א גריס פון ארץ ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך מאי 20, 2015 7:27 pm

דאס אלעס פאר די וואדקע אדער נאך?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5632
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7715 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך מאי 20, 2015 7:34 pm

פאר וועכטער אליין איז פיצא אויך גוט. דארף נישט דוקא וואדקע.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1424 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך מאי 27, 2015 4:22 pm

אין ירושלים האב איך געהאט די געלעגענהייט צו זיין ביי עטליכע שיעורים פון הרב חיים שלום דייטש. הרב חיים שלום איז א באקאנטע משפיע פון חסידי חב"ד. ער איז שוין דערמאנט דא אויף ק"ש א שיינע פאר מאל. ער גייט אהנגעטוהן מיט א סאמעטע הוט און שטריימל און בעקעטשע. ער האט אן ענוות חן, גאר א איידעלע לעכטיגע איד, און עס גיסט זיך אהבת ישראל פון אים. בנוסף צו דעם איז חסידות צו הערן פון אים א תענוג מוחשי. ער איז די ראש הכולל פון כולל צמח צדק וואס איז סטאנסירט אין אלט שטאט. דארטן לערנט ער פאר א שיעור יעדן צופרי פאר בעלי בתים און אנשים פשוטים. די שיעור איז אין ספר ליקוטי תורה און ספר התניא אזוי אויך אין עפעס א הלכה ספר. די שיעורים קען מען מיטהאלטן לייוו אויף די אינטערנעט דורך די וועב זייטל וואס הייסט חסידות.נט. אזוי אויך קען מען עס מיטהאלטן אויף קול הלשון פון ארץ ישראל.

שבת בין איך געגאנגן מיטהאלטן זיינע שיעורים אין בית המדרש 'מעייני ישראל'. מעייני ישראל איז א קהילה וואס איז נתייסד געווארן צו מקרב זיין די אזויגערופענע היימישע חסידים צו לימוד און דרכי חסידות חב"ד. הרב חיים שלום איז אויפגענומען צו דינען אלץ רב אין דעם קהילה. אזוי אויך דאווענט דארט הרב יקותיאל פארקאש, הרב חיים ליברמאן, הרב מענדל פויגל. איינע פון די הויפט משפיעים פון דעם קהילה איז הרב זלמן גופין וואס פארט ארום אין גאנצע לאנד פארלערנען די טיפסטע נושאים בחסידות. דער קהילה האט ניין בתי מדרשים און לאקאלן אין ארץ ישראל.

דארט האב איך געזען אז ביי די שיעור זענען בעיקר געווען די בחורים און מער פשוטע מענטשן. אבער די אינגעלייט עובדים האבן געלערנט בחברותא גאר טיפע חסידות. הרב חיים שלום האט פאר לכו נרננה פארגעלערנט מאמרים פון סידור עם דא"ח. שבת בייטאג האט ער פארגעלערנט א שיעור אין ספר ליקוטי תורה, וואס ער לערנט שוין פאר איבער פערציג יאהר.

בשעת דאווענען איז געווען א מראה צו זעהן ווי די אינגעלייט דאווענען בעבודה. זמן תפילה איז געווען 10:15 אבער מען האט ערשט אהנגעהויבן הודו 10:50, ווייל הרב חיים שלום האט פארגעלערנט ביז דעמאלס. מען האט געענדיגט דאווענען בערך 12:50. אבער די עובדים האבן געדאווענט ביז דרייע פיר אזייגער, און ערשט דערנאך אהיים קידוש מאכן. דא האב איך געזען ווי חסידות עט ווארק. מען האט געזען ווי אינגעלייט דאווענען באריכות בעבודה אזויווי פארצייטישע חסידים. אשרי עין ראתה אלה.
בייגעלייגטע פיילס
הרב חיים שלום דייטש 2.jpg
הרב חיים שלום דייטש 2.jpg (91.7 KiB) געזען געווארן 1865 מאל
הרב חיים שלום דייטש.jpg
הרב חיים שלום דייטש.jpg (24.75 KiB) געזען געווארן 1865 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ראש הישיבה אום מיטוואך מאי 27, 2015 4:57 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך מאי 27, 2015 4:24 pm

דא האט איר א בילד פאר הרב יקותיאל פרקש.
בייגעלייגטע פיילס
הרב יקותיאל פרקש.jpg
הרב יקותיאל פרקש.jpg (2.87 KiB) געזען געווארן 1864 מאל
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך מאי 27, 2015 4:27 pm

