מסעות ד'שש משזר.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מסעות ד'שש משזר.

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג מאי 18, 2015 7:44 pm

ווי שוין אויסגעשמועסט אין אן אנדערע אשכול, האב איך געהאט אין פלאן אראפצושרייבן דורכאויס מיין רייזע קיין ארה"ק - וואו כ'האב געוויילט איבער א וואך - א יעדן טאג וואס עס האט פאסירט, וואו כ'האב באזוכט, און וואסערע איינדרוקן די זאכן האבן איבערגעלאזט אויף מיר.

למעשה האב איך נישט געהאט קיין צוטריט צום אינטערנעט, און כ'האב נישט געקענט אראפשרייבן מיינע געדאנקען ווען ס'איז נאך געווען פריש.

אבער ס'איז קיינמאל צו שפעט... אשר על כן וועל איך אי"ה אנהייבן א סעריע ארטיקלען אפצושרייבן מיין נסיעה ווי א טאג-בוך, דבר יום ביומו. און איך האף דער עולם וועט הנאה האבן.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15571 מאל

מיטוואך פרשת אמור תשע"ה.

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג מאי 18, 2015 7:46 pm

מיטוואך פרשת אמור תשע"ה.

אנקומענדיג צום עירפארט אין JFK זענען מיר [אני ואשתי] איבערראשט געווארן צו זען די גאר לייכטע סעקיוריטי, שלא כדרכינו מאז ומקדם. מיר האבן פארשטאנען אז דאס איז א תוצאה פון פארן מיט א סטאפ אין אייראפע, וואו די סעקיורעטי איז פיל לייכטער ווי אל-על לדוגמא. אונז האבן שנעל איינגעטשעקט די רענצלעך און געגאנגען צום 'לאונטש' - וואו עס זיצן געווענליך בעסערע מענטשן וואס צאלן ארום $50 צו קענען דארט זיין ביזן ארויפגיין צום פליגער, וואו מען רוהט זיך אפ אין א שיינע עלעגאנטע פלאץ, און מען שטעלט צו עסן כיד המלך פריי פון אפצאל [איך האב גארנישט געקענט עסן. טריפות]. אונז האבן באקומען איינטריט רעכטן בחנם דורך אונזער ביזנעס קרעדיט קארטל, וואס שטעלט דאס צו אלס איינער פון די וועגן צו צוציען קונדן צו זייער קארטל.

מיר פארלאזן דעם אמעריקאנעם באדן מיטן רוסישן פליגער פון 'טראנסיראו', ווייל מיר האבן געכאפט א מציאה אפאר חדשים צוריק, אז פאר $570 קענען מיר אנקומען קיין ארץ ישראל מיט א סטאפ אין רוסלאנד. מיין ווייב האט זיכער געמאכט אז ס'סטאפט נישט אין אוקריינא, ציטערנדיג פון די רעבעלן וואס האבן אראפגעשאסן א מאלאזיער פליגער העכער לוהאנסק...

די פליגער איז געווען היבש ליידיג, און מ'האט זיך געקענט אויסשטרעקן אויף אפאר סיטס אזויווי אויף א בעט... מאנכע האבן טאקע אריינגעכאפט א געשמאקע שלאף אויף דעם אופן. איך האב באקומען א 'פרימיום' זיץ, אזוי האבן כאטש מיינע פיס געהאט פלאץ צו אטעמען. נאך איין מעלה איז, אז יעדער קען נאך מיטנעמען צוויי רענצלעך, אן אן עקסטערן טשארדזש פארן צווייטן רענצל.

דא בעיסיקלי ענדיגט זיך די געשמאק פונעם רייזע מיט די רוס'קיז. די עסן איז געווען גרויל, קיין קאקא קאלע האב איך אויך נישט געקענט טרינקען ווייל ס'איז געווען פון רוסלאנד - אן קיין הכשר בכלל, קיין אייז אריינצולייגן אין די ווארימע וואסער - האבן זיי אויך נישט געגעבן. פארשטייט זיך אז ס'נישטא די נייע פארגעשריטענע כלי פאר יעדן זיץ, וואו מ'קען זיך אליינס אויסוועלן צו מ'וויל זען א ווידעא, קליפ, געים, וכו'. אבער די חוצפה איז אז אפילו די אלטמאדישע כלי זייערע האט געהאט א קנאפע פאר טשענעלס, און 'אלע' זענען געווען רוסישע - אן אפילו קיין איבערטייטש אויף ענגליש. הקיצור, גרויל שבגרויל.

אינעם נעקסטן קאפיטל: א סטאפ אין רוסלאנד...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15571 מאל

א סטאפ אין רוסלאנד...

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג מאי 18, 2015 7:47 pm

אין רוסלאנד זענען מיר אנגעקומען דאנערשטאג פארטאגס, וואו מיר האבן שטייצעך גלייך געזען דעם חילוק פון אמעריקע ביז רוסלאנד. די גאנצע לעקטער פונעם עירפארט איז געווען פארלאשן - אפשר צו שפארן אפאר דאללער, גרויסע סקיי לייטס האבן ליכטיג געמאכט דעם נארישן עירפארט. כ'האב געטראכט צו מיר: ס'ארא שאנדע אז אמעריקע דארף זיך בכלל 'רייבן' מיט אזא צוריקגעשטאנענע מדינה. די געשעפטן וכו' זענען געווען עשר מעלות אחורנית פון די געשעפטן אין JFK, אזש ס'קען זיך ניטאמאל פארמעסטן מיטן עירפארט אין מדינת ישראל - נתב"ג.

מיר האבן געוואלט קויפן וואסער, אבער קיינער האט נישט גענומען קיין דאלער'ס. נאר 'רובל'. גיי פארשאף רובל פון ערגעץ. כ'זוך א CHANGE מיט לעכט, אבער א מכה, קיין פלאץ אויפצוטוישן געלט איז נישט פארהאן אין דעם פארגעשריטענעם עירפארט. כ'פרוביר צו רעדן מיט מענשטן, אולי יחוס אולי ירחם איינער זאל צואווייזן וואו ס'איז דא א CHANGE, אדער לכה"פ א געשעפט וואס נעמט דאלער'ס. אבער די פארשאלטענע חברה קענען נישט קיין מלה אחת ענגליש. א דריטע-וועלט-מדינה אינמיטן אייראפע. ענדליך נאך לאנגע פלאג און מיה האט איינער אויסגעבעקעצט פון די ציין אז 'איין' געשעפט נעמט יא דאלערס, ס'הייסט: 'שאקאלניצע'. יעצט דארף איך נאר טרעפן דעם געשעפט, ווען די אותיות זענען רוסישע אותיות וואס האבן אנדערע אלפעבעטס ווי רוב אנדערע פונעם לאטיינישן גזע. ב"ה כ'האב געטראפן דעם געשעפט נאכן ליינען א גאר לאנגע נאמען אויפן געשעפט וואס האט געמאכט טראכטן אז מיר רעדן פון 'טשאקאלניצע'... כ'האמיך געקויפט דעם אויסגעבעטענעם באטל וואסער, ביי א כינעזער ארבעטער וואס האט יא געקענט רעדן ענגליש.

א שחרית דארטן איז גאנץ געשמאק. דער גאנצער רוסישער המון עם קוקט אויף דיר מיט בייז-וואונדער, און דו שפירסט אז דו ביזט דא זיכער מתקן ווער-ווייסט-וויפיל-ניצוצות... גראדע לשבחם יאמר, אז קיינער האט נישט געזאגט קיין קרום ווארט, און קיינעמ'ס בליק האט נישט געשפיגן מיט שנאה [ווי באוואוסט זענען די רוסישע נישט קיין שונאי ישראל, משא"כ די אוקריינער וואס זענען וויסטע שונאי ישראל, פון ערגסטן סארט, שוין דורי דורות].

נאך א דריי א האלב שעה, זעצן מיר זיך צוריק ארויף אויף א קלענערע פליגער, וואס פירט אונז דירעקט קיין ישראל. א הייסע שוויציגע שמוציגע פיצעלע איבערגעפילטע עראפלאן. אבער שוין, ס'איז א קורצע רייזע פון קנאפע פיר שעה. לעבן מיר איז געזעצן אן איזרעאלי, מיט וועם כ'האב געכאפט גאנץ א געשמאקע שמועס.

מיר איבער דעם, אינעם קומענדיגן קאפיטל...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15571 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 19, 2015 1:06 am

שש איך שפיער אז דו ביסט מקצר, האסט זיכער געהאט דארט נאך עקספיריענסעס דארט אין רוסלאנד נישט אזוי?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג מאי 19, 2015 1:30 am

נאופס.
כ'בין געבליבן אין עירפארט און געווארט ארויפצוגיין אויפן נעקסטן עראפלאן.

כ'האב אויסדריקליך נישט געהאט וואס צוטון אין דעם אהערגעשטעלטן רוסישן לופטפעלד.

גראדע, אין א פרישע אנקעדאט איבער די רוסישע לופטפעלד, האבן זיי געזאגט מ'זאל גיין צו איין עק פונעם לופטפעלד צו ווארטן אויפן פליגער, און אנקומענדיג דארטן האבן מיר געזען אז די כעלמער כאכאמים האבן געטשעינדזשט זייער מיינד, און זיי האבן געטוישט צום אנדערן עק לופטפעלד וואו צו ווארטן אויפן פליגער. א היבשער walk, אבער כ'האב באמת נישט געהאט בעסער'ס וואס צו טון אין די צייט.

