א גריס פון ארץ ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

א גריס פון ארץ ישראל

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]איך האב ב"ה לכבוד דעם ל"ג בעומר געמאכט א נסיעה קיין ארץ ישראל. איך האב געהאט גאר א געשמאקע חוויה. איך גיי נישט ארויס ברענגן דא מיין גאנצע נסיעה מיט אלע פרטים. אבער איך וויל מיטטיילן געוויסע אינטרעסאנטע נקודות וואס איך האב געזעהן זייענדיג אין ארץ ישראל. אזוי אויך עפיזאדן וואס איך וואלט געוואלט מיטטיילן מיט די חשובע לייענערס.

ווי נאר מען פארט צו א צווייטע לאנד זעהט מען און מען אבזעווירט אינטרעסאנטע זאכן. זאכן וואס זענען אין יענע לאנד ראטין און נארמאל איז ביי א גאסט אויפפאללענד. כל שכן אז ווען מען פארט קיין ארץ ישראל ווי יעדער שטיין אטעמט אידישקיין און אירע היסטאריע איז יעדער זאך אויפפאלענד און אינטרעסאנט. אזוי אויך די התנהגות פון די מענטשן איז אנדערש ווי ביי אונז און עס איז אינטרעסאנט.

כאטש אויב איך וועל אלע פרטים וועלן שרייבן וועל איך מוזן זיצן שעות כדי צו אלעס אראפברענגן, אף על פי כן וואלט געווען כדאי אז מען זאל כאטש שרייבן געוויסע נקודות וואס קען אינטרעסירן די לייענערס.

איך וועל לייגן פון צייט צו צייט נאך א פרט.

איך לאדן איין אנדערע וואס זענען געפארן קיין ארץ ישראל אדער וואס גייען פארען, זאלן דא אין דעם אשכול לייגן זייערע אינטרעסאנטע זאכן וואס זיי האבן געזען אדער בייגעוואונט אין ארצינו הקדושה.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש הישיבה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 127 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר