וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

וואס טוט מען מיט ר' שלמה ?

שליחה דורך נהורא נפישא »

ווי באוויסט איז ר' שלמה קארליבאך ז"ל געווען די עמוד צלותהון דישראל, דער נועם זמירות ישראל, דער משתתף בצערתן של ישראל ובשמחתן, פון די די גרעסטע אינספאראציאנאלע פיגורן אין די וועלט פון מוזיק און ליטריגע, א מייסטער בעל מספר, ווי אויך אן אקטיווער ראבאי וואס איז ארומגעפארן איבער די גאנצע וועלט האלטן קאנצערטן און געבן חיזוק פאר מענטשן וואס האבן געלעכצט נאך דעם.

אין מיין פערזענליך לעבן פארנעמט ר' שלמה זייער א וויכטיגן ארט, אלס קינד בין איך אויפגעוואקסן הערענדיג זיינע הימלישע מעלאדיעס עוד בחיים חיותו, איך קען אלע זיינע שאפונגן, איך געדענק אויך אלס קינד ווי מיין טאטע האט אין יענעם פרייטאג נאכמיטאג געזאגט מיין מאמען איבער די בשורה לא-טובה פון די פטירה פון ר' שלמה.

ס'איז אבער נישט קיין סוד אז צו די זעלבע צייט האט זיך אבער ארויסגעשטעלט זייער אן אומבא'טעמ'טן פאקט וואס ווארפט א טונקעלע שאטן אויף זיין ליכטיגען אנדענק, ווען נאכן טויט פון ר' שלמה זענען אפירגעקומען מערערע פרויען וואס האבן געשילדערט וויאזוי ר' שלמה האט זיי פארגוואלדיגט.

אנהענגער האבן געזאגט אלע ערליי אויסריידן, ס'איז נישט אמת, ס'איז קנאה, ס'אוממעגליך צו זיין אמת, ס'געווען א כלליות'דיגע אהבה וואס האט געברענט אין אים, ס'ווערט אנגעוויזן אויפן פאקט אז ער האט זיך געהאלדזט און געקושט מיט כל צרוע וכל זב, מיט מענטשן וואס איז געווען ריחם נודף למרחוק.

די שאלה איז יעצט א פילפאכיגע
1) גלויבט איר אז ס'קען בכלל זיין אזא אניגמע, א מענטש מיט אזויפיל ליבשאפט זאל צו דער זעלבער צייט האבן אזא סעלפישנעסס און גורם זיין אזויפיל ווייטאג פאר אנדערע מענטשן ?
2) את"ל אז איר גלויבט אז ס'איז מעגליך אזא פאל, גלויבט איר אז דאס האט אויך געקענט זיין די פאל מיט ר' שלמה ?
3) את"ל אז איר גלויבט נישט אז דאס איז געווען די פאל מיט ר' שלמה, וויאזוי וואלט איר געהאנדלט אין קאפ ווען ס'שטעלט זיך ארויס אזא מציאות פאר אייערע אויגן ?

נעמט און באטראכט, פאר איר ענטפערט אז איר דארפט האבן א ברייטע האריזאנט פארנט פון זיך, צו קענען קאנפראנטירן אביעקטיוו אזא קאמפליצירטע פראגע, ס'איז א קנאפער חכמה אריינצופאסן פאקטן לויט וואס מ'וויל גלייבן.

ולסיכום, אויב גלויבט איר דאס אלעס אויף ר' שלמה, וואס פאר א לקח נעמט איר ארויס דערפון איבער די קאמפליצירטקייט פון די מענטשליכע נאטור און איבער די וועג וויאזוי מיר דזשאדזשן א מענטש'ס כאראקטער.
ספעציעל וויל איך איינלאדנען ר' [tag]הוגה[/tag] אלס איינער וואס איז גאר א שטארקער וואקאלע אקטיוויסט דא אין שטיבל אקעגן מאלעסטעישאן, זאל לאזן הערן זיין מיינונג.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 86 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר