דורך אויבערלענדער חכם » מיטוואך יוני 10, 2015 1:05 am
שלום וברכה!
דאס איז נישט דער ערשטער מאל וואס איך קוק זיך ארום אויף קאווע שטיבל, אבער דאס איז דער ערשטער מאל איך ריאגיר (comment). אקדמות מילין - איידער איך הייב אן צו רעדען, מוז איך בעטען מחילה פון די חשובע מיטגלידער, אז איך בין נישט איינגעוואוינט צו שרייבען אויף אידיש. כאטש איך האב נישט געשריבען אין אידיש זייט איך בין געווען אין כתה ו' און געשריבען דער רבי'ס תורה'ס, און כאטש איך ליין כמעט קיינמאל אויף דער שפראך [חוץ מקאווע שטיבל שאהבתה מקלקלת את השורה], איך האב שטארק הנאה צו ליינען וואס מענטשען שרייבען דא. איך קען נישט קיין איין מענטש פרעזענליך וואס קוקט אויפ'ן בלאג (איך בין נישט פון דער קרייז), כל שכן אז איך קען נישט די שרייבערס, אבער עס איז כמים קרים אל נפש עייפה צו זעהן אינטעלעגענטע מענטשן שרייבען מיט אזא רייכע שפראך און זענען באמת פארנומען מיט עניניים ודעות און נישט מיט חפצים ותאוות. עס זעהט מיר אויס [ביטע לאזט מיר וויסען אויב איך בין טועה] אז א גרויסע טייל מיטגלידער זענען פון אזוי גערופען "חסידישע שטיבער" באופן כללי און "סאטמער" געשטימט באופן פרטי, אבער זיי האבען זיך פארברייטערט און זענען אפען צו אנדערע און נייע דעות.
דער לעצטער אשכול אבער האט מיר זייער צושאקעלט. איך האב אייביג זיך איינגערעדט אז רוב מנין ובנין פון די "אפגעפארענע" [שנה ופירש'ניקס] זענען אזעלעכע וואס האבען נישט מצליח געווען, אדער צוליב פרעזענליכע פראבלעמען און הגבלות, אזוי וויא "קריאה פראבלעמען" אד"ג, אדער זיי קומען פון צובראכענע שטיבער [broken families], צו וואס פאר אן אנדערע חסרון אין פאמיליע. אבער איינער וואס האט מצליח געווען אין חדר און ישיבה און האט א גוטע קאפ און איז נאך טאלענטעט אויך וואלט קיינמאל נישט פארלאזט זיין דרך החיים. נישט ווייל איך רעדט זיך איין אז די חסידישע שטוב איז דער מערסטע גליקליכע שטוב [דרך אגב איך קום נישט פון א חסידישע שטוב און איך האב אויך נישט אוועק געשטעלט אזא שטוב], נאר ווייל איך האב זיך איינגערעדט אז פון אויפגעקלערטקייט אליין דרייט א מענטש נישט איבער זיין לעבען.
דער פאסט האט מיר געוויזען אז עס איז דא א היפשע צאל מענטשן וואס מען קען זיי נישט אריין שטעלען אין דער אויבען דערמאנטע גדרים און פון דעסטוועגען האבען בועט געווען אין יסודות פון זייער חינוך. איך זעה פאר מיין אויגען ווי קלוגע און טאלאנטעט מענטשן זענען גרייט צו מפרסם זיין מראה מקומות אויף ביקורת תנ"ך. גדולי התורה וחכמת ישראל אזוי ווי דער בעל מלמד להועיל [אגב: מתלמידי תלמידי מרן החתם סופר שהרי היה תלמיד ישיבת פרשברג טרם נסיעתו לברלין] האבען זיך קלאר געשטעלט אנטקעגען. וואס איז דא געשען אז נאר 50 יאר נאכדעם וואס דער גרויסער צדיק און גאון, בעל כוונת הלב מקראסנא זי"ע האט געשריבען שארפע רייד קעגען הגאון רבי יוסף דוב הלוי סולוביציק מבוסטון און [אם זכרוני אינו בכזיב] עם פארגלייכט צו א גלח[!], זאלען יוצאי עירו [ואולי בית מדרשו] מעודד זיין אנדערע צו עובר זיין "לא תתורו אחרי לבבכם - זו מינות" וואס הגאון רבי יוסף דוב הלוי זצ"ל האט גע'אסר'ט כאטש אפילו ער האט געהאט א שטארקע הערכה ווי וויכטיג עס איז זיך צו בילדערען? עס זעהט אויס אז און ווילימסבורג והגלילות פארשטייט נאר עקסטרעמן!
וואס איז געשען צו די מיטל וועג? פארוואס רעדט מען נישט פון זיך "בילדערען" אדער זיך "לערנען" דורך די ווערטער פון גדולי ישראל אזוי ווי דער אויבען דערמאנט מלמד להועיל הגאון רבי דוד צבי הופמן זצ"ל, דער שרידי אש הגאון רבי יחיאל יעקב וויינבערג וכו [דרך אגב כאן המקום להעיר על השמטת ספרו של מלך שפירא על הרב הנ"ל והוא טוב מאד למתחיל בענינים אלו]'? פארוואס דארף מען שוין שפרינגען צו די העכערע סארט קריטיג [higher criticism] וואס רוב מנין ובנין פון ארטאדאקסען האבען גע'אסרט? [דרך אגב, כאן המקום להעיר שהיה לו להזכיר ספרו של הרש"ז ליימן: The Canonization of the Hebrew Bible. דאס איך געשריבען ביי א גאר ערטסטער פרופסר - וואס וואלט געדארפט דערמאנט ווערען אין אזא אשכול]
עס זעהט מיר אויס [קוקענדיג א ביסל פון אינדרויסען] אז די וואס האבען געקומען צו די הכרה אז וואס פאר כוונות מען זאל האבען ביי דער איי איז נאריש, און זיי פארשטייען אז די אדמורי"ם הם בניהם נשיהם וכל אשר להם זענען מכלה ממונם של ישראל כדי להרבות כבודם ועשרם וכו' שוב אינם מבחינים בין "צדיק" לרשע. כאטש עס איז נישט קיין עברה צו לאכען אויף די סיפורי מעשיות שלא היו ולא נבראו, מיינט נאך נישט אז דער חומש איז הפקר!
נאך א זאך האט מיר געשטערט, אז מען לייגט ארויף אופ'ן רשימה מראה מקומות ווי מען קען הערען פרויען זינגען אן א הערה אז "צריך שאלת חכם" וכו'. איך האב טאקע געזען אז עס איז דא אן אשכול וואס באהאנדעלט דער נושא מצד ההלכה, אבער פארוואס קען מען נישט כאטש מכיר זיין אז עס איז נישט פשוט? [אגב אורחא: אפשר האב איך נישט גענוג גוט געקוקט אבער עס דאכט מיר אז קיינער דערמאנט נישט דארט אז אין ר' נתן קמנצקי'ס בוך Making of a Gadol ווערט דערמאנט א מעשה מיט רבי ברוך בער לעבאוויטש און הרב רודערמאן וואס זענען געווען געסט און א שטוב וואו די מיידלעך האבען מיט געזינגען שבת לידער - די ערשטער [רב"ב] איז אנטלאפען און דער צווייטער [ר"ר] איז געבליבען צוליב כבוד הבריות. וע"ע מש"כ בענין זה בשו"ת שרידי אש ויש סמך להתיר ע"פ דברי הבני יששכר באיזה מקומן ואכ"מ]
בנוגע לעיקר הנושא: איך פארשטיי נישט פארוואס יידל דערמאנט נאר ספרים אויף תנ"ך און עניני דעלמא. וואס איז געשען צו די גולת הכותרת פון חכמת ישראל - תלמוד בבלי? און אויף דער ראשונים בדרך כלל? אויב איינער איז ערענסט אין זיך וועלען פארברייטערען און אין דער זעלבע צייט פארשטיין תורת ה' ותורת ישראל, דארף ער אויך לערנען גמרא און ראשונים מיט א ברייטערע קוק. וויאזוי זעהט אויס א מענטש וואס קוקט אן דער חומש מיטן documentary hypothesis און דער גמרא און רמב"ם לערענט ער אזוי וויא ער זיצט א גאנץ לעבען ביים קרעפעל תורה?
צווישען אנדערע וואלט איך דערמאנט:
ספרי ר' שאול ליברמן
ספרי ר' חיים הלוי סולוביציק בן הגרי"ד מבוסטון
מלך שפירא'ס ספר אויפן רמב"ם: Studies in Maimonides
והרבה יותר ממה שכתבתי כאן יש.....
בר מדין וואלט איך אויך דערמאנט בנוגע צו זיך בילדערען אויף א אידישען וועג, דער ליימען לייברערי, וואס מען קען טרעפען אונליין וואס איך פיל מיט מורא'דיגע ארטיקלען פון דער אויבען דערמאנט פרופסר שניאור ליימן [בפרט איינער וואס איז אינטערסירט אין די פרשה פון רבי יונתן אייבשיץ און רבי יעקב עמדין]
YU Torah איז אויך גאר א גוטע מקור צו זיך לערנען נייע זאכען וואס מען האט זיך נישט געלערענט אין חדר.
צום לעצטענס וויל איך דערמאנען אז פון אלע אחרונים קען מען זיך א סאך בילדערען אויב מען לערענט וואס מען קען נאר פון דער יעב"ץ [רבי יעקב בן צבי עמדין]. בפרט זיין הגהות על הש"ס זענען גאר שטארק בעניני הסטוריה וכדומה. כמובן הגהות מהר"ץ חיות ושאר ספריו גם כן ראויים ללמוד בכל אתר ואתר.
ביטע לאזט מיר וויסען צו מען קען ליינען מיין אידיש...
בכבוד רב,