ואנקעדאט גוררת אנקעדאט. צו עטס ווילטס גלייבן צו נישט, מ'פארקויפט נישט [אפיציעל] קיין וואדקע אינעם לופטפעלד, כאטשיג וואדקע איז זייער נאציאנאלן סימבאל... די טעם דערפון איז, ווייל זיי ווילן זיך אהערשטעלן ווי א נארמאלע לאנד, נישט ווי א שיכורים באר. גראדע האט מיר מיינס א קרוב אנגעזאגט פון פריער אז מ'פארקויפט נישט קיין וואדקע, און כ'האמיך טאקע איבערצייגט דערינען. למעשה קען מען עס קויפן אונטערן קאונטער, אבער ס'איז אין ערגעץ נישט אויף דיספלעי.

נישט נאר דאס, נאר אפיציעל טרינקט מען דאס נישט אינעם עירפארט, סאו כ'האב געדארפט גיין אין ביה"כ צו זען ווי אפאר ליידיגע פלעשער וואדקע ליגן דארט...

מאמא-רוסיע במיטבה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15571 מאל

הודעהדורך הבא ללמד » דינסטאג מאי 19, 2015 9:56 am

שש משזר האט געשריבן:מיין ווייב האט זיכער געמאכט אז ס'סטאפט נישט אין אוקריינא, ציטערנדיג פון די רעבעלן וואס האבן אראפגעשאסן א מאלאזיער פליגער העכער לוהאנסק...

פארוואס לאזטי איר הערן קול מבשר איך שריי דאך לאנג עס מאכט חרוב אידישע שטיבער, היינט ציטאג אז איך וויל טרינקען א גלעזעל זיסע סאדע קען איך עס נאר ביי א שלום זכר, אלטס אדאנק דיעם קול מבשר

עניוועי איך שלינג דיינע ווערטער מיט דארשט איך שטעל מיר פאר אז מען האלט נאך ביי דע הקדמה באלד גייסטי אינז אראפ לייגען ארץ ישראל מיט אלע קאלירען
צלח ורכב
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:46 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

א שמועס מיט א חילוני.

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג מאי 19, 2015 11:49 am

דאנערשטאג פרשת אמור תשע"ה.

אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל, איז לעבן מיר געזעצט א פרייער איד. אויסגעזען ווי א ספרד'יש אפשטאמיגער. דער איד האט גלייך אנגעהויבן א שמועס מיט מיר, וואו מיר האבן געקענט זען דעם 'תינוק שנשבה' שרייט ארויס פון אים.

ער איז א פרייער איד, וואס גלייבט אין גאט, און לייגט תפילין יעדן טאג, אבער פון די אנדערע זייט האט ער א דירעקטע קאנעקשען מיט גאט און ער שפירט זיך נישט משועבד צום תורה אין אירע געזעצן. ווי רוב ספרד'ישע איז ער אזא מסורתי, גלויביגער, און שטארק רעכטער מענטש וואס קוקט אן די לינקע און ארץ ישראל ווי פשוטע פאררעטערס.

דער חידוש מיט אים איז, אז ער האט פארשטאנען איז ארץ ישראל שטייט נישט העכער אלס, נאר די תורה שטייט העכער אלס. ער האט מודה געווען צו מיין טענה, אז דורכאויס די לעצטע צוויי טויזענט יאר האבן מיר נישט געהאט קיין אייגענע מדינה, און אעפ"כ האבן מיר זיך געהאלטן אידיש נאר צוליב'ן תורה. ער פארשטייט אויך די חרדים וואס ווילן נישט גיין אין מיליטער אין ארץ ישראל, זאגנדיג אז נאך אזויפיל יאר פון זיין לעבן, זעט מען א כלליות'דיגן בליק אויף דאס אידישן פאלק, און חרדים זענען פונקט אזוי וויכטיג פארן אידישן פאלק ווי דאס מיליטער.

זיין אידישן געפיל האט זיך ארויסגעזען ווען ער האט מיר דערציילט איבער זיין ארבעט, זאגנדיג אז לכתחילה האט ער געארבעט אין אמעריקע וואו ער האט זיך ארויפגעארבעט צו זיין א מענעדזשער אויף אזא פופציג ארבעטערס. ער זאגט ווי די אמעריקאנע האבן אים אנגעקוקט צומישט טראכטנדיג אז עפעס אן איזרעאלי פרענק וואס קען ניטאמאל קיין פערפעקטע ענגליש [ער קען גראדע גאנץ גוט] איז גאר זייער באסס... למעשה האט ער אויפגעגעבן זיין סוקסעספולע פרעסטידזשפולע דזשאב פאר איין סיבה: ער האט נישט געוואלט ווערן קיין אמעריקאנער אנגעפרעסענער בירגער. ער טענה'ט אז די מגושם'דיגקייט אין אמעריקע, די רדיפת תאוה וכבוד, אויסגעמישט מיט צביעות און 'אפיציעלקייט', איז אזוי שטארק, אז זיין נשמה האט דאס פשוט נישט געקענט סובל זיין.

למעשה איז ער צוריקגעפארן וואוינען אין ארץ ישראל, אין עפעס א מושב לעבן פתח תקוה וואס הייסט 'עינת'. וואו ער וואוינט מיט זיין ווייב [א מסורתי, אבער א לינקער. ער זאגט מיר אז קיין פאליטיק רעדט ער קיינמאל נישט מיט איר, ווייל נאך א מינוט וועט גיין קולי קולות...], און דריי קינדער. ער האט באקומען אן ענדליכע דזשאב אין רוסלאנד וואו ער געפינט זיך רוב וואך, און פארט אהיים קיין ארץ ישראל יעדע וויקענד [דאנערשטאג-זונטאג]. ער רעדט שוין א גוטע רוסיש ווי כ'האב מיך איבערצייגט וויאזוי ער האט גערעדט מיט די פילע רוסישע אויפן פליגער. ער האט געמאכט א רושם ווי א שטיקל אינטעלעקטואל, און מוצלח.

בנוגע זיין טענה אז ער טוט וואס איז רעכטפארטיג אין זיינע אויגן צו טון, דהיינו מענטשליכקייט און גוטסקייט, און מיט דעם איז ער יוצא זיין חוב כלפי גאט [א טענה וואס אסאך מסורתים האבן מיר געזאגט במשך די יארן], האב איך אים געענטפערט אז חוצמזה וואס ער דארף וויסן וואס גאט וויל, און נישט ער איז דער וואס קען דיסיידן וואס צו טון פאר גאט... האב איך א שטארקע טענה, אז יעדער לינקער פרייער טוט דאס זעלביגע ווי אים אן גלייבן אין גאט. דהיינו מענטשליכקייט האט מיט דעם וואס אונזער שכל דיקטירט אונז צו גוטס און רחמים, אפילו מ'זאל כופר זיין בה', און אויב אזוי פארוואס ריקט ער אריין גאט אין זיינע חשבונות?!

אזוי איז געווען מיט אפאר משא ומתן'ס דורכאויס דעם שמועס, וואו כ'האב אים אפאר מאל געמאכט קראצן דעם שטערן. לזכותו יאמר, אז ס'האט אויסגעזען ווי ער וויל פארשטיין אנדערע, סאו כ'האב געטראפן א מקום להתגדר זיך מסביר צו זיין, און ער האט באמת פרובירט יורד צו זיין לדעת אחרים. מיר האבן זיך געזעגנט ווי גוטע פריינט, און כ'האב געהאט נאך א געלעגענהייט צו זען די ניצוץ אלקי וואס ברענט אין א איד, אליין אומוויסנד - אבער מיט הערצה צו אנדערע מיינונגען און שטרעמונגען.

=========
דער הייסער סרוח'דיגער פליגער, האט ענדליך געלאנדעט אין ארץ ישראל ארום 3:00 נאכמיטאג, ווען דער עולם האט כנהוג געקלאטשט מיט עקסטאז ווען דער עראפלאן האט בארירט דעם הייליגן באדן פון ארץ ישראל. ארויסגייענדיג פון דארטן, בין איך געגאנגען צום 'נשר' אפטיילונג פון מוניות [טעקסי'ס], וואו כ'האמיך אריינגעזעצט אין טענדער מיט מיין רעביצין און דריי גרויסע רענצלעך, און ארויסגעפארן קיין ירושלים פארן ביליגן פרייז פון 140 שקל. גאנץ א געשמאקע מעבר פון די הייסע תל אביב'ע לופט צו די ירושלימע אויר צח [אפילו ס'איז געווען גאנץ הייס אויך דארטן].


אין נעקסטן קאפיטל: אונזער דירה אין ירושלים, און מסע מירון.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15571 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 19, 2015 3:36 pm

זייער שיין ר' שש. נשר האט געטוישט די פרייז? ס' פלעגט זיין נאר 50 שקל
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג מאי 19, 2015 4:23 pm

נאכאמאל, כ'בין געקומען אויך מיט מיין ווייב, און דער דרייווער האט מחליט געווען צו נעמען עקסטערע צען שקל פאר די פעקלעך [גנב וואס ער איז]... און אביסעלע העכער ווי אמאליגע פרייזן מעג עס דאך זיין.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15571 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג מאי 19, 2015 4:34 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:זייער שיין ר' שש. נשר האט געטוישט די פרייז? ס' פלעגט זיין נאר 50 שקל

און פון מיר האט ער יעצט גענומען 192 שקל. א חוצפה
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

Re: מסעות ד'שש משזר.

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » דינסטאג מאי 19, 2015 4:43 pm

זייער שיין כה לחי .....

געליינט מיט דארשט
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 839
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

מיין דירה אין ירושלים.

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג מאי 19, 2015 7:52 pm

מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים ארום 4:30 ל"ג בעומר נאכמיטאג. אונז האבן ארויסגעדינגען א דירה אין בית ישראל געגנט, אפאר הייזער אוועק פון מירע ישיבה [בית ישעי'], פאר הונדערט דאלער א נאכט.

מיין דירה איז ב"ה געווען גאנץ שיין, אין כמעשה'דיג באקוועם. די חסרונות זענען באשטאנען פון נישט האבן א קוירטען ארום דעם שויער, אזוי אז יעדעס מאל נאך א שויער האט מען געמוזט מאכן 'ספאנדזשא' אויף די ירושלימ'ע באלאטעס, אזוי אויך האט מען געדארפט 'אנצינדן' די הייסע וואסער אפאר מינוט פאר מ'האט געוואלט נעמען א הייסע שויער. און צום לעצט, מיר האבן זיך געשפירט ווי ריכטיגע ירושלימ'ע אויפהענגענדיג די וועש אויף שטריק נאכן וואשן אין וואש מאשין, ווייל קיין 'דרייער' האבן זיי נישט...

די מעלות זענען אבער געווען איבערוויגנד: צוויי נארמאלע סייז בעדרומ'ס וואס איינס איז פארוואנדעלט געווארן אין א דיינעט. פלוס א נארמאלע קיך. פלוס א טאראסע [איצטער רעדן מיר אויפן ירושלימער אויסשפראך...]. וגם לרבות צוויי בית הכסא'ס.

נאכהער האבן מיר געזען א קליין צימער'ל וואס איז אפשר כשר פאר א שיעור סוכה, דער אייגנטומער האט מיר מסביר געווען אז דארט איז אמאל געווען א בית הוראה. דהיינו, כ'האב געהאט די זכיה צו וואוינען אינעם דירה פונעם הייליגן גאון וצדיק 'רבי נטע פריינד' זצ"ל, וואס איז ממש לעצטנס אוועק, און א יונג קאפל האט איבערגענומען די דירה וואס זיי דינגען אויס מפעם לפעם פאר אנדערע. סך הכל איז עס געווען זייער א בע'טעמ'טע דירה, פאר א קליינע סכום דמי שכירות.

נאכן אויספאקן די סחורה, זיך אפרוען פאר אפאר מינוט, זענען מיר געגאנגען טון דאס וויכטיגסטע: אויפטוישן אפאר דאלער אויף שקל צו קענען טון עפעס ווייטער, אבער צו מיין רוסישן מזל בין איך דורך איין change נאכן אנדערן, און קיין איינס איז נישט געווען אפן! 'פארוואס?' - פרעגט איר, 'ווייל ס'דאך ל"ג בעומר און דער עולם פארט קיין מירון'!!! ענדליך נאכן קריכן איבער די גאסן פון ירושלים, האב איך געטראפן איין מקום וואס איז נאך געווען אפן, כ'האמיך אויפגעטוישט אפאר מאות, און 'יאללא', געגאנגען קיין מירון...

אבער גיי טרעף אן אויטאבאס. די באסעס פון אגד זענען שוין נישט ארויסגעפארן שפעט נאכמיטאג, און אנדערע פריוואטע קאמפאניס האבן שוין אויך נישט געשיקט קיין באסעס אזוי שפעט. ס'איז פערטל צו זעקס נאכמיטאג, ווען איך באמערק אז איין לעצטע באס גייט ארויספארן אין פופצן מינוט ארום. 6:00 פארט ארויס די לעצטע באס פון האפפמאן טורס, און די לעצטע באס בכלל. כ'האמיך גענומען לויפן מיט איין אטעם צום מקום מיועד וואו מ'פארט ארויס קיין מירון [א רחמנות אויף מיין ווייב...], נאכן זיין נים ולא נים, ניר ולא ניר, שוין איבער 24 שעה זייט כ'בין ארויסגעפארן פון אמעריקע. אבער היידא! מיר פארן קיין מירון...


אינעם נעקסטן קאפיטל: 'מסע מירון'...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15571 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 19, 2015 8:32 pm

בן אדם האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:זייער שיין ר' שש. נשר האט געטוישט די פרייז? ס' פלעגט זיין נאר 50 שקל

און פון מיר האט ער יעצט גענומען 192 שקל. א חוצפה

פאר די וואס ווייסן נישט ,עס איז נישט פארהאן א מציאות בעולם אז מען צאלן פאר א טעקסי פון ב''ג קיין סיי ווי די אפגעמאכטע פרייז נעווער עווער!
זיי וועלן אייביג טרעפן צו-טשארדשעס מינים ממינים שונים.

און דאס איז שוין נאכדעם וואס ביים אריינציען אינעם נייעם טערמינאל האבען זיי צוגעזאגט ביים אלדאס הייליגן אז מען גייט זיך דראסטיש טוישן [ווער עס געדענקט די צעקות ביי די אלטע טערמינאל איימאמאמיא] און נאכדעם וואס זיי גייען מכלומפרשט אדורך א קורס פון די משרד התיירות 'הסבר פנים לתייר' (ובעיקר לכספו).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5689
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2588 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג מאי 19, 2015 8:50 pm

איך אויך האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:זייער שיין ר' שש. נשר האט געטוישט די פרייז? ס' פלעגט זיין נאר 50 שקל

און פון מיר האט ער יעצט גענומען 192 שקל. א חוצפה

פאר די וואס ווייסן נישט ,עס איז נישט פארהאן א מציאות בעולם אז מען צאלן פאר א טעקסי פון ב''ג קיין סיי ווי די אפגעמאכטע פרייז נעווער עווער!
זיי וועלן אייביג טרעפן צו-טשארדשעס מינים ממינים שונים.

און דאס איז שוין נאכדעם וואס ביים אריינציען אינעם נייעם טערמינאל האבען זיי צוגעזאגט ביים אלדאס הייליגן אז מען גייט זיך דראסטיש טוישן [ווער עס געדענקט די צעקות ביי די אלטע טערמינאל איימאמאמיא] און נאכדעם וואס זיי גייען מכלומפרשט אדורך א קורס פון די משרד התיירות 'הסבר פנים לתייר' (ובעיקר לכספו).

דער כלל האב איך געוויסט ביי אלע מיני מוניות א חוץ פון נשר. געווענליך האבן זיי א באשטימטע פרייז.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג מאי 19, 2015 8:58 pm

פראביר נאר צוויי אזייגער באנאכט א נשר ווען זאל ארויספארן מיט 11 צו 12 נוסעים אנשטאט די 14 פלעצער וואס די ווען פארמאגט ,ער וועט מאכן אזוינע צעקות אז דו ביסט 'שולדיג' דערויף און אזוי לאנג פארפירן ביז די מידע טרעוולערס זענען מסכים צו צאלן פאר די ליידיגע זיצן אבי מען זאל אנקומען בשלום.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5689
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2588 מאל

הודעהדורך קפה נמס » דינסטאג מאי 19, 2015 10:15 pm

בן אדם האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:זייער שיין ר' שש. נשר האט געטוישט די פרייז? ס' פלעגט זיין נאר 50 שקל

און פון מיר האט ער יעצט גענומען 192 שקל. א חוצפה

פאר די וואס ווייסן נישט ,עס איז נישט פארהאן א מציאות בעולם אז מען צאלן פאר א טעקסי פון ב''ג קיין סיי ווי די אפגעמאכטע פרייז נעווער עווער!
זיי וועלן אייביג טרעפן צו-טשארדשעס מינים ממינים שונים.

און דאס איז שוין נאכדעם וואס ביים אריינציען אינעם נייעם טערמינאל האבען זיי צוגעזאגט ביים אלדאס הייליגן אז מען גייט זיך דראסטיש טוישן [ווער עס געדענקט די צעקות ביי די אלטע טערמינאל איימאמאמיא] און נאכדעם וואס זיי גייען מכלומפרשט אדורך א קורס פון די משרד התיירות 'הסבר פנים לתייר' (ובעיקר לכספו).

דער כלל האב איך געוויסט ביי אלע מיני מוניות א חוץ פון נשר. געווענליך האבן זיי א באשטימטע פרייז.

נשר האט א באשטימטע פרייז. צו ירושלים קאסט היינט 64 שקל.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 2:30 pm

אז מען וויל זיין רוהיג מיט די פרייז איז אין די זייט דא א מאשין וואס וועט דיר געבן די רעיט פון די נתב"ג צו וואו איהר ווילט גיין און איהר ווייזט דאס פארן נהג, און דאס איז די פרייז וכן עשיתי ונושעתי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4876 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך מאי 20, 2015 2:36 pm

געוואלדיג האט געשריבן: איז אין די זייט דא א מאשין

??? what
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 3:20 pm

אזוי ווי דו ליינסט, אין די זייט אינדרויסן פון טערמינאל איז דא א מאשין וואס וועט דיר ווייזן די רעיטס צו יעדע פלאץ אין די קליינע מדינה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4876 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך מאי 20, 2015 3:43 pm

דער רגע איך קום ארויס אינטערן הימעל ס'ערשטע מאל נאכן פליגער, נישט קיין חילוק צו איך בין דארט אליין אדער מיטן משפחה, בין איך שוין א געפאנגענע ציווישן די הונגעריגע - נשר - בערן אז ס'שוין נישט שייך ווי זיך אהין צו טיען, א חוץ אויב מ'איז אויסגעצייכנט אין זייער לייבן לענגוויטש צו קענען צוריק שרייען.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

מסע מירון.

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך מאי 20, 2015 10:48 pm

ס'איז שוין ל"ג בעומר נאכמיטאג 6:00, ואין קול ואין עונה. טיפיקל איזרעאליס וואס מאכן א לעבן אויפן חשבון פונעם רייזנדער. זיי האבן קודם געווארט ס'זאל זיין א ריזיגע עולם וואס זאל זיכער אנפילן די באס, און הערשט ארום 6:30 - א האלבע שעה נאך זייער שרייעדיגע פלאקאטן איבער די גאסן האבן פארפירט אז ס'וועט ארויספארן זייער באס - איז מען ענדליך ארויסגעפארן בשעה טובה ומוצלחת.

האביך געמיינט אז כ'וועל נאך אריינכאפן סוף פון תולדות אהרן רבי'ס הדלקה. האט זיך אויסגעלאזט א פייג א רעטעך. די וועג האט געדויערט לא פחות פון פיר שעה [כ'האב געטראכט צו מיר, משל למה"ד דומה, כ'זאל מיך ארויסלאזן כמעט ביז וואשינגטאן די. סי.]. כ'בין אנגעקומען אין מירון 10:30 ביינאכט!!! אבער פאוואליע, די וועג האט נאך עפעס געהאט צו פארקויפן...

אינמיטן וועג האט עפעס א ספרד'ישער עלטערע איד איבערגענומען די מייק. שטעלט זיך ארויס אז ער איז א שטיקל רב, און איז עוסק בקירוב רחוקים וקירוב קרובים, און ער האט גענומען אויף זיך א שיינע מנהג צו בעטן מענטשן זיך פארצונעמען א קליינגקייט נענטער צו ווערן מיטן באשעפער, צו צניעות, צו כשרות, צו לערנען הלכות, צו שמייכלען צו א צווייטן. ובשכר זה וועט ער - ווי א טיפישער פרענק - גיין צו קברי צדיקים לרחצה, מתפלל זיין פאר די וואס נעמען זיך פאר א דבר טוב. און אויך וועט ער מאכן א מי שברך פאר יענעם [אמנון יצחק, וואו ביזטו?!...]. און חוץ מזה האט ער א רשימה פון ווייס-איך-וויפיל רבנים וואס האבן געגעבן זייער ברכה פאר יעדער וואס איז חלק פון זיין אויפטו. פון חסידים ביז אשכנזים, פון ראשי ישיבות ביז באבא'ס. ער האט מרחיב געווען בדיבורו פאר ארום א האלבע שעה, און די פלא איז געווען אז רוב מענטשן האבן אים אויסגעהערט און מ'האט אים ניטאמאל שטיל געמאכט. כ'האב נאר געטראכט צו מיר וואס וואלט געשען אויב ער וואלט דיסיידעט צו ברעטשען אין מענטש'נס אויערן אין א באס אין אמעריקע...

ס'איז געווען אינטרעסאנט צו באמערקען, ווי נאכן דרשה איז ער ארומגעקראכן דעם גאנצן באס, און געפרעגט איינעם נאכן צווייטן צו זיי ווילן זיך עפעס אינטערנעמען, און ער האט געמאכט מי שברך'ס אזש ס'איז געגאנגען א רויעך. ווי פארשטענדליך זענען די גרעסטע קאסטומער'ס פארן מי שברך געווען אחים לצרה - פרענקן אזויווי אים, וואס גלייבן אין די זאכן אזויווי @ונבנתה העיר אין חב"ד'סקן רבי'ן. ולפלא היה בעיני, אז ווען ער האט גערעדט מיט מיר, האט ער ניטאמאל געאפערט צו מאכן א מי שברך. מ'שטיינס געזאגט, ער האט געשפירט אז מיט דעם באשעפעניש וועט דאס נישט עכט זיין עובר לסוחר... [כ'האב למעשה אויך מקבל געווען עפעס א דבר טוב: משמח צו זיין יעדן טאג עפעס א איד. כ'מיין און כ'האף אז כ'בין עס יוצא מיט מיינע ארטיקלען אינעם קאווע שטיבל].

איין גאר אינטרעסאנטע מעשה האט יענער דערציילט, ואם קבלה היא נקבל: ער דערציילט אז זיין טאטע איז געווען א גרויסע עובד ה', א תלמיד חכם, און חשוב. ווען ער איז געווארן 69 יאר אלט, איז ער קראנק געווארן מיט א שטערבליכע קראנקייט, און די דאקטוירים וואס האבן אים אונטערגעזוכט האבן געזאגט אז ער איז שוין א טריפה. כלומר, ער וועט נישט איבערלעבן דאס יאר ל"ע. האט זיין טאטע זיך אנגערופן, אז אויף דעם דארף ער נישט קיין דאקטאר, ווייל דוד המלך זאגט דאך שוין: ימי שנותינו בהם שבעים שנה. און אעפ"כ אויב דער באשעפער וויל, וועט ער מאריך ימים זיין. למעשה - דערציילט זיין זון - האט ער מאריך ימים געווען נאך 40 יאר, און איז אוועק ביי די 109 יאר!!! ער האט איבערגעלעבט אלע דאקטוירים וואס האבן אים מנבא געווען 40 יאר פריער אז ער האט ווייניגער פון א יאר צו לעבן... ביי די 85 האט ער נאך געפאסט גאנץ עשרת ימי תשובה, געשטאנען יו"כ אויף די פיס, ווי די אמאליגע חסידים הראשונים. הפלא ופלא!
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15571 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך מאי 20, 2015 10:51 pm

המשך מסע מירון:

אנקומענדיג אין מירון האט מיר מקבל פנים געווען א ריזיגע געמיינדע פון... מיסט. בערג מיט מיסט זענען געווען איבעראל. מענטשן זענען געווען בעיקר ברעסלאווע, ספרד'ישע, און משוגעים. ווייניג נארמאלע און קיין איין פייער איז שוין נישט געווען ביים מערה. א היבשע דיסעפוינטמענט פארן זיך שלעפן 4 שעה קיין מירון, נאכן וויילן אין די הימלען כמעט א מעת לעת. נאכדערצו ווען די באס אויף צוריק האט געדארפט ארויסצופארן א קנאפע 75 מינוט שפעטער. אבער מיר האבן ארויסגענומען דאס מערסטע שייך, זייענדיג מתפלל ביים ציון המצוינת פון רשב"י, וואס לכבודו האב איך אפגעשריבן א מאמר בפני עצמו. די הרגשים ווערן פון זיך אליינס גאר ווארעם, און מיט א לייכטערע געמיט האב איך פארלאזט דעם מקום מנוחה פון איינער פון די גרעסטע תנאים אין די וועלט.

ולפלא היה בעיני, אז ווי נאר ל"ג בעומר האט זיך געענדיגט, האבן זיך געענדיגט אלע 'ח"י רוטל משקה'ס' אויך... כ'האמיך געמוזט איינקויפן אין א געשעפט עפעס א טרינק. און צוריק קיין ירושלים מיט א פרישע כמעט 4 שעה'איגע רייזע.

נאכן כאפן דעם לאנג ערווארטעטן שויער, בין איך אריינגעפאלן אן ערשעפטער אין בעט - נישט פאר כ'האב שוין געהערט די פייגלען זינגען זייער פרימארגן געזאנג. יחד כולם הודה שש משזר והמליך את ה' ואמר וקרא קריאת שמע של שחרית, און דערנאך האב איך געכאפט א טיפע שלאף 'אויף א בעט' נאך אזא 35 שעה. ווען איך בין אויפגעשטאנען, וועל איך נישט מודיע זיין...


אינעם נעקסטן קאפיטל: פרייטאג אין ירושלים, א באזוך אין שוק מחנה יהודה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15571 מאל

Re: מסעות ד'שש משזר.

הודעהדורך חאצקעל שניידער » מיטוואך מאי 20, 2015 11:16 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך כוכב אום פרייטאג מאי 22, 2015 2:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ביליגע טשעפערייען
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 314
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 20, 2015 11:25 pm

הער אויף חצקל ווילסט ער זאל סטאפן דא אויך? און דיין שאלה איז נישט ריכטיג ווייל די אמשאניווער ארטיקלעך גייען אריין אסאך מער קאפ און מוח און געפיל
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך מאי 20, 2015 11:28 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:הער אויף חצקל ווילסט ער זאל סטאפן דא אויך? און דיין שאלה איז נישט ריכטיג ווייל די אמשאניווער ארטיקלעך גייען אריין אסאך מער קאפ און מוח און געפיל

כ'האדיך געוואלט לייקן פשוט פאר דיין געדאנק ביים אנהייב...

למעשה לייק איך דיר אויך צוליב דיין סוף. דאס איז טאקע דער טעם: דא שרייב איך מיין בויך וויי, און דארט שרייב איך טעכניש א בוך.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15571 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot], יין שרף און 2 געסט