למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:56 pm

ווען ידידנו @ראובן האט אנאנסירט אין ראש חודש חשון דהאי שתא, ערב שבת פרשת נח דעם פראיעקט למעשה, האב איך זיך געפונען צושאקלנדיג מיטן קאפ, זייענדיג מסכים מיט יעדע ווארט. ווען איך האב נאך באקומען אין דער זייט א בריוועלע פון ראובן מיט א בקשה איך זאל זיך ביטע משתתף זיין אינעם פראיעקט, האב איך פיבערהאפטיג אנגעהויבן זוכן א טעמע אויף למעשה. נאר עס זענען געווען אזויפיל נושאים איבער וועלכע כ'האב געטראכט צו שרייבן אז כ'בין געבליבן ביי גארנישט. נאך פסח האט זיך ווידעראויפגעפלאמט אין מיר א רצון צו שרייבן דערוועגן משום מעשה שהיה, און איך האב מחליט געווען צו שרייבן איבער וויאזוי זיך צו עפענען צו דער וועלט אין א פארמאכטע געזעלשאפט. ראובן האט מיר פארזיכערט אז פראיעקט למעשה איז נאך אין פולן קראפט און אז אנדערע קאווע שטיבל מיטגלידער ארבעטן נאך אויך אויף זייערע למעשה ארטיקלן. אז עס קומט למעשה איז בעסער שפעטער ווי קיינמאל, אלזא פרעזענטיר איך דא דאס ערשטער טייל פון מיין באשיידענעם באשטייערונג צום פראיעקט [1].

דער פראבלעם
אין א געווענליכע געזעלשאפט איז דער בילדונג פון מענטשן א ביי-פראדוקט פונעם ערציאונג סיסטעם. דהיינו, די וועלטליכקייט און בילדונג וואס א מענטש פארמאגט קומט נישט פון א דירעקטע פארזוך צו אויפבויען דעם אייגענעם קולטור. כמעט קיינער באזוכט נישט א מוזעאום וויבאלד ער וויל ווערן געבילדעט. ווייניג ליינען דער ניו יארקער מאגאזין (א מאגאזין וועלכע ווערט בעיקר געליינט דורך הויכקלאסיגע מענטשן) וואך איין וואך אויס בלויז ווייל זיי ווילן הייסן הויכקלאסיג. רוב מענטשן'ס קולטור קומט אלס א תוצאה, א רעזולטאט פונעם מענטשן'ס נאטירליכן אינטערעקשאן מיט זיין סביבה. פארשטייט זיך אז די אינטערעסע פונעם מענטש אין זיין סביבה איז שוין יא א פראדוקט פון א מער דירעקטערע פארזוך דורך זיינע מחכנים און ערציער וועלכע פרובירן אים צו פאראינטערעסירן אין זיין יוגנט אין ליטעראטור, קונסט, וויסנשאפט, און קולטור, אבער סוף כל סוף וועט דער מענטש'ס בילדונג סוף טאג זיין א נאטורליכער פראיעקט און נישט קיין געקינצעלטער מעשה.

אלס אמעריקאנער חסידים פעלט בדרך כלל פון אונז די ביידע חלקים וועלכע געבן פאר א מענטש דעם אינטערעסע און מעגליכקייט צו ווערן וועלטליך. סיי אונזער חינוך איז אזא וועלכע איז געצילט אונז צו פאר'מיאוס'ן פון די גרויסע וועלט, און סיי אונזער טעגליכער הלוך ילך אלס ערוואקסענע מענטשן געבט אונז ווייניג וואס געלעגנהייט צו פארברייטערן אונזער קוק-ווינקל און צו אריינעמען עפעס אנדערש חוץ הוויות דאביי ורבא און מקוה נייעס. וואלטן מיר כאטש אויפגעטוישט דעם וועלטליכן קולטור מיט א רייכער אויסוואל פון דער אידישער מסורה, וואלט דער פראבלעם נישט געווען אזוי גרויס. מיר וואלטן זיך געקענט עכ"פ בויען אן אידענטיטעט אלס א חלק פון דער אידישער פאלק, על כל שכבותיה וסיעותיה. איז אבער אונזער קולטור און וויסנשאפט אזוי ארעם, אז ניטאמאל קענען זיך דאס רוב חסידישע אידן אידענטיפיצירן מיט די הייסטע נושאים וועלכע פאראינטערעסירן כלל ישראל. אפילו ווען יא (א שטייגער א טעמע ווי ציוניזם), ווערן מיר טרענירט צו קוקן דערויף פון גאר א שמאלן קוק-ווינקל נישט נעמענדיג אין אכט די פערספעקטיוון פון אנדערע טיילן פון אונזער פאלק.

עס איז נישט דא ווער ס'זאל זיך אינטערהאלטן פון דער איראניע אז א רעאקציאנערישער אידעאלאגיע ווי חרדיזם ווייסט ניטאמאל צו וואס זיי זענען א רעאקציע און קען ניטאמאל דעם א.ג. "שונא". דער מהלך פון איזאלאציע ארבעט בלויז פארן ערשטן דור וועלכע ווייסט פון וואס זי איזאלירן זיך. די צווייטע גענעראציע איז שוין אזוי אפגעריסן פונעם ארומיגן מציאות אז זיי דארפן אויסטרעפן נייע שונאים ווי אינטערנעט און צניעות וויבאלד די אמאליגע "היימישע" שונאים ווי די ציונים און נישט-ארטאדקסן (אדער מאדערנע ארטאדאקסן) זענען שוין צי אבסטראקט פאר זיי. אבער דער אמת איז אז זיך אויסברייטערן דעם מוח איז נישט נאר משום דע את אויבך, נאר אויך ווייל אפשר וועסטו גאר געוואויר ווערן אז ער איז נישט דיין פיינט! עס איז זאגאר מעגליך אז עס מיר האבן מיט זיי מער אין געמיינזאם פון וויפיל מיר ווייסן און נעמען אין אכט. און דאס זעלביגע קען געזאגט ווערן אויפן ברייטערן פראבלעם פון זיין אפגעזונדערט פון די וועלט אז מיר רעאליזירן אליינס נישט ווי נאענט מיר זענען צו אנדערע ראסעס, פעלקער, און רעליגיעס און ווי מיר אלע טיילן א געמיינזאמען מענטשליכער קאנדיציע.

די פראבלעם אין א ווארט איז: מיר זענען פארמאכט. די פראגע איז, וויאזוי עפענט מען זיך אויף?

דער לייזונג
כדי זיך צו עפענען, האבן מיר נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו אנטוויקלן דעם פעלנדן חלק אויף אן אומנאטורליכן שטייגער, געקינצלט. איינמאל דער מענטש עפנט זיך אויף און פארברייטערט זיינע האריזאנטן דאן קומט שוין די רעשט מער נאטורליך, אבער אין די ערשטע טריט ארויס צו דער וועלט דארף דער טיפישער חסיד אן אויסגעשטרעקטער האנט וועלכע זאל אים אונטערהאלטן און ווייזן דעם דירעקציע.

