ברעט מענינג האט געשריבן:יא, ווייל אן עהם בין איך נישט דא
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער האט מיר ליב אין ער זיכט מיין הצלחה
קרעקער האט געשריבן:סווענט זיך אין די 2 שיטות צו טוב לאדם שלא נברא משנברא
שמערל האט געשריבן:חכם איינער דא פרעגסטו?פון א באנדע רעבעלס אויפגעקלערטע איפכא מסתברא'ניקעס וואס עקספעקסטו?
גיי פרעג אין איי וועלט, העסטו שוין איינמאל געוואור ווערן וואס כיבוד אב מיינט!
איש את רעהו האט געשריבן:יעדער ענטפערט לפי וואסערע טאטע ער האט
קוקט אויס אז קאווע האט נישט צו ערווארטען פון זיין טאטע נאר א באצאלטע קאלעדזש און רשות צו גיין טרעפן א זיווג
קאוועלע נישט דא הייבט זיך אן און ענדיגט זיך דאס לעבן
א טאטע האט פיל מער צו אפפערן פאר א קינד
קאווע טרינקער האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער האט מיר ליב אין ער זיכט מיין הצלחה
ער האט געצאלט דיין קאלעדזש? ער האט דיר געשיקט date'ן?
קאווע טרינקער האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:יעדער ענטפערט לפי וואסערע טאטע ער האט
קוקט אויס אז קאווע האט נישט צו ערווארטען פון זיין טאטע נאר א באצאלטע קאלעדזש און רשות צו גיין טרעפן א זיווג
קאוועלע נישט דא הייבט זיך אן און ענדיגט זיך דאס לעבן
א טאטע האט פיל מער צו אפפערן פאר א קינד
קוק אהער, די תורה הייסט ליב האבן גאט. פרעגן די אויפגעקלערטע, וויאזוי איז שייך ליב צו האבן גאט ווען מ'ווייסט נישט וואס ס'איז בכלל? תשובה: אז מ'איז זיך מתבונן אין זיינע פעולות, פון גרויס התפעלות קומט מען צו אהבה.
זעהט אויס אז ווען מ'איז זיך מתבונן אין א טאטע קומט מען נישט צו אהבה, און טאקע דערפאר איז נישט דא קיין מצוה אין תורה תאהב את אביך ואת אמך.
די זעלבע תורה האט אויך נישט באפוילן ליב צו האבן א טאטע מאמע, יא! האט איר געוואוסט דערפון ? די תורה האט נישט מצווה געווען קיינעם ליעב צו האבן א טאטע מאמע. מכבד זיין יא, ליעב האבן ניין, פארוואס טאקע ?
פרייוויליג האט געשריבן:די וועלט דערציילט אז קינדער האבן נישט אזוי ליב די עלטערן ווייל זיי האבן עס נישט אין די דזשינס. אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע, סא ער האט נישט געהאט וועם ליעב צו האבן.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט