עולם כבי הילולא דמיא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 681 מאל

עולם כבי הילולא דמיא

שליחה דורך קאמענטירער »

איי איי ווי נעמט מען די גאלדענע טעג?
אנגעפאנגען פון די חתונה נאכט און גענדיגט ביז די לעצטע טאג פון שבע ברכות.. איי סאיז געווען איין שטיק גאלד זהב טהור אבער נישט סתם נאר מקשה אחת איין שטיק ליכטיג האריזאנט, זיך געדאכט ווי אלעס די גאנצע בריאה האלט מיט מוט מיין שלימות׳דיקע שמחה אזש אז די טאג נאכען חתונה פרעגט מיר מיין ווייב אזוי הזיך ווערטעלדיג״ די וועלט גייט נאך אן? אפי׳ אונז האמיר נעכטען חתונה געהאט.....?

כלפי מה דברים אמורים? ע״פ סיבה איז אונז אויס געקומען צו דורכגיין די חתונה זאל די קומענדיגע נאכט נאךדי חתונה נאכט דארטען אוואו מיין שמחה איז געפייערט געווארען און כהאב געזען ווי סקומט פאר נאך א יודישע שמחה, געווענליך פריי איך מיר מיט, אבער דא האב איך געשפירט די א״ד מאמאר ״עולם כבי הילולא״ במולאו אזש אז כ׳קען עס נאך יעצט זיך דערמאנען די פילינגס וואס כהאב געהאט דעמאלטס.

פארוואס זאג איך אייך עס? קודם ווייל סתם... צווייטענס ווייל איך בין נייגעריג צו הערן די דעת הקהל פשט; מיינט דאס אז מיר לעבן היינט ראבאטיש אז.אונז פארמאג מיר היינט אזויפיל שמחות איעדע נאכט, אדער יעדער זאל זיך פרייען פאר זיך מיט זיין אייגענע שמחה, און מיר זענען נאך אלץ נארמאלע מענטשען אפי׳ מען איז שוין אמיונט צו ״שמחות״??
...
רעאגיר