הרב מענדל פויגל.
בייגעלייגטע פיילס
הרב מענדל פוגל.jpg
הרב מענדל פוגל.jpg (88.28 KiB) געזען געווארן 1862 מאל
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך מאי 27, 2015 4:29 pm

הרב זלמן גופין.
בייגעלייגטע פיילס
הרב זלמן גופין.jpg
הרב זלמן גופין.jpg (35.97 KiB) געזען געווארן 1861 מאל
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך מאי 27, 2015 4:56 pm

אויפן וועג ארויף צו די ציון הרשב"י איז געווען א דוכן (סטענד) וואס האט מפיץ געווען די זוהר הקדוש מיט די ביאור פון די אשלג'ער רבי ז"ל. ער פרעגט מיר אויב איך האב א זוהר מיט די ביאור. זאג איך אז איך האב א זוהר מתוק מדבש. זאגט ער מיר אז דאס איז נישט קיין ביאור, דאס איז א מעשה ביכל. ער טענה'ט אז אין זוהר איז נישטא אזא זאך ווי נגלות הזוהר וכדומה. זוהר איז אלעס נסתר. הרב דניאל פריש ז"ל האט געמאכט א מעשה ביכל פון די זוהר און עס איז נישט קיין ביאור.

פרעג איך אים, וואס ווילט איר פון מיר? איך דארף יעצט קענען מכריע זיין צווישן אשלג און רבי דניאל פריש? איך בין א פשוטע איד איך קען נישט קיין קבלה, איך האב א זוהר צוליב צוויי סיבות: איינס צוליב שמירה, שהיו אומרים אז ספר הזוהר איז א שמירה, צווייטנס איך האב ליב צו לערנען די מדרשי הזוהר. וואס צוליב די צווייטע סיבה האט מיך הרב דניאל געהאלפן. איז איר עקספעקט פון מיר אז איך זאל יעצט מחליט זיין ווער איז גערעכט?


(אגב, קען זיין אז מען וואלט געדארפט מאכן א אשכול און דיסקאסירן די נושא דא אויף ק"ש)
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » דאנערשטאג מאי 28, 2015 4:57 pm

איך גיי יעצט שרייבן עפעס וואס איז געווען אויפן וועג אהיים. אפשר שפעטער וועל איך נאך שרייבן עטליכע קלייניגקייטן וואס איז געווען במשך די נסיעה.

איך קום ארויף אויפן פליגער, גראדע א 777 וואס איז רעלאטיוו באקוועמער. מיך אין מיין ווייב האבן באקומען א זיץ איינער לעבן די צווייטע די אייעל סיט און דערנעבן. דער דריטע איז געווען לעבן די פענסטער. דארט איז געזעצן א פרייע דאקטאר. דער דאקטאר איז א דאקטאר אין די איכלוב שפיטאל אין תל אביב. אזוי ווי ער זעהט א פרומע קאפעל גייט זיצן לעבן אים איז ער געווארן אומבאקוועם. ער איז גלייך געגאנגען צו איינע פון די דיילות אויב זיי קענען טוישן זיין פלאץ. ער האט אפילו געאפערט צו צאלן פאר א אפגרעיד. נאך עטליכע לאנגע מינוט איז די דיילת צוגעקוגעקומען און זיך אנטשולדיגט אז עס איז נישטא ווי אים צו רוקן.

איך האב מיך גלייך פארגעשטעלט און געגעבן שלום זאגענדיג אז איך הייס ראש הישיבה פון ק"ש :) . ער האט מיר צוריק געגעבן א האנט, און מיך געזאגט זיין נאמען (וואס איך געדענק נישט יעצט). אזוי האט זיך ערווארבן אינטרעסאנטע שמועסן איבער מיין לעבן און זיין לעבן. זאכן פון מיין לעבן גיי איך נישט שרייבן צוליב חשש גילוי. אבער איך וועל מיטטיילן געוויסע ענינים פון די שיחה.

ער איז קארדיאלידזשיסט אין דעם שפיטאל. ער איז א cardiac rhythm specialist. א זאך וואס איך האב נישט געוויסט אז עס עקזעסטירט בכלל. ער פארציילט ווי ער איז געווען אין יוניווערסיטעי פאר 15 יאר! שבעה שנים זיך צו לערנען דאקטיריי בכלל, און נאך זיבן יאר זיך צו לערנען זיין ספעציעלע פעלד וואס ער ספעצילאזירט זיך. ער איז שוין דריי יאר א דאקטאר דארט אין די שפיטאל. ער איז בסך הכל 39 יאר אלט. צא וחשוב 15 יאר אין יוניוועטסיטעי דריי יאר אין די דזשאב אין שפיטאל נאך א יאר צוויי אין צבא. דער האט א סאך אויפגעטוהן. איך טראכט מיר אז מיינע יארן זענען נישט קיין סאך אפגערוקט פון אים און וויפיל האב איך אויפגעטוהן? שוין צוריק צום דיסקוסיע.

ער פארציילט אז די שפיטאל האט אים יעצט געשיקט אויף א גרויסע קאנפערנץ וואס גייט זיין אין באסטאן אויף די ענין פון rhythm . עס גייען צאם קומען א ריזיגע (איך געדענק אז ער האט מיר געזאגט די מספר פון אכצן טויזנט, אבער יעצט טראכט איך אז עס צו פיל פאר איין פעלד) צאל דאקטורים וואס ספעצאלזירן אין דעם געביט, און מען יעדער גייט ווייזן זיינע חידושים אין דעם פעלד. איך פרעג אים אויב ער קומט אויך מיט חידושים, האט ער געזאגט אז יא. ער האט מיר אהנגעהויבן מסביר זיין אבער איך האב געזעהן אז עס פעלט מיר ידיעות אז איך זאל קענען פארשטיין.

הפנים, מיר האבן געשמיסט איבער די פאראויסקייט וואס די קארדיאלידזשי גייט. איך האב אים געפרעגט איבער די באקאנטע עקמא מאשין. ער איז געשפרינגען ווען איך האב געפרעגט איבער דעם. וויאזוי וויסטו פון דעם פרעגט ער. זאג איך אים אז איך ווייס פון צוויי מענטשן וואס זייער לעבן איז געראטעוועט געווארן דורך דעם מאשין.

מיר זענען אריין אין א דיסקוסיע איבער די נושא פון סינטעטישע הארץ און ווי עס האלט. ער פארציילט אז לעת עתה איז עס נאך זייער גרויס אבער מען ארבעט אז עס זאל זיין קלענער און עס וועט קענען ראטעווען מענטשן'ס לעבן.ווייל דערווייל אפילו מען קען לעבן אהן א עכטע הארץ מיט א סינטעטישע הארץ, אבער מען קען נישט צו לאנג מאריך ימים זיין מיט דעם. ווייל מען באקומט זייטיגע מחלות. זיי האלטן אז ווען מען וועט עס קלענער מאכן און עס קענען אריינלייגן אין די מענטש דארט ווי דער הארץ באלאנגט וועלן זאכן ווערן בעסער.

מיר האבן אויך געהאט א דיסקוסיע איבער די מחלוקת פון חז"ל מיט מדע ווען דער מענטש איז טויט. מיר האבן דן געווען ווי חז"ל וואלט געפסק'נט לגבי מענטשן וואס לעבן מיט א סינטעטישע הארץ. איך האב אים געפרעגט וויאזוי איז מען קובע פאר אזא מענטש אז ער איז טויט אויב די מאשין ארבעט. ער האט מיר מסביר געווען וועגן א כריסה כללית, אז דער גאנצע סיסטעם פון דער מענטש קראכט. וואס אויף דעם קען קיין שום מאשין נישט העלפן דער מענטש איז טויט.

מיר האבן דיסקוסירט איבער די פארדינסטן פון א דאקטאר אין ארץ ישראל ווערסעס אין אמעריקא. ער טענה'ט אז די זאך האלט זך און איין דערנענטערן. פון איין זייט די מדינה שטאפט געלט אין די העלט סיסטעם און צאלט מער און מער. פון די אנדערע זייט אונזער פרעזידענט אבאמא ירום הודו האט דאך געלייגט די העלט סיסטעם אין די ערד, ממילא איז די פארדינסטן גאנץ נאנט.

מיר האבן דיסקאסירט איבער די טעמע פון די בחירות. ער זאגט מיר אז ער איז נישט געגאנגען. ווייל די בעיה פון אינדרויסן איז נישטא קיין פיתרון. דאס א זאך וואס באגלייט אונזער פאלק מיום היווסדה. די גאנצע וועלט איז זיי מקנא איבער זייער חכמה און איבער זייער פארגעשריטנקייט און זיי קענען נישט אראפשלינגן. ווידער די בעית מבפנים דהיינו די תקציב און די בטחון האט ער נישט געהאט קיין איינער פון די קאנדידאטן וואס ער גלייבט אין זיי, ממילא איז ער נישט געגאנגן צו די בחירות.

ער האט מיר פארציילט אז די קומענדיגע יאר גייט ער קומען קיין אמעריקא אין זיין א דאקטאר אין NYU. דאס וועט ער טוהן כדי צו מקדם זיין די סטאטוס זיינע. ער זאגט מיר אז ער גייט דוקא וואונען אין מענהעטן, ווייל ער וויל עקספיריענסן די געשמאק פון נוי יארק (אויב עס איז דא). איך האב גערעדט איבער מיינע געשעפטן, און מיר האבן געפונען א וועג וויאזוי איך קען אים אפשר זיין בייהילפיג דא אין אמעריקא און מיר האבן געטוישט ביזנעס קארטלעך.

שוין סוף כל סוף זענען מיר אוועק ווי גוטע פריינט :) .

אינצווישן די אלע שמועסן -בין גברא לגברא בין איך געשלאפן ווי א קליינע בעיבי (=זיך געוועקט יעדער העלבע שעה :) )
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג מאי 28, 2015 5:08 pm

ראש הישיבה האט געשריבן:
מיר האבן דיסקאסירט איבער די טעמע פון די בחירות. ער זאגט מיר אז ער איז נישט געגאנגען.

נו, נעקסטיים זאג גלייך אז דו האסט געכאפט א שמועס מיט א סאטמארער...

-----------
הערליך שיינע באשרייבונגען.
דאנקע שעהן!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15485 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 28, 2015 5:09 pm

ראש הישיבה האט געשריבן:
אויפן וועג ארויף צו די ציון הרשב"י איז געווען א דוכן (סטענד) וואס האט מפיץ געווען די זוהר הקדוש מיט די ביאור פון די אשלג'ער רבי ז"ל. ער פרעגט מיר אויב איך האב א זוהר מיט די ביאור. זאג איך אז איך האב א זוהר מתוק מדבש. זאגט ער מיר אז דאס איז נישט קיין ביאור, דאס איז א מעשה ביכל. ער טענה'ט אז אין זוהר איז נישטא אזא זאך ווי נגלות הזוהר וכדומה. זוהר איז אלעס נסתר. הרב דניאל פריש ז"ל האט געמאכט א מעשה ביכל פון די זוהר און עס איז נישט קיין ביאור.

פרעג איך אים, וואס ווילט איר פון מיר? איך דארף יעצט קענען מכריע זיין צווישן אשלג און רבי דניאל פריש? איך בין א פשוטע איד איך קען נישט קיין קבלה, איך האב א זוהר צוליב צוויי סיבות: איינס צוליב שמירה, שהיו אומרים אז ספר הזוהר איז א שמירה, צווייטנס איך האב ליב צו לערנען די מדרשי הזוהר. וואס צוליב די צווייטע סיבה האט מיך הרב דניאל געהאלפן. איז איר עקספעקט פון מיר אז איך זאל יעצט מחליט זיין ווער איז גערעכט?


(אגב, קען זיין אז מען וואלט געדארפט מאכן א אשכול און דיסקאסירן די נושא דא אויף ק"ש)


הגה''צ רבי דינאל ז''ל האט געמאכט א ריזן פאדאמעטאלע ארבייט, א דאנק אים האבן שווערע טויזענטער אידן אנגעהויבן פילעווען אינעם הייליגען זוהר, דער זוהר הק זאגט אין פרשת נשוא אין מיטן די הייליגע אידרא "בהאי חיבורא דילך דאיהו ספר הזוהר יפקון ביה מן גלותא ברחמי'', רבי דינאל האט מקרב געווען די גאולה שלימה, אשרי לו ואשרי חלקו.

דאס וואס אשלג זאגט, איז מחכ''ת א גרויסער טעות, דער מתוק מדבש איז איינגעטיילט אויף צוויי, די פשטות'דיגע חלקים פינעם הייליגען זוהר איז באותות מרובעות, און די שטיקלך וואס מען קען בלויז פארשטיין ע''פ סוד איז ער מפרש מיט רש''י אותיות, און ע''פ רוב ברענגט ער אראפ הערליכע הקדמות בעפאר דעם מאמר פון ספרי קבלה, וואס דער לייכט די אויגן פון די לומדי והוגה הזוהר.

דער אשלג האט געמאכט א אייגענעם פירוש אויפן זוהר, (וואס איז נישט מקובל בתפיצות ישראל, צילוב פארשטענדליכע סיבות,) ר' דינאל באניצט זיך בעיקר מיטן הייליגן עטרת צבי, דער הייליגער גר''א, דער רמ''ק און דער רש''ש הקדוש. און אין די תקונים מיט בל''ר פינעם דרכי תשובה. אשלג האט זיין אייגענע יסודות... וד''ל.....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1694
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1844 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » דאנערשטאג מאי 28, 2015 5:12 pm

איך וואלט געוואלט רעאגירן צו דיין תגובה. אבער איך האלט אז די מקום איז נישטא. אויב דו וועסט אהנהייבן א אשכול איבער דעם וועל איך רעאגירן. על פי רוב ביסטו גערעכט.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך קפה נמס » דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:36 pm

זייער שיין, ראש הישיבה. פליז קיפ איט אפ..

הערה קטנה: כותבים קריסה כללית
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך קוקה קולה... » דאנערשטאג מאי 28, 2015 9:47 pm

גארנישט קומט נישט צו צום גאלאנטער׳ס פירוש,אז ער האט געקענט באזייטיגן נתנאל גראס פון מוהלות ס׳איז זיכער א תולדה,אויב נישט פון זיין באזוך ביים פאריזער קונסול מיט איצא וכת דיליה,אדער גאר פונעם פאפעענער ספירה (די פייערטראק סיירין)ומי יבוא בסוד קדושים
קוקה קולה...
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

א גריס פון ארץ ישראל

הודעהדורך ירא שמים » דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:40 pm

@קאך לעפלוואס זענען די פארשטענדליכע סבות?
אגב הרב אשלג איז אויך מפרש אסאך מאל נאר פירוש המלות כפשוטו,
אויז וואו ער זאגט אליין אנהייב פרשת נח אז פון דא אין ווייטער איז ער נישט מפרש די אגדות,
כגלייב אז דיטענה זייערע קעגן רד״פ איז ווייל זיי טענה׳נען ער האט בכלל נישט געקענט קיין קבלה און אודאי נישט קיין בר הכי אויף מסביר זיין די ספר הזהר,
סדא אסאך וואס צו רעדן אין די ענינים ואכמ״ל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » זונטאג מאי 31, 2015 1:22 pm

איך גיי דא לייגן עטליכע בילדער פון ארץ ישראל.
דאס א בילד פון א שטיין וואס מען זעהט אין די טאנעלן ביי די כותל (מנהרות הכותל). די שטיין איז בערך פינף און פערציג פיס לאנג הויך זעקס און טיף פופצין פיס. די שאלה וואס די ענדזשענירן וואונדען זיך איז, וויאזוי האט מען דאס געברענגט דא אהער. זיי ווייסן אז עס איז נישט פון דא, ווייל אונטער דעם איז נאך דא אסאך שטיינער. זיי האבן געברענגט אהין א גרויסע ענדזשעניר וואס קומט פון דייטשלאנד. ער האט דיזיינד די בריק ביין אריינגאנג פון ירושלים. ער איז געזעצן דארט צוויי דריי שעה צו מאכן חשבונות וויאזוי מען האט געקענט טראנספארטירן דעם שטיין. נאך אפאר שעה זאגט ער אז ער מוז גיין אין זיין אפיס. נאך עטליכע טעג זאגט ער אז ער ווייסט וויאזוי אפילו אין די היינטיגע טעכנעלאגיע וואלט מען געקענט אהער ברענגט אזא שטיין. דאס איז פון בנין הורדוס. זיי פארציילן אז די לעכער זענען פון די רומיים וואס האבן פרובירט צו לעכערן די שטיין אבער אהן ערפאלג און זיי האבן געמוזט נאך לאזן.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_0298.JPG
IMG_0298.JPG (221.04 KiB) געזען געווארן 1659 מאל
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » זונטאג מאי 31, 2015 1:31 pm

א מנורה וואס אויף די טאוול שטיין אז עס איז זהב טהור (שווער צו גלייבן). די מנורה שטיין אין פארזיכערטע גלאז אין אלט שטאט הארט העכער די כותל. עס ווערט אויף ביאת משיח און גרייט אריין צו גיין אין דינסט דורך די כהן גדול (כנראה וועט עס זיין קורח לפי האריז"ל).

הערה: לפי הרמב"ם איז די מנורה נישט כשר, ווייל די קנים דארפן זיין גראד.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_0309.JPG
IMG_0309.JPG (261.34 KiB) געזען געווארן 1654 מאל
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » זונטאג מאי 31, 2015 1:39 pm

עטליכע בילדער פון די כותל פון די הייעך. דאס איז פון א פריערדיגע ניסעה וואס אונז זענען געווען אין ארץ ישראל.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_0316.JPG
IMG_0316.JPG (234.7 KiB) געזען געווארן 1653 מאל
IMG_0315.JPG
IMG_0315.JPG (217.77 KiB) געזען געווארן 1653 מאל
IMG_0314.JPG
IMG_0314.JPG (228.03 KiB) געזען געווארן 1653 מאל
IMG_0313.JPG
IMG_0313.JPG (225.93 KiB) געזען געווארן 1653 מאל
IMG_0311.JPG
IMG_0311.JPG (255.08 KiB) געזען געווארן 1653 מאל
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך בן אדם » זונטאג מאי 31, 2015 2:13 pm

ראש הישיבה האט געשריבן:א מנורה וואס אויף די טאוול שטיין אז עס איז זהב טהור (שווער צו גלייבן). די מנורה שטיין אין פארזיכערטע גלאז אין אלט שטאט הארט העכער די כותל. עס ווערט אויף ביאת משיח און גרייט אריין צו גיין אין דינסט דורך די כהן גדול (כנראה וועט עס זיין קורח לפי האריז"ל).

הערה: לפי הרמב"ם איז די מנורה נישט כשר, ווייל די קנים דארפן זיין גראד.

אינטער דעם מנורה ווייס איך נישט ווער עס שטייט. אבער אריין און אלטשטאט - ממש אפאר גאסן פון דער מנורה - איז דא א מעזויאם פון די כלי ביהמ"ק מעט די בגדי כהנים זייער פונקטליך נאכגעמאכט, און זיי זאגן אז דאס האבן זיי געמאכט פאר'ן ביהמ"ק השלישי.

איך וואלט נישט אזוי שנעל געגלייבט אז ס'איז זייער מנורה, פשוט ווייל מ'קען נישט אזוי שנעל באקומען רשות אהינצושטעלן זאכען. אויך, לויט ווי איך געדענק האבן די חברה זיך עפעס אן עצה געגעבן מיט מחלוקת ראשונים, און אלס האט געשטימט, (עכ"פ לויט הרב קוק און הרב הרצוג זיכער)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ונבנתה העיר אום מאנטאג יוני 01, 2015 3:39 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: טיטול
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1424 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מאנטאג יוני 01, 2015 12:57 pm

לויט ווי איך פארשטיי פון די טאוול ביי די מנורה, באלאנגט די מנורה פאר די מיוזיעם.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » דינסטאג יוני 02, 2015 2:04 pm

איינער פון די זאכן וואס איך דארף נאך שרייבן איז הרב אלימלך בידרמאן. כדי דער עולם זאל מיר נישט פארשטיינערן, מוז איך מאכן א קורצע הקדמה. איך בין בטבע אלץ אפן פאר נייע געדאנקן. ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל פלעג איך גיין זעהן מענטשן וואס זענען מער באקאנט כדי צו זיין תוהה על קנקנו. איך האב געגעסן ביי הרב דניאל פריש כמה פעמים, ביי הרב אברהם מלעלוב, ביים קרעטשניפער, און געגאנגען זיין הרב בנימין ראבינאוויטש הרב עקיבא ראבינאוויטש, ועוד הרבה מהם. דא אין אמעריקא האב איך געוואלט גיין זעהן הרב העלבראנס נאך מיין חתונה, אבער מיין ווייב האט געוויינט צו מיר אז עס איז א קאלט און זי האט מורא אז איך גיי פארכאפט ווערן. לעצטנס גיי איך נישט אזויפיל צו די נייע אויףגעקומענע שטערנס, צוליב דעם וואס על פי רוב דערקענט זיך שוין פון וואסארא סארט מענטשן לויפן אים נאך, צו קענען זעהן וואס יענער האט (אויב ער האט) צו פארקויפן. למשל מיר אינטרעסירט נישט ראקאוו, פשוט ווייל די מענטשן וואס לויפן אים נאך על פי רוב זענען לדעתי קטני בעלי דעת (נאך א גוזמא), און שווער צו גלייבן אז איך האב וואס צו זעהן. הרב קלוגער אדער הרב קעניג (צפת) בין איך יא אינטרעסירט ווייל איך זעה א קאלירפול עולם וואס ציהט צו זיי. (איך גלייב אז איך האב קיינעם דא נישט באליידיגט)

ומכאן צו הרב אלימלך בידרמאן. שמו יצא לתהילה, זיינע קונטרסים זענען מופץ אין אלע היימישע געגענטער. אבער עס האט מיר נישט צופיל אינטרעסירט צוליב דעם וואס על פי רוב האב איך פארשטאנען פון די ציבור וואס איז מתלהב, אז חוץ פון שיינע מעשיות און ציבור אנשים תמימים האט עס מיר נישט אינטרעסירט.

פאר איך בין געפארן קיין מירון איז נתפרסם געווארן אז ר' אלימלך גייט זיין אין מירון אויף שבת. מען האט מיר געפרעגט פון אלע זייטן גייסט זיין שבת אין מירון? ווי ביי רבי אלימלך בידרמאן? איך האב אלץ געענטפערט אז איך פאר צו רבי שמעון און איך דארף נישט קיין מידעלמאן זאל מתווך זיין צווישן מיר און רבי שמעון. עס איז גענוג א חידוש אז כדי צו קאנעקטן צו גאט זאל מען דארפן רשב"י אבער נאך פארהאנדלער האט מיר נישט אויסגעפעלט.

למעשה האב איך געוויסט אז איך מוז אריינפאלן איינמאל צו רבי מיילך צוליב צוויי סיבות. איינס וואס גיי איך ענטפערן פאר יעדער וואס פרעגט מיר ביסט געווען ביי רבי מיילך? דער עולם איז דאך אזוי אדוק אין אים אז מען וועט מיר אהנקוקן ווי א משוגע'נע, וואס ביסט נישט אריין צו רבי מיילך? עה א שאד. צווייטנס, ווי נישט ווי האט מיר גענייגערט אביסל צו זעהן מאי האי, וואס איז דאס וואס ציהט אזא גרויסע ציבור, אז מען פארט פון חוץ לארץ נאר אויף צו קענען מיטהאלטן א שבת בצל רבי אלימלך.

ביי שלש סעודות איז די ראש הישיבה אריבער. איטרעסאנט אז הרב יצחק דוד גראסמאן איינער פון די גרעסטע און באקאנסטע חרדישע רבנים אין ארץ ישראל, איז געקומען מיטהאלטן פאר א שעה צוויי. (ער איז גראדע אויך א קרוב)

עס איז געווען א מחזה צו זעהן. א ציבור פון בערך 200-250 זיצן און זענען זיך מתחמם לאורו. לויט ווי עס זעהט אויס איז אלעס דארט נישט פרעדיקטעבעל. מען קען נישט וויסן וואס קומט נעקסט. ער זינגט און שרייט און רעדט זאגט א מעשה און זינגט די מעשה, און זאגט איי עפעס א קליינטשיגע קבלה'לע, ווייזן פאר רבי שמעון אז מען מיינט עס ערנסט. כן בקודש חזיתיך. ער פארציילט מעשיות מיט נעמען פון מענטשן וואס האבן זיך אינטערגענומען צו אוועקגיין פון דעם שמוטץ און דורך דעם געהאלפן געווארן אז יענען איז א גרויסע בעל צדקה.

ער זאגט תורה שטייעדיג. עס איז דא אין די צענטער א גרויס ספעס און ער שפאצירן בשעת ער רעדט, ער קוקט ארום אויף אלע פיר זייטן זאגנדיג און זיגנדיג די דברי התעוררות.

איך האב נישט קיין סאך וואס צו זאגן, נאר אז עס איז געווען שיינע מעמד צו זעהן.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך בן עזאי » דינסטאג יוני 02, 2015 5:00 pm

נאך אן אינטערסאנטע זאך אין א"י, אנדערש ווי אין אמעריקע. זענען א גרויס חלק פון די אינטערסטעיטס לאורכה ולרחבה פון א"י בלויז איין ליניע אין יעדע ריכטו, אהן קיין אפטיילער אינצווישן. ווען מען וויל פעסן א צוויטע קאר, ברויך מען אריינפארן אין די קעגנאיבערדיגע ליניע.

איך האב מיטגעהאלטן ווי א קאר פארנט פון מיר היאט געוואלט איברעכאפן א דאפלטע טרעילער, און איז אריינגעפארן אין די ליניע פון די קעגנקימנדע טראפיק.
למעשה האט ער זיך פאר'חשבונ'ט און א באס איז אים אקעגנגעקומען גאר נאענט, אזש ס'שוין נישט געווען מעגליך צו פארמיידן א צוזאמשטויס.
מה עשה? די דרייווער פון די דאבל טרעילער האט זיך אריינגעריקט אויפ'ן שאלדער, און אזוי זענען אלע דריי אריבעערגעפארן אויפאיינמאל!

זאגט נאר, אין אמעריקע קען מען אויך זעהן אזאנס?
הוא היה אומר: אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום. (אבות ד)
באניצער אוואטאר
בן עזאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג יוני 02, 2015 5:40 pm

איך בין יא פון די גרויסע מעריצים פון רבי אלימלך בידרמן.
לייגסט זייער גוט אראפ דעם בילד, פון אן אאוטסיידער'ס קוק ווינקל. כ'האב שוין אנגעמערקט בעבר אז כ'פלאן נאך אפצושרייבן א הערליכע באשרייבונג אויף דעם איש גדול, אלס איינער וואס קען אים פון דער נאנט. ווען מ'ענדיגט מיט אמשינוב, גייט מען בעז"ה באשרייבן רבי אלימלך בידרמן.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15485 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מאנטאג יוני 08, 2015 11:33 am

ראש הישיבה האט געשריבן:
אלע יארן פיר איך זיך נישט דוקא צו זיין ביי די הדלקה. מה כל הרעש? איינער צינד דארט אהן די הדלקה, נע, איך בין נישט געקומען צו די שאו, איך בין געקומען צו רבי שמעון. מען קען זיך פרייען ווען אימער ווי אימער בשמחת רבי שמעון. דאס יאר האב איך מחליט געווען אז נאך אזויפיל מאל וואס איך בין געווען ביי רבי שמעון, מעג איך אויך איינמאל מיטהאלטן די הדלקה אויפן דאך פון די באיאנער רבי. איך האב געלאזט מיינע פילינגס פריי און געפרואווט צו מיטלעבן די מאמענט.

איי וואס זאל איך זאגן? איה העט? איך האב נישט די ווערטער צו שרייבן. די שטאטע ניגוני התעוררות פאר די הדלקה. עס האט נישט קיין ווערטער די מצב דארט. די הרגשים ווערן אויסגעצויגן וואס א מינוט. ביז ביז ביז מען זעהן אויף די סקרין ווי ער גייט צינדן אין די מוזיק הייבט אהן לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. מען הייבט זיך אין די לופטן, מען ווערט וועיטלעס (weightless)! די שמחה וואס איז דארט דא, לדעתי איז א הרגש פון שמחה וואס מען פילט קיינמאל נישט. עס איז א שמחה למעלה מדרך הטבע.

שפעטער אינמיטן די נאכט, ווען איך בין צוריק צו מיין אכסניא, זעה איך אז מען גרייט זיך אויף עפעס אן הדלקה דארט!

הקיצור נאך א האלבע שעה קומט אהן די רב הכותל הרב ראבינאוויץ, מיט זיין טאטע אב"ד ירושלים, מיט א גאנצע גרופע פון בערך פופציג חברה, מיט אפאר גיטארס א קיבארד, ארה'לע סאמעט, און נאך אפאר מנגנים. עס הייבט זיך א גאנצע קומזיץ, מען גרייט זיך צו אן הדלקה. עס איז געווען גאר א געשמאקע קומזיץ. דערנאך האט הרב ראבינאוויץ געזאגט דברי התעוררות לכבוד המאורע, און דערנאך עודך א הדלקה מיט ריקודים, דאס האט אהנגעהאלטן א לענגערע צייט, ביז מען האט זיך געזעצט צו א סעודה לכבוד הרשב"י.

דאס איז געווען סתם א פערזענליכע אומגערעכטיטע באנוס וואס איך האב באקומען יענע נאכט.


דא האט איר א לינק פון די צענטראלע הדלקה היי יאר פון באיאן.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מאנטאג יולי 13, 2015 3:44 pm

עס איז מיר היינט אהנגעקומען א בילד פון הרב חיים שלום דייטש. עס איז פון יאהרן צוריק ווי ער לערנט פאר א שיעור אין 770 (זעהט אויס אז ער איז אמאל געגאנגן א פלאטשיקע הוט). איך האב נישט געטראפן אין וועלעכע אשכול עס צו לייגן. אבער צוליב איר חשיבות לייג איך עס דא.
בייגעלייגטע פיילס
הרב חיים שלום דייטש מוסר שיעור.jpg
הרב חיים שלום דייטש מוסר שיעור.jpg (87.82 KiB) געזען געווארן 1371 מאל
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך זעמיל מילכיגער » זונטאג יולי 19, 2015 7:50 pm

לויט מיין אינפארמאציע איז הרב ר' חיים שלום געווען א ליטאי, ער האט געלערנט ביי הרב שך און ווער ער איז נתפס געווארן צו ליבאויטש האט זיך הרב שך ממש געזעצט שבעה, און דאס איז טאקע געווען איינע פון די שטארקע זאכען וואס האט אנגעצינדען הרב שך קעגן ליבאויטש.
ליינטס נישט קיין שמוציגע מאגאזינען אין ביה"כ, דאס פארברענט דאך אייער נשמה!
קרעדיט: א אלטע געטראפענע ביה"כ ווענטעל.
זעמיל מילכיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 12:55 pm
געפינט זיך: שטעטעלע ק.
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט