז זיי קענען אים נישט העלפן אין קיין שום וועג ווארים זיי העלפן נישט קיינעם מיט קאורטס און custody battles און זיי זענען נישט געמאכט פאר דעם , און ער איז צום סוף בכלל נישט געווארן א מעמבער זיי האבן אים ממש פארשיקט, איך בין געוועהן שאקירט וואס ער האט מיר געזאגט , איך האב דאַן געמאכט אביסלע ריסערודזש און גערופן אפּאר פון די באַוואוסטע או טי די׳ס און אלע האבן מיך מיט יענעם אינאיינעם אויסגעלאכט פארן בכלל גיין צו פודסטעפּס, זיי טוען גארנישט א חוץ אויסלערנען זייערע מעמבערס אביסל רעכענען און ליינען און דעס זאגן שוין די פוטסטעפס מעמבערס,

באמת וואלט נישט געוועהן קיין פראבלעם ווען פוטסטעפס אליינס וואלט געזאגט אז זיי זענען נאר דא צו העלפן מיט עדזשיוקעישאָן די פראבלעם איז נאר אז זיי שטעלן זיך אוועק אלץ די ״פאָן טרעגער״ פון די או טי די געמיינדע אין די צייט ווען זיי זענען בערך עקוויוואַלענט צו די ״התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנדא״ וואס שטעלן זיך אהער אלץ די פאַרטרעטערס פון די אָלטראַ אָרטאָדאָקס געמיינדע און דערווייל ווערט עס געפירט דורך אפאר געטריבנע לצים וואס זיצן ביים שיסל אויף די פריוואטע קאסע און מאכן שבת פאר זיך ...

נישט לאנג צוריק האט איינער ארויפגעשטעלט א קליפּ דא ווי ידידנו ר׳ שלום דין ווערט אינטערוויוט אויף א ראדיא שוי און צום סוף פון די אינטערוויו מעלדט שלום אז אויב איינער איז אין די מצב וואס איך בין זאל קאַנטעקטן פוטסטעפס און ער זאגט עס נאך איבער צוויי מאהל צו מאכן זיכער אז א יעדער האט גוט געהערט

האב איך געוואלט טאקע פארשטיין דעם שלום דין וואס דריקט ער אזוי די אלטע אויסגעדראָשענע ארגאנעזאציע וואס האט אים אליינס נישט געקענט העלפן ווען ער האט זיי אזוי שטארק געדארפט ווען מ׳האט פון אים צוגענימען זיינע אייגענע קינדער ??? און זיי העלפן נישט קיינעם אין נויט ? האב איך אויפגעהויבן א טעלעפאן צו אונזער׳ס א מיוטשעאל חבר איינער וואס קען שלום׳ן פאר לאנגע יאהרן און אים פארגעשטעלט די פראגע הלמאי ער טוט פּראָמאָטן פוטסטעפס ? וואס האט ער פון דעם ??? פרעג איך יענעם , זאגט ער מיר אזוי קודם כל ביזטו הונדרעט פּראצענט גערעכט ער וואלט זיי טאקע נישט געדארפט עדוועטייזן אבער ער איז דאך א ״באורד מעמבער״ און ער איז היינט פון די גרויסע קנאקערס אינערהאלב די ארגאנעזאציע און אויב איז עס ״זיין״ ארגאנעזאציע איז פשוט פארוואס ער טוט דאס פּראָמאָטן פונקט ווי ער טוט פּראָמאָטן ״זיין״ בוך ,

ר׳ שלום טייערער! גלייך ווען דיין ביכל איז ארויסגעקומען האב איך תיכף ומיד געקויפט דעם ביכל און עס אנגעהויבן צו לייענען און כ׳האב געליינט די ערשטע דריי קאפּיטלעך און פון די פּאָר ערשטע קאפּיטלעך וואס איך האב געליינט וואלט איך געזאגט אז עס איז זייער א אינטערסאנטע מעמוואַר וואס איך וואלט רעקאָמענדירט פאר יעדעם צו ליינען , אבער נאכן דריטע קאפּיטעל האב איך מיך אנגעשטויסן דא אויף קאווע שטיבל אין די אויבענדערמאַנטע קליפּ ווי איר טוט מפרסם זיין אז פוטסטעפס איז די פלאץ צו גיין אויב א או טי די דארף הילף האב איך פארלוירן דאס גאנצע חשק און אראפגעלייגט דאס ביכעל און פארלוירן טראָסט און נאמנות אין אייך!

איז אלזא ווען דו גייסט ארויף אויפן ראדיא און דו טוסט פּראַקלאַמירן אז ווער ס׳איז אין דיין סיטואַציע זאל זיך ווענדן צו פוטסטעפס מאכסטו אז מענטשען זאלן פארלירן דיין קרעדיבילטי ווייל ס׳איז ברייט באקאנט אז זיי העלפן קיינעם נישט אין אזעלכע מצבים און זיי טוהן גארנישט פּראָדוקטיוו פאר זייערע מעמבערס אויסער די פּאָר אויסגעדראָשענע לאַנגווייליגע מסיבות און אפאר קליפּס וואס זיי געבן ארויס מזמן לזמן וואס איז בערך אזוי ווי די התאחדות שטעלט ארויס זייערע גרויסע לאַליכער אויף די גאסן און זייערע אלטע קאַפּיס פון ״קול קורא׳ס״ אז מ׳זאל חלילה וחס נישט פארן קיין מיאמי און גייען מיט שמאלע געפּאַסטע קליידער וואס מעהר ווייניגער קימערט זיך קיינער נישט דערוועגן און עס איז נאר געמאכט צו מ׳כלומרשט ווייזען און דערמאַנען דעם עולם אז די אלטע געווירדע פון התאחדות לעבט נאך און אז זיי עקזעסטירן נאך ערגעץ אין א בעיסמענט אויף דוויזשאן עוועניו...

און איך וויל קלאָר מאכן אז איך האב נישט קיין שום פּריוואטע אַגענדאַ מיטן שרייבן די תגובה אני לכשעצמי בין ב״ה פיין מסודר היינטיגע טעג נאר וואס איך וויל מיט די אשכול איז אז:
למען ידעו דור אחרון אויב טראכט איינער פון גיין או טי די און ער נעמט אין חשבון אז פוטסטעפס וועט אים ארויסהעלפן זיך "איינגלידערן" אין די גוי'אישע וועלט ווי @חיים נחום שרייבט זאל ער וויסן אז ס׳איז א גראבער ״שקר״ קיינער וואַרט אייך נישט אָפּ אויף די אנדערע זייט און קיינער וועט דיך ניטאַמאָל אנקוקן, איז אלזא טייערער בחור אדער אינגערמאן אז רעדט איר זיך איין פאר איין סעקונדע אז איינער אין פוטסטעפּס וועט אייך העלפן טרעפן א דזשאַב, א דירה אדער העלפן מיט לאויערס אין קאורט האט איר גאָר א גרויסן טעות און ס׳איז אַ שאד אייער צייט איר וועט אסאך מעהר אויפטוהן אז איר וועט גיין אין די מעדיקעיט אפיס ווי גיין צו פוטסטעפס!!!


שלום טייערער האסט געזאגט ביי דיין Book singing אז דו דרייסט זיך דא אויף קאווע שטיבל איז אפשר קענסטו מיר פּותר חלום זיין וואס דא גייט פאָר ? אדרבה איך וואלט שטארק געוואלט הערן וואס איר זאגט! אפשר קענסטו אונז ערקלערן וואס דיין פּאָזיציע איז אין פוטסטעפס און פארוואס נאכדעם וואס אזויפיל או טי דיס זענען ליידער באַגאנגען זעלבסטמאָרד האט די ארגאניזאציע גארנישט געטוהן זיך צו אפּדעיטן און געבליבן מיט די זעלבע אלטע פרוכטלאָזע ארגאניזאציע???
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 156 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר