די פלאם פייער ביים סעודה פון רבי אלימלך בידרמן שליט"א.
אויב אינעם אמשינאוון אשכול האב איך אראפגעברענגט כמה פעמים רבי מנחם'ל אמשינאווער'ס ווארט, פארוואס מ'שרייבט נישט אראפ די אמשינאווע תורות, 'ווייל די ברען פונעם ווארט קען מען נישט אראפשרייבן, און די ווארט אנעם ברען איז נישט ווערט אראפצושרייבן', איז דא ביים באשרייבן א סעודה מיט רבי אלימלך די נקודה סאך שטערקער, וויבאלד דער עיקר ממש איז דער 'אופן', דער התלהבות, דער פייערדיגע עבודה, וואס האט עפעס אן אבנארמאלער מיזוג מיט פריינטליכקייט מיט יעדן איינעם. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך בקיצור באצייכענען די נקודות.
די קידוש וואס ווערט געזאגט בקול חוצב להבות אש, נאכן מודיע זיין יעדעס מאל פון פריש אז די זמן פון קידוש איז ספעציעל מסוגל לתשובה, וויבאלד מ'זאגט דאך יעצט עדות אויפן בריאה און מ'דארף זיין כשר לעדות, גיסט אויס גענוג וויין פון בעכער אז מ'זאל דאס פון פריש אנפילן בעפארן אויסטרינקען דעם כוס. ווייטער וועט ער שמועסן מיטן עולם ווי נאנטע פריינט, זיך וויצלען איבער די 'שמועות טובות' [-הערינג], און גלייך נאכדעם אריינווארפן א שטעכעדיג ווארט איבער די פיש וואס האבן נישט פוגם געווען ברותחין, ולכן ניצלו במבול, און דערפאר ווערן צדיקים מגולגל אין פיש, און די נקודה איז קלאר [ככללא דמילתא, וועט ער מיינען די נקודה וואס מ'קען עפלייען צו זיך, און נישט סתם 'חסיד'ישע תורה'].
די כל מקדש אויפן קארלינער נוסח מיטן לעלוב'ן קנייטש, ווען ס'טוט זיך דער באקאנטער קאכעניש ביי 'טהורים יירשוה', וואס זייט ס'דא א ריזן עולם ביי אים האט ער מער ווייניגער אויפגעהערט דערמיט. די מנוחה ושמחה מיט איר קאך, און די דברי תורה וואס פליסן כמעיין הנובע, זייענדיג כהיום דער גרעסטער מגיד אויפן וועלט, וואס די מערסטע מענטשן אויפן וועלט לערנען און הערן זיינע דרשות ושיעורים [צווישן 5,000-10,000 יעדן וואך].
און דאס אלס איז נאר א מעין הקדמה צום פייערדיגן 'קה ריבון' וואס מ'זינגט אין תולדות אהרן ומקורו בבלאזשוב, ווען מ'זעט קליפ אין קלאר נישט נאר זיינע געגועים צום 'מלכא מלך מלכיא', נאר אויך זיינע בכיות מאין הפוגות, אויפן צופלאמטן געזיכט, ווען די אויגן דרייען זיך איבער צום ווייסל, ביי 'פרוק ית ענך מפום אריותא' וכו'. די קאכעניש ביים קה ריבון איז אזא שם דבר, אז ווען איך וויל זיך דערמאנען פון א דביקות'דיגע מאמענט, איז דאס ביי מיר בלי שום ספק דער צורה פון רבי אלימלך ביים 'קה ריבון'. ביי למקדשך טוב וועט ער אויסשרייען אז דער באשעפער בעט זיך ביי אונז אויך 'למקדשך טוב', מיינענדיג דעם פריוואטן מקדש מעט שבלב כל אחד ואחד.
ווייטער זינגט מען 'צור משלו', וואו ער איז אויך פאר'דביקות'ט, און קען איבערזאגן מיט אזא צובראכנקייט אז ס'צוברעכט יעדנס הערצער, אזעלכע שטיקלעך ווי 'מי זה יצטדק וכו' אמת כי לא יצדק לפניך כל חי', צו 'ואיככה ישוב הבשר החי'... ווייטער וועט מען זינגען די 5 ניגונים אויף 'מגן אבות', די סלאנימע, קארלינע, לעלובע, פוילישע, וכו', ווען ביי יעדע איינס איז דער הויכפונקט 'לפניו נעבוד ביראה ופחד', פארשטייט זיך נאכן וויסן אז רבי משה מרדכי לעלובער פלעגט ביי די ווערטער אריינפאלן אין אזא התלהבות, אז ער פלעגט צוריק'סווינג'ען מיטן בענקל אויף צוריקצואוועגס, און די גבאים פלעגן דאס צוריקריקן...
ביני לביני ווארפט ער כסדר זיקוקין דנורא מיט פייערדיגע דיבורים וסיפורים, און ווארפט כסדר בליקן צו דער וואס דארף דאס ביי יענעם ארט... ער קען זיך נעמען אויספרעגן איינעם שטילערהייט וואו ער האלט אויפן וועלט, און ער קען מחזק זיין און מכבד זיין אן אפגעריסענער נשמה, כדי אים ארויפצוברענגען על דרך המלך. טאקע איינער פון די גרעסטע פליאות ביי רבי מיילעך'ן איז וויאזוי אין זיין פריוואטן לעבן איז לבו כלב הארי, פאדערנדיג און מאנענדיג כסדר נאכאנאנד, און אין חיי הכלל איז לבו לב רחום כרחם אב על בנים, זייענדיג מחזק כסדר, און ווערנדיג צופיצלט אויף שברי שברים פון א צווייטענס צרה. אבער כדי דאס מפענח צו זיין, וועל'מיר דארפן ווארטן פארן אשכול המיוחד להסיר הלוט מעל דמותו של האדם הגדול בענקים, רבי אלימלך בידרמן שליט"א.
ווען מ'האט געענדיגט דעם סעודה, בין איך אהיים צו מיין אכסניא א האלבע שעה אוועק, שפאצירנדיג מיט איינער פון די בחורים דארטן וואס האט מיר דערציילט אביסל 'ביהיינד די סיענס' [ער איז א שטיקל גבאי'לע דארטן], און ביז וואו-וואס-ווען 'אמרו לנו הציפורים: רבותינו הגיע זמן ק"ש של שחרית'. און נאכן ליינען ק"ש בין איך געגאנגען כאפן א תנומה קלה. הפנים, כ'האב נישט געדארפט רעדן מיט א גוי כדי צו בלייבן אויף ביז נאך חצות ליל שבת...
אין קומענדיגן קאפיטל: יום שב"ק פרשת בה"ב תשע"ה.