זעלבסטפארשטענדליך אז מיטן ווערן וועלטליך מיין איך נישט חלילה צו אדוואקאטירן איבערצולאזן די חדר-לימודים אונטער זיך. עס איז אוממעגליך (פאר רוב מענטשן עכ"פ) צו גענצליך אויסמעקן צוואנציג יאר פון זייער לעבן, בפרט ווען די צוואנציג יאר זענען די פארמאטיווסטעע יארן אינעם מענטשן'ס לעבן, א תקופה ווען דער מענטש פארמירט זיין וועלט-אויסקוק און זיינע מיינונגן. די כוונה מיטן זיך עפענען דעם קאפ איז נישט צו אדאפטירן דעם אלגעמיינען געדאנקן גאנג און קולטור, נאר זיי צו אקאמאדירן אינעם אייגענעם קולטור. מיטן זיך ארויסלאזן אינעם מארקעט פלאץ פון געדאנקן גיבט מען זיך די געלעגנהייטן איינצוזאמלן דארטן נייע קוק-ווינקלן וועלכע קענען ערגענצן אונזער השקפה און זיך איינקויפן ידיעות און וויסנשאפט וועלכע לייגן צו און בארייכערן אונזער ביז איצטיגן קולטור-זאפאס.

נו, למעשה וויאזוי שטעלט מען די ערשטע טריט? וויאזוי הייבט מען אן? וואס זענען די וויכטיגסטע ביכער וועלכע סיי וועלכער געבילדעטער מענטש מאכט זיכער צו ליינען אדער לכל הפחות וויסן דערפון? וואס זענען די פלעצער וועלכע מ'דארף באזוכן? וועלכע זענען די פילמען וועלכע יעדער דארף וואטשן? דער אמת איז איז די ענטפער אויף די פראגעס איז נישט קיין פשוט'ער. יעדער מענטש האט אנדערע אינטערעסן און יעדעם ציט אנדערע נושאים. עס איז גארנישט קיין גרינגער עסק צו זאגן פאר א מענטש כזה ראה וקדש. כשם שאין וכו' כך אין וכו'. פארט, אלס איינער וועלכער שפרייזט יעצט אויף דעם רייזע, האב איך פאר אייך רעקאמענדאציעס באזירט אויף מיין אייגענער ערפארונג [2].

ווי געשמועסט איז דער פראבלעם צוויי פאכיג: סיי אונזער אידישער קולטור איז פארארעמט, און סיי דער וועלטליכער. צו אדרעסירן ביידע האב איך צונויפגעשטעלט צוויי ליסטעס מיט רעקאמענדאציעס: א "אידישע" ליסטע, און אן "אלגעמיינע" ליסטע. די ליסטעס פארמאגן א רייע רעקאמענדאציעס וויאזוי זיך צו בארייכערן די קולטור און וויסנשאפט, און די רעקאמענדאציעס זענען צעטיילט לויט די סארט (ביכער, פילמס, פלעצער, א.א.וו). איר זאלט פאר קיין א רגע זיך איינרעדן אז דאס איז אן אויספירליכער אדער ענדגילטיגער ליסטע. בסך הכל זענען דאס בלויזע רעקאמענדאציעס פון אומווייניגסטנס איין מאן און זיין קוק ווינקל (כאטש כ'האב געקליבן אסאך פארשלאגן פון חבירים אין נאענטע פריינט. דעריבער פארבעט איך אייך, מיינע קאלעגע רייזנדע, צוצולייגן אייערע אייגענע טיטלן, נעמען, און דעסטינאציעס צום ליסטע.

דער אידישער ליסטע

וועבזייטלעך
איך הייב אן מיט וועבזייטלעך ווייל אז איר ליינט דאס זענט איר מן הסתם שוין סייווי אויפן וועב, איז ווי שווער קען שוין זיין צו א קליק טאן אויף די לינקס און זיך בוקמארקן די סייטס? די פאלגנדע סייטס זענען וויכטיג, יעדער אין זיין וועג. איך וויל קלארשטעלן אז באופן כללי מיין איך נישט מיטן לינקן צו א סייט אז איך בין מסכים צו דער/די שרייבער'ס מיינונגן אדער אז איר דארפט מסכים זיין דערמיט. די וועבסייטס זענען פשוט דן מיט ענינים וועלכע זענען וויכטיג פארן איש משכיל ונבון און וועלכע מ'לערנט אונז נישט אין חדר/ישיבה בדרך כלל.

  • קאווע שטיבל
    א ליסטע ווי דאס וועט זיין אומגעפערטיגט אויב קאווע שטיבל פעלט דערפון. יא, אז איר ליינט די ווערטער געפינט איר זיך מן הסתם אויף קאווע שטיבל, אבער עס דארף ווערן פאראייביגט: קאווע שטיבל איז א וויכטיגער פלאץ פאר איינער וועלכע זוכט עפעס מער, עפעס ברייטער. כאטש קאווע שטיבל זעלבסט פארמאגט נישט קיין אפיציעלע ליניע און מ'קען פונקט אזוי טרעפן קנאות'דיגע און פונדאמענטאליסטישע ווי אויפגעקלערטע און ברייטע אשכולות, איז עס נאך אלס דער איינציגסטער מקום אויפן געוועב (אחוץ פילייכט פעיסבוק) ווי מ'קען אפהאלטן און מיטהאלטן אינהאלטסרייכע שמועסן מיט חבירים אחים לדעה, אדער דעבאטעס און ויכוחים מיט חבירים אויפן אנדערן זייט טיש. און די דריי א האלב יאר פון איר עקזיסטענץ האבן זיך שוין אנגעזאמעלט אין אירע ארכיוון שמועסן איבער סיי וועלכע טעמע איר קענט נאר טראכטן: תורה ומחשבה, וויסנשאפט, טעכנעלאגיע, היימישע פאליטיק, פילאזאפיע, קונסט, פאעזיע, און וואס נישט.

  • ספרים בלאג
    דאס איז נישט די איינציגסטע מאל וואס מארק שפירא וועט ערשיינען אויף די ליסטע. ספרים בלאג איז אבער נישט אויסשליסליך שפירא'ס. אנדערע ארטאדאקסישער אקאדעמיקער און פסודא-אקאדעמיקער טוען דארט כסדר פובליקירן זייערע שרייב-ווערק, יעדע פון זיי אן אוצר מלא. קומט פאר די שאקירנדע אנטדעקונגן, בלייבט פאר די רייכע ידיעות און פליסנדע אינפארמאציע וועלכע גיסן זיך פון שפירא וחביריו. און צו אלעמען וועט איר נאך ארויסגיין זיך שפירנדיג ווי א תלמיד חכם אויך...

  • ראציאנאלע אידישקייט
    רעשאנעליסט דזשודעאיזם איז נתן סליפקין'ס פערזענליכער בלאג. אז איר זענט נישט זיכער פון וועם דער מדובר איז, קוקט אביסל שפעטער ביי די ביכער אפטיילונג. כאטש היינט בלאגט ער שוין ווייניגער ווי אמאל, און אפילו ווען יא איז עס מער גענויגט אויף ישראל'ישע פאליטיק ווי אויף ראציאנאלע אידישקייט, איז דער בלאג נאך אלץ א נחל נובע פון טעמעס וועלכע רירן צו צו וויכטיגע טעמעס און נושאים פון א ראציאנאלע און שכל'דיגע קוק-ווינקל (לאפוקי אן א-ראציאנאלע און אמונה-פשוטה'דיגן בליק).

  • חקירה זשורנאל
    חקירה איז באמת נישט קיין וועבסייט נאר א זשורנאל, אבער איך לייג עס צווישן די וועבסייטס ווייל אלע ארטיקלן וועלכע זענען נאר ערשינען אין חקירה זשורנאל במשך די יארן קען מען דארט געפונען. חקירה איז א סעמי-אקאדעמישער זשורנאל ווי ס'ערשיינען אקאדעמישע מאמרים פון ארטאדאקסישע שרייבער. די עורכים'ס ציל איז טאקע דאס, צו אויסברייטערן די אביעקטיווע און אקאדעמישע לערע פון נושאים אין השקפה און הלכה אן קיין באגרעניצונגן.

  • די תורה דאט קאם
    פאר צען יאר צוריק איז דער הייסטער נושא אינעם אידישן בלאגאספערע געווען סייענס און אידישקייט, הויפטזעכטליך אנגעווערטשאפט דורך נתן סליפקין און דער ליטווישער חרם אויף זיינע ספרים. היינט איז דא א נייער טשאלענדזש פאר ארטאדאקסישע אידן אויפן טיש און דאס איז די היסטארישע שטודיע פון תנ"ך. עס איז א הייקעלע טעמע וואס רבים חללים הפילה, און דעריבער איז דער "די תורה" סייט באגרינסווערד מיט דעם אז עס איז וויליג אויפצונעמען אויף זיך דער טשאלענדזש און עס באהאנדלן מיט ארטאדאקסישע (מ'שטיינס געזאגט) הענטשקעס.

  • קטלא קניא
    קטלא קניא איז, לויט דער אידישער וויקיפעדיע, געווען סיי דער ערשטער בלאג אויף אידיש און סיי דער ערשטער חרדי'שער בלאג אויפן אינטערנעט. אבער קטלא קניא איז נישט בלויז אויפן ליסטע משום כל הקודם זכה. אין די 13 יאר וואס קטלא בלאגט האט ער שוין ארויסגעגאסן פון זיין פענע אן א שיעור "קלערענישן און קװענקלענישן, אבזערװאציעס און איבערלעבענישן, פנים שוחקות און זעיר אנפין פון א בגילופינדיקע חסיד בעקבתא דמשיחא" ווי דער בייליניע פון זיין בלאג פלעגט ליינען ביז ערגעץ וואו אין 2013 ווען ער האט געטוישט צו "לאַכט ווי אַ חסיד - טראַכט ווי אַ משכּיל - קרענקט ווי אַ בר־נש". א טיפער ציניקער אנגעפילט מיט פעסימיזם? וואס קען דען זיין בעסער...

  • עונ"ש
    עונג שבת (די ר"ת פון עונ"ש) איז דוד אסף'ס בלאג. ווייניג חסידים גלייכן אסף'ן. ער האט מיט איין בוך זיך צושלאגן מיט ליובאוויטש, אין א צווייטן מיט רוזשין, און אין א דריטן מיט די רעשט חסידים. זיין בלאג איז אבער עפעס ספעציעל מיט נאכאנאנדע אנטדעקונגן און באשרייבונגן איבער דאס און יענס בעיקר פון א היסטאריש-ישראליש'ער פערספעקטיוו. באזונדער איז אינטערעסאנט זיין סעריע מיטן נאמען "גלגולו של ניגון" וואו אסף פאלגט נאך די גלגולים פון ניגונים וועלכע זענען געקומען מהתם להכא, און זענען קאנאניזירט געווארן אין אונזער היימישן אוצר.

  • באמערקנסווערד
    עס זענען דא נאך אסאך וועבזייטלעך פון אידישע אינטערעסע וועלכע זענען אין צענטער פון די נושאים העומדים ברומו של עולם ובני אדם דשין בהם בעקבם, נאר כ'וואלט נישט געזאגט אז זיי זענען נויטווענדיג אויף אנצוהייבן, אבער מחמת חבתן אני מונם: הרב יששכר כ"ץ פארמאגט נישט קיין בלאג אבער איז גאר אקטיוו אויף פעיסבוק וואו ער פאוסט כסדר איבער ענינים העומדים על הפרק פון א חסידיש-מאדערנעם קוק-ווינקל; דוב בער איז א פראוואנצירנדער שטימע אינעם ארטאדאקסישן בלאגאספערע וועמענס פאוסטס זענען פארזיכערט אייך צו מאכן איבערטראכטן איינגווארצעלטע מיינונגן פון א נייער פערספעקטיוו; אויף אן די מעין ליין וועט איר שטענדיג געפונען אינטערעסאנטע אידיש-היסטארישע מאטעריאל, און איינמאל איר זענט געענדיגט ליינען אלע אלטע פאוסטס קענט איר נאכפאלגן דעם מחבר אויף פעיסבוק וואו ער פאוסט אונטער דעם פסוועדאנאמען פרעד מעקדאועל; א סייט וועלכע איז מער נישט אקטיוו אבער פארמאגט ריכטיגע אוצרות איז אָן-פייעס. אסאך דערפון איז סובווערסיוו; צום לעצט די שרייבער אינעם פארווערטס' "אידיש מיט אן אלף" באווייזן אהערצושטעלן וואונדערבארע שרייבארבעט יעדע וואך. א שאד נאר אז עס ווערט פארוועלקט אינעם בית הקברות וואס עס איז דער פארווערטס.

ביכער
אההה, דאס ביכל... נישט אומזיסט זאגט מען דערויף כל באיה לא ישובון. וואס א רעדע אדער אפילו א איבערלעבעניש קענען נישט באווייזן, קען א ביכל בכפלי כפליים. דאס בעסטע מיטל זיך צו פארברייטערן דעם אוצר הידיעות, דעם זאפאס פון מושגים, און דער זאמלונג פון געדאנקן איז דורך ליינען איין ביכל נאכן צווייטן. ליינענדיג די ביכלעך אויפן ליסטע האב איך זיך אפטמאל געטראפן באדויערן דעם מצב ווי אזויפיל פון מיינע פריינט און באקאנט האבן פשוט נישט קיין מושג איבער דער רייכער היסטאריע פון אונזער פאלק, און דער ברייטפארצווייגטער ספעקטרום פון אמונות ודעות אין אונזער געשיכטע. כדי נישט איבערלאדענען דעם ליינער מיט צופיל אינפארמאציע האב איך אויסגעלאזט פון די ליסטע אסאך ביכער וועלכע איך האלט בעצם פאר וויכטיג און כ'האב פרובירט צו זיך קאנצעטרירן אויף די סאמע וויכטיגסטע און איינפלוסרייכסטע.

  • The Limits of Orthodox Theology: Maimonides' Thirteen Principals Reappraised
    מארק שפירא'ס סעמינאלער בוך אויף די י"ג עיקרים איז פון די וויכטיגסטע ביכער אויף אידישער טעאלאגיע וועלכע איר וועט נאר אמאל ליינען. כאטש עס איז נישט אזוי ווייט טעאלאגיע ווי עס איז היסטאריע, ווארפט דער בוך צוזאם אן אוצר אדיר פון נויטוויכטיגע ידיעות איבער די אידישע עיקרים. דער בוך שילדערט די רייכע טראדיציע פון פארשידנארטיגקייט אין מיינונג ווען עס קומט צו די עיקרי אמונה, און שפירא דאקומענטירט אן א שיעור דיפערענצן צווישן די גדולי הדורות אין די האקעלסטע טיילן פון אונזער מסורה.

  • Changing the Immutable
    כ'וועל נעמען די ריזיקע פון אויסזען ווי א פארברענטער חסיד פון מארק שפירא מיטן צולייגן שפירא'ס נייער בוך צו די ליסטע. אין דעם בוך טוט ער דורך די היסטאריע פון אינערליכע צענזור מיט וועלכע ארטאדאקסישע מפיצי ספרים באשעפטיגן זיך. שפירא ברענגט איין ביישפיל נאכן צווייטן פון פעלער ווען דרוקער און עורכים האבן געשפירט ווי זיי מוזן באשיצן דעם המון עם פון עפעס וואס א מחבר ספר האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו שרייבן און האבן דעריבער צענזורירט דעם מחבר'ס ווערטער. עס איז נישט אזוי וויכטיג צו ליינען דעם בוך כדי געוואויר צו ווערן איבער די היסטאריע פון זעלבסט-צענזור אין ארטאדאקסיע. פיל וויכטיגער איז זיכער צו מאכן אז איר זענט נישט פון די המון עם וועמען די עורכי ומפיצי הספרים זוכן צו "באשיצן" פון די "שעדליכע" תוכן, נאר איר זענט פון די עליטע פון וועם מ'קען גארנישט באהאלטן...

  • החזון איש - הפוסק, המאמין, ומנהיג המהפכה החרדית
    דער בוך טוט בעיקר אדורך דעם חזון איש'ס שיטות ודעות, עס איז גיבט אונז אבער א פאסצינירנדער בליק איבער די מהלך המחשבה וועלכע האט אונז געגעבן חרדיזם, עכ"פ ווי עס איז היינט אין די ליטווישע קרייזן אין ארץ ישראל. בני בראון איז נישט קיין קטלא קניא און טוט אדורך דעם חזון איש -דער פארשוין און דער שיטה דערינטער - טיף און ברייט. א באזונדערער הנאה איז בראון'ס אנאליז פון די פארשידענע אנגענומענע שיטות הלימוד לויט די אנגענומענע פילאזאפיע פון געזעץ.

  • The Challenge of Creation: Judaism's Encounter with Science, Cosmology, and Evolution
    דער בוך ביי נתן סליפקין האט בשעתו איבערגעדרייט די חרדישע וועלט און האט אין די ענדע געברענגט צום טרויעריג-בארימטן חרם אויף כמעט אלע זיינע ספרים, וועלכע איז צום סוף אינטערגעשריבן דורכ'ן דעמאלטסדיגן גדול הדור ביי די ליטווישע, הרב אלישב זצ"ל. כאטש דער בוך איז בעיקר געשטעלט אויף עוואלוציע שטעלט דער בוך אהער א טעמפלעט וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט סתירות צווישן די תורה און וויסנשאפט פון א ראציאנאלע שטאנדפונקט און מיט אינטעלעקטואלער אויפריכטיגקייט. דער בוך האט, צען יאר נאכן ארויסקומען, באקומען א קאנטער-בוך, געשריבן דורך הרב משה מייזלמען, מיטן נאמען "Torah, Chazal, and Science", אויך אן אינטערעסאנטע בוך אויב נישט בלויז כדי צו ווייזן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די סתירות פון אן א-ראציאנאלע שטאנדפונקט מיט אביסל ווייניגער אינטעלעקטואלע אויפריכטיגקייט...

  • As a Driven Leaf
    "כעלה נדף" איז אפטמאל א געאייגענטער אויסדרוק צו שילדערן אונזערע לעבנסגעשיכטע. אנדערש ווי אסאך מענטשן וועלכע געפונען זיך באקוועם דאס פלאץ אין דעם ארומיגן געמיינדע, שפירט זיך דער טראכטנדער מענטש ווי אן אפגעריסענער פון די סביבה, אן קיין היים און געזעלשאפט צו וואו מ'קען אנגעהערן. דער שרייבער, ראביי מילטאן שטיינבערג, איז ווארשיינליך פאריבער דער זעלבער געראנגל ווי עס אבזערווירט חיים פאטאק אין זיין אריינפיר צום בוך, און עס איז דעריבער נישט קיין וואונדער ווי שטיינבערג פארבט דאס לעבן פונעם אלישע בן אבויה, דער אריגענעלער כופר בעיקר, מיט אזעלכע פילפארביגע קאלירן אזש מ'קען זיך אליין דערקענען דערין כאטש אונזער געראנגעל איז רחוק כמזרח ממערב פון אחר'ס. דער בוך איז אויך א גוטער אריינפיר צו די וועלט פון היסטארישע פיקציע, א זשאנרע מיט וועלכע מיר זענען, דוכט זיך, גאנץ ווייניג באקאנט. שטיינבערג ציט זיינע מקורות פון חז"ל בהוספות נופך משלו, רעזולטירנדיג אין איינס פון די בעסטע ביכער וועלכע כ'האב נאר אמאל געליינט אין מיין לעבן.

  • מיין טאטנס בית דין שטוב
    יצחק באשעוויס (בת-שבע'ס) זינגער איז נישט בלויז איינער פון די בעסטע שרייבער אין אידישען שפראך, נאר אויך א נאבעל פרייז געווינער פאר ליטעראטור. און נישט אומזיסט. צווישן די צענדליגע נאוועלן וועלכע ער האט געשריבן איז באזונדער באקאנט "יענטל דער ישיבה בחור" וועלכע איז אדאפטירט געווארן צו א פילם מיטן נאמען "יענטל" אין וועלכע בארברע סטרייסענד שפילט יענטל. העולה על כולנה איז זיין אויטאביאגראפיע אין וועלכע ער שילדערט זיינע יארן אין זיין טאטנ'ס שטוב. זינגער גיט אונז א באזונדערער איינבליק איבער די הלוך ילך פונעם אמאליגן פוילישן איד מיט אלע פיטשיווקעס. אין א זין איז באשעוויס' בוך ווי א המשך צו זיין ברודער ישראל יהושע'ס בוך "פון א וועלט וואס איז נישטא מער". ביידע פון די ביכער זענען היבש שווער צו באקומען (דוכט זיך אז מ'קען זיי נישט קויפן אנליין). עס איז אוועילעבל א פידיעף פון "א וועלט וואס איז נישטא מער" אנליין, און איר קענט אויך באקומען די פיזישער ביכער פון לייברערי (אין ברוקלין פובליק לייברערי וועט איר געפונען סיי פון א וועלט וואס איז נישטא מער און סיי מיין טאטנס בית דין שטוב, און אין אפסטעיט קענט איר דאס פארלאנגן דורך אן אינטערלייברערי לאון סערוויס).

  • יאשע קאלב
    ישראל יהושע זינגער איז געווען אן עלטערער ברודער פאר אייזיק באשעוויס, און האט בלי ספק געהאט די זעלבע שרייבערישע גענעס ווי אים. פון זיינע בעסטע ווערק איז יאשע קאלב, א נאוועלע איבער צוויי חסידישע רביס און זייערע איידעמער. דער געשיכטע איז באזירט אויף אן אמת'ער עגונה געשיכטע וועלכע האט זיך אפגעשפילט מיט ארום 150 יאר צוריק און איבער וועלכע עס האט זיך געטון בשעתו א געטואכטס אין די תשובה ספרים. זינגער האט דערפון פארוואנדלט א שפאנענדער ראמאן, באזירנדיג איין כאראקטער וועמען זינגער רופט "דער ניעשאווער צדיק" אויף צאנזער רב און זיין דער שינאווער, און א צווייטער כאראקטער (וועמען ער רופט "דער ראכמאניווקער") אויף א טשערנאבלער קינד, ווארשיינליך איינס פון די ראכמאסטריווקע קינדער

  • Night
    "נאכט" פון אלי וויזעל איז פון די וויכטיגסטע ווערק דורך א האלאקאוסט איבערלעבער אויפן האלאקאוסט. נאכט איז באמת א טראנסלאציע פון וויזעל'ס בוך אין אידיש "...און די וועלט האט געשוויגן", אבער דער אריגינעלער אידישער בוך איז איבער 800 זייטן אין די צייט וואס דער ענגלישער איבערזעצונג פארמאגט קוים איבער 100 זייטן. די סיבה איז וויבאלד "און די וועלט האט געשוויגן" איז מעמאור. ווידעראום "נאכט" איז קונסט. צו ליינען דעם בוך וועלכע איז געווארן איבערגעזעצט אין איבער 30 שפראכן און האט אין די ענדע מזכה געווען וויזעל מיטן נאבעל פרייז פאר שלום, ליינט נאכט. צו הערן די געשיכטע פוןא 16 יעריגער מארמארישער לייזער וויזעל אין אוישוויץ ליינט און די וועלט האט געשוויגן. איר קענט דאס הערן חנם אין כסף אלס אודיא-בוך, אדער קענט איר דאס באקומען פון ניו יארק פובליק לייברערי. אז איר זענט איר אין ברוקלין אדער אפסטעיט, קענט איר דאס באקומען דורך אן אינטערלייברערי לאון.

  • All Who Go, Do Not Return
    @שלום דין האט אראפגעלייגט א מייסטער ארבעט אין "כל באיה לא ישובון". ער שילדערט זיינע יארן אלס בחור אין סקווירא ישיבה, אלס אינגערמאן אין סקווירא שטעטל, און דערנאך אלס אויסווארף נאכן פארלאזן ארטאדאקסישע אידישקייט. א חוץ די רירנדע פערזענליכע געשיכטע איז פארהאן אויך אין בוך קאמענטארן צווישן די שורות אויף אונזער לעבסנשטייגער וועלכע דארפן פאראינטערסירן יעדן טראכטנדן חסיד, א שטייגער ווי אונזער באנעמונג צו מענטשן וועלכע זענען גענצליך "משלנו", אונזער ישיבה סיסטעם, אונזער שידוכים סיסטעם, אונזער צוגאנג צו עקענאמיע און אזוי ווייטער.

  • How to Read the Bible: A Guide to Scripture, Then and Now
    דער 848-זייטיגער מייסטערארבעט איז נישט פאר שוואכע הערצער. דזשעימס קוגל, דער מחבר, איז אן ארטאדאקסישער איד וי"א אן ארטאפראקסישער איד וועלכער איז אויך א ביבל סקאלער. אינעם בוך שטעלט ער פאר זייט ביי זייט די טראדיציאנאלע פירושים אויף געקליבענע פרשיות אין תנ"ך מיט די פירושים מבית מדרשם של מאדערן-סקאלערשיפ. קוגל פרעזענטירט אויך היסטארישע הונטערגרונטן צו די געשיכטעס אין תנ"ך און עס איז צום פארשפרעכן אז איר וועט קיינמאל נישט אנקוקן תנ"ך מיט די זעלבע בליק ווי בעפאר. צו איז דאס א גוטער זאך? די החלטה לאז איך פאר אייך.

  • צמח אטלס: די ישיבה
    חיים גראדע איז א געוועזענער ישיבה בחור, א חברותא מיטן חזון איש, און א משכילישער פאעט. ער האט געשריבן אסאך, בעיקר פאעמעס און לידער, אבער ער האט אויך געשריבן ביכער. זיין גולת הכותרת איז צמח אטלס, א פיקציע באזירט אויף זיינע יארן אין ישיבה. גענוי ווי די זינגער'ס בוך אויף פוילן, שילדערט גראדע די אטמאספערע אין ליטע מיט פילפארביגע קאלירן. באזונדער שטארצט ארויס דאס געשטאלט פונעם "מחזה אברהם" א כאראקטער באזירט אויפן חזון איש וועם גראדע האט, ווי געשמועסט, געקענט פערזענליך. די איינציגסטע פלאץ וואו איך האב געקענט געפונען דעם בוך איז אין ניו יארק פובליק לייברערי.

  • באמערקנסווערד:
    ס'נאך דא פילע ביכער וועלכע פעלן פון דעם ליסטע, יכלה הזמן והם לא יכלו אבער פטור בלא כלום אי אפשר. שרייבנדיג איבער ספרי זכורונות פון אינדערהיים קען מען נישט אויסלאזן זכרונות ומסעות פון אברהם שמואל גאטלויבער איבער דאס אידישקייט און השכלה אין אוקריינע, רוסלאנד, און פוילן און דער באקאנטער עולמו של אבא איבער דאס אידישקייט אין ראמעניע און אין אונגארן פארן קריג; הרב יונתן זאקס, לשעבר רב הראשי פון די פאראייניגטע אידישע קהילות און ענגלאנד, איז אן איינפלוסרייכער שטימע אינערהאלב ראציאנאלע אידישקייט. זיינע ביכער זענען געווענליך אינטערעסאנט און אינהאלטסרייך; דער זון פון הרב יעקב קאמינעצקי, הרב נתן קאמעניצקי האט ארויסגעגעבן א בוך "Making of a Godol", וואו ער רעקארדירט אן א שיעור מעשיות און אנעקדאטן וועלכע ער האט געהערט איבער גדולי ישראל פון פריעדיגן דור. וויבאלד דער ספר איז נישט געווען קיין העגיאגראפיע איז דער ספר געלייגט געווארן אין חרם דורך ליטווישע רבנים. נאך אינטערעסאנטער צו ליינען איז זיין בוך "Anatomy of a Ban" וועלכע באשרייבט די גאנצע הלוך ילך וויאזוי דער חרם אויף זיין בוך איז צוגאנגאנגען. צום באדויערן האט ער די ספר קיינמאל פובליצירט און מען קען עס נאר באקומען איש מפי איש אונטערן טיש; אחוץ "The Challenge of Creation" האט נתן סליפקין ארויסגעגעבן נאך ביכער, באזונדער באמערקנסווערד זענען "Sacred Monsters" איבער פארשידענע מאנסטערס און מאדנע בריאים וועלכע ווערן דערמאנט אין חז"ל, און "The Camel, the Hare, and the Hyrax" וועלכע באהאנדלט די נושא פון חיות וועלכע פארמאגן בלויז איינס פון די צוויי סימני כשרות וואס די תורה געבט אן אבער ווערן נישט אויסגערעכנט אין די תורה; דוד אסף האט ארויסגעגעבן עטליכע אינטערעסאנטע ביכער, צווישן זיי נאחז בסבך וועלכע באהאנדלט "פרקי מבוכה ומשבר" אין די היסטאריע פון חסידות.

פאעמעס און פאעטן
פאעזיע: נשמה אויסגעגאסן אויפן פאפיר. ווען עס קומט צו פאעזיע איז אונזער טראדיציע רייך מיט אומצאליגע שירים און פיוטים, ס'רוב פון זיי פארפאסט דורך ספרדים אין מיטל-אלטער אדער משכילים אין די לעצטע 150 יאר. צו איבערגיין דא די ליסטע פון אינפלוסרייכע פאעמעס און פאעטן וועט זיין אוממעגליך, ערשטנס ווייל עס זענען דא אן א שיעור פון זיי און צווייטנס ווייל איך זעלבסט בין ארעם אין מיין באקאנטשאפט מיט זיי. פארט שטארצן ארויס עטליכע וועלכע מוזן דערמאנט ווערן.

  • המתמיד, חיים נחמן ביאליק
    נישט אומזיסט הייסט חיים נחמן ביאליק "השורר הלאומי". דער געוועזענער וואלאזשענער בחור איז אויפגעוואקסן איינס פון די הערליכסטע משוררים אין אונזער היסטאריע. באזונדער וויכטיג זיך צו באקענען איז "המתמיד" וועלכע שילדערט דעם געשטאלט פון א טיפישן מתמיד אין ישיבה בימים ההם.

  • שאול טשערניכאווסקי
    טשערניכאווסקי ווערט פאררעכנט פאר איינס פון די גרעסטע העברעאישע פאעטן אין היסטאריע. עס איז שווער אנצוצייכענען (פאר מיר עכ"פ) אויף איין ספעציפישער פאעם און דעריבער צייכן איך ליבערשט צו דעם פאעט. טשערניכאווסקי צייכנט זיך באזונדער אויס און באווייזן צו צונויפשמעלצן די צוויי וועלט פון די אידישע קולטור און די וועלטליכע קולטור.

  • לבי במזרח, יהודה הלוי
    צווישן אלע פייטנים אינעם מיטל-אלטער שטארצט באזונדער ארויס יהודה הלוי און זיינע געגוע'אישע פיוטים. באזונדער איז באקאנט זיין פיוט "לבי במזרח" וועלכע דרוקט אויס זיין בענקשאפט און געגועים צום יפה נוף משוש כל הארץ, קרית מלך רב. יעדער קען די ערשטע סטאנזע, אבער ווייניג האבן געליינט די גאנצע זאך. דאס מיינט אבער נישט אז דאס איז די איינציגסטע שיר זיינע וועלכע איז וויכטיג. נאכן לבי במזרח, מאכט זיכער זיך צו באקענען מיט די רעשט פון זיינע פיוטים.

  • כינור נעים, שמואל דוד לוצאטו (שד"ל)
    שמואל דוד לוצאטו האט שטארק באיינפלוסט שפעטער משכילים מיט זיין ריינע פאעזיע, און איז דעריבער א וויכטיגער פאעט, כאטש ער איז מער באקאנט פאר זיין פירוש על התורה באקאנט אלס "שד"ל על התורה". כינור נעים איז א קאלעקציע אין צוויי בענדער פון זיינע חיבורים.

  • באמערקנסווערד:
    עס זענען דא אן א שיעור אידישע פאעטן, א גרויסער טייל פון זיי מיט וועלכע איך זעלבסט דארף זיך נאך באקענען. איך וויל לאזן גדולים וטובים ממני צו ערגענצן דעם ליסטע. כדי לא להשאיר את הנייר חלק וועל איך דערמאנען נאך צוויי וויכטיגע פאעטן פון די מאדערנע תקופה: יהודה לייב גורדון האט געשריבן הערליכע פאעמעס. באקאנט פון אים איז דער זאץ "היה אדם בצאתך ויהודי באהליך" וועלכע איז פארוואנדלט געווארן אין דער אומאפיציעלער סלאגאן פון אסאך משכילים; עמוס עוז איז איינס פון די גרעסטע ליטעראטורישע פיגורן ביים פאלק, זיינע שירים זענען אויסערגעווענטליך.

פילמס און טעלעוויזיע
א בוך איז א בוך, אבער א בילד רעדט (פון מאל צו מאל) מער ווי טויזנט בילדער, וכל שכן א באוועגנדיגער בילד. כאטש פילמס און טעלעוויזיע טוען אין א וועג באצוימען דעם דמיון און לייגן ארויף באגרעניצונגן אויפן פאנטאזיע, קענען זיי אבער צומאל צוהעלפן פאר די דמיון זיך אויסצומשלן עפעס וואס מיר אליינס וואלטן נישט געקענט. פאלגנד זענען די פילם און טעלעוויזיע רעקאמענדאציעס.
  • Fiddler on the roof
    "טרעדישאאאן! טרעדישאאן! טרעדישאן!" דער געזאנג/געשריי פון טֶביה אין פידלער אויפן דאך וועט פארבלייבן מיט אייך לאנג נאכן זען דעם פילם. באזירט אויף א נאוועל פון שלום-עליכם מיטן נאמען "טביה דער מילכיגער", פארציילט אונז פידלער אן די רוף נישט בלויז די געשיכטע פון א מאן און זיינע דריי טעכטער, נאר אויך די געשיכטע פונעם אמאליגן לעבן אין די שטעטלעך און דערפלעך. צו איז פידלער אן די רוף אן אקוראטע רעפרעזענטאציע פון די אמאליגע אידישקייט? די שאלה איז שווער צו ענטפערן אין א זאץ אדער צוויי, אבער דאס אליינס אז די ראמאנטישע אימאדזש פון פידלער אן די רוף איז וואס פיטערט די בליק וואס אסאך דרויסנדע האבן אויך חסידים, איז גענוג אונז צו באוועגן אין די וויכטיגקייט פונעם פילם.

  • The Ten Commandments
    דער סיפור פון יציאת מצרים איז אזוי צענטראל צו דער מערב וועלט טראדיציע אזש מען האט זיך נישט באגניגט מיט איין פילם, נאר מען פרובירט נאכאמאל און נאכאמאל. גארנישט קומט אבער נישט צו צום ערשטן, "עשרת הדברות", די טען קאמענדמענטס. איינמאל איר זענט פערטיג מיט יענס, קענט איר זיך נעמען צו דעם אנימאציע ווערסיע "The Prince of Egypt" פון סטיווען ספילבערג (אין וועלכע, אגב, עפרה חזה שפילט די שטימע פון יוכבד). די לעצטיגע ווערסיע "Exodus: Gods and Kings" איז נישט ווערד אייער צייט.

  • Schindler's List
    עס זענען דא אן א שיעור האלאקאוסט פילמס, אבער שינדלער'ס ליסטע איז אן קיין ספק פון די גרעסטע אויב נישט דער גרעסטער. ווער עס איז געווען אסקאר שינדלער דארף מען אייך מסתמא נישט פארציילן, און נאכן וואטשן דעם פילם וועלן הסברים פארוואס דער סטיווען ספילבערג קלאסיק איז א מאסט-וואטש זיין איבעריג.

  • The Story of the Jews
    דער טעלעוויזיע סעריע אין פינף טיילן פון היסטאריקער סיימאן שאמא איז פון די שענסטע ארבעט אויף אידישע היסטאריע וועלכע כ'האב נאר אמאל געזען און עס איז גאראנטירט אייך צו געבן א נייעם בליק אויף אונזער רייכער און פילפארביגער היסטאריע. דער סעריע קומט באגלייט מיט א דיקן בוך וועלכע טראגט די זעלבע נאמען, און איז לויט טייל גאר אינטערעסאנטער ווי דער טעלעוויזיע סעריע גופא.

  • באמערקנסווערד:
    נישט גענוג חשוב צו ערשיינען אויף די ליסטע אלס קריטיש וויכטיג פארדינען נאך אלס די פאלגנדע צו ווערן דערמאנט. דאס ערשטע איז Fill the Void וועלכע איז דירעקטירט געווארן דורך א בעלת תשובה און איז אויסגערופן אלס איינס פון די בעסטע און אקוראטסטע פארשטעלונגן פון ארטאדאקסישע אידן און זייער לעבנשטייגער אין פילם; שטיסל זאל אייך אודאי נישט זיין פרעמד, און אז עס איז יא באקענט אייך דערמיט; אושפיזין פון שולי רנד איז אויך מערקווירדיג אין איר אייגענעם וועג.


מוזיק
מוזיק איז די שפראך פונעם נשמה, און די נשמה פונעם קולטור. אן מוזיק איז א קולטור ארעם. פאלגנד זענען די מוזיק רעקאמענדאציעס.
  • חוה אלברטשטיין
    חוה אלברטשטיין איז ספעציעל באקאנט פארן זינגן נישט בלויז אין העברעאיש (ווי רוב זינגער אויף די ליסטע) נאר אויך אין אידיש און אפילו אין ענגליש. אלברטשטיין'ס אידיש איז נישט סתם אזוי מהיכי תיתי. אין איר אייגענע ווערטער "יידיש ישר עושה לי השראה. אני רואה צבעים, ריחות וישר אני רוצה לשיר."

  • אריק איינשטיין
    אריק איינשטיין איז נישט בלויז פון די גרעסטע ישראל'ישע זינגער אין אונזער תקופה, נאר, ווי עס האט געשריבן מוזיק קריטיק יואב קוטנר, פארקערפערט ער אין זיך א גרויס חלק פון דער ישראל'ישער קולטור. עס לאזט זיך זאגן אז זיין געמיש פון פאלק און ראק האט גאר באשאפן דעם אייגענארטיגן ישראל'ישן זשאנער פון אשכנזי'שע מוזיק מיט וועלכע מיר זענען באקאנט. ווען ער איז געשטארבן אין חנוכה תשע"ד האט טיימס אף איזראעל געלייגט א ליסטע פון 6 וויכטיגסטע ניגונים זיינע.

  • ירושלים של זהב, שולי נתן
    נעמי שמר, א פאעט, האט געשריבן דעם ניגון לכבוד דעם שטאט ירושלים און דער ניגון ווערט פאררעכנט אלס איינס פון די פאפולערסטע ניגונים אין ישראל. אריגינעל איז דאס געזינגען געווארן דורך שולי נתן אבער ווי דער סדר מיט אזעלכע פאפולערע ניגונים איז דאס איבערגע'חזר'ט געווארן אן א שיעור מאל דורך זינגער, יעדער אויף זיין שטייגער, ומיוטוב תדרשנו.

  • הללויה, חלב ודבש
    ווייניגער פאפולער ווי ירושלים של זהב אבער נאך אלס איינס פון די קארנערסטאון ניגונים פונעם ישראלי'שן קולטור איז הללויה וועלכע האט געוואונען דעם פארמעסט ביים אייראפעאישן יוראוויזשען קאנטעסט, און איז עד היום הזה דער איינציגסטער ניגון מיט א רעליגיעזער מאטיף וועלכע האט געוואונען דעם פארמעסט. אין אן אנגענעמער באלאד, זינגט מיט מיר "הללויה לעולם, הללויה ישירו כולם".

  • Barbara Streisand
    סטרייסענד, איינס פון די פאפולערסטע זינגערינס אין היסטאריע (באזירט אויף די איבער 72 מיליאן אלבומס וועלכע זי האט פארקויפט בשמך איר קאריערע) האט אנגעהויבן אין אן ארטאדאקסישע שולע אין ברוקלין. כאטש זי באלאנגט מער אויפן אלגעמיינעם ליסטע ווי אויף די אידישע ליסטע, איז זי פארט וויכטיג אלס א אידישע אייקאן.

  • Leonard Cohen
    לענארד כהן איז אן אלגעמיינע פאעט מיט א אידישער נשמה. עס איז אוממעגליך צו שילדערן זיינע עניגמאטישע און מיסטריעזע ליריקס, זיינע דורכדרינגליכע טענער, מיט טריקענע ווערטער. באזונדער איז ער באקאנט פאר "Hallelujah" וועלכע איז אפילו איבערגעזינגן געווארן דורך שירה פאר וועם כהן האט זיך באדאנקט דערויף. נאך א ניגון פון אים וועלכע איז אויך שטארק נוגע לענינינו איז "First We Take Manhattan".

  • באמערקנסווערד:
    עס זענען זיכער דא זינגערס און זינגערינס וועלכע פעלן פון די ליסטע, ויבואו אחרים וימלא חסרוני. איך וויל דא דערמאנען נאך עטליכע ישראל'ישע זינגער וועלכע האבן בלי ספק א גרויסן טייל אין פארמירן דעם ישראל'ישן מוזיק קולטור. שרית חדד איז א היינטיגע זינגערין אויפן מזרחי/ספרדי'שן סטיל מיט א קול פון גן עדן; שלמה ארצי איז אויך אן אייקאנישער פיגור אויפן ישראל'ישן מוזיק סצענע; אביב גפן קומט פון א משפחה ארטיסטן, און זיין זינגן שפיגלט אפ דעם פאקט; און אזא ליסטע וועט נישט זיין בשלימות אויב עפרה חזה'ס נאמען וועט פעלן דערפון.


צייטונגן און מאגאזינען
  • טאבלעט מאגאזין
    טאבלעט איז איינס פון די בעסטע אידישע מאגאזינען אויף די מארקעט. עס קומט ארויס אנליין מיט תוכן אויף קולטור, רעליגיע, היסטאריע, אקטועל, ליטעראטור, און אזוי ווייטער. זיי פארמאגן אויף א פאדקעסט מיטן נאמען "Vox" וועלכע איז איינס פון די בעסטע, אויב נישט דער בעסטער, אידישער פאדקעסט בנמצא. מאכט זיכער צו באזוכן טאבלעט מאגאזין פון צייט צו צייט און ליינט וויאזוי א מאדערנער עמך איד באטראכט די וועלט.

  • מאזעאיק מאגאזין
    מאזעאיק מאגאזין איז האלב מאגאזין און האלב זשורנאל. מיט חודש'ליכע עסייען, דעבאטעס, און טעמעס וועלכע באהאנדלן אידישע מחשבה און פילאזאפיע האט זיך מאזעאיק אהערגעשטעלט אלס א מאגאזין פארן טראכטנדן איד. מאזעאיק איז נאך יונג, בלויז צוויי יאר אלט, עס האט שוין אבער באוויזן צו פארכאפן די הערצער און מוחות פון ערנסטע אידישע ליינער און שרייבער מיט זייער תוכן.

פלעצער
  • אומאן, ראש השנה
    דארף מען דען זאגן מער? וואס מירון איז צו חרדים איז אומאן צו כלל ישראל. אומאן אום ראש השנה איז א פלאץ וואס א יעדער איד, נישט קיין חילוק זיין אריענטאציע און אידעאלאגיע, דארף זיכער מאכן צו באזוכן אומאן לכל הפחות איינמאל אין לעבן אויב נישט אויף מיטצולעבן און זיין א טייל פון דעם פענאמענאן, כאטש אויף דאס צו באאבאכטען און באטראכטן. איך וועל מודה זיין אז איך זעלבסט בין נאך נישט דארט געווען, אבער דער פלאץ טראגט א חשוב'ן פלאץ אויף מיין באקעט ליסט פון פלעצער ווי איך וויל באזוכן אין מיין לעבן.


דער צווייטער טייל, "דער אלגעמיינער ליסטע", וועט אי"ה נאכפאלגן.

________________________________________
[1] איבער דעם צורך פון זיך אויפעפענען צום אלגעמיינעם גאס און צו ברייטערן בליק אויף דער וועלט וועל איך דא נישט מאריך זיין ווייל איך בין זיך משער אז דער וועלכע ליינט די ווערטער האלט שוין נאכן מאכן די החלטה צו ווערן "אויפגעקלערט" (א פאזעטיווע ווארט וואס די פאקט גופא אז עס טראגט אין די חרדישע גאס א נעגאטיווע קאנאטאציע איז שוין מעיד אויפן צורך דערפון). אויב נישט, נישט געזארגט, איך פארשפרעך אייך אז איר וועט טרעפן פונקטן וועלכע וועלן אייך פאראינטערעסירן סתם אזוי, אן איר זאלט דארפן מסכים זיין צו די אונטערליגנדע אגענדע. אז איר זענט נייגעריג אין דעם צורך פאר קולטור און בילדונג פון א אידישע שטאנדפונקט, וואלט איך רעקאמאנדירט נחום לאם'ס בוך אין ענגליש תורה ומדע.
[2] איך וויל זיך ספעציעל באדאנקן פאר @ראובן, @לבונה זכה, און @יאיר פאר זייערע צוגאבן.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4122 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:10 pm

ישר כח יידל א ברכה אויף דיין קאפ, דאס איז למעשה למעשה,
א וויכטיגע צוגאב וואלט געווען אויסצושמועסן לייעבעריס ווי מען קען באקומען א גוטע אויסוואל פון ביכער פון חכמה און מדע,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1656
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2063 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:26 pm

א סיכום פון טויזנטער תגובות, הונדערטער אשכולות, א צוזאמנעמונג פון אלעס אויף וואס קאווע שטיבל שטייט, טויזנטער שעות פון מי און פלאג, דעות און געפעכטן.
ק-א-ו-ו-ע ש-ט-י-ב-ל פ-א-ר ד-א-מ-י-ס-!
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4433 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6233 מאל

הודעהדורך יואב » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:27 pm

א גרויסער יישר כח יידל. אין מילים.

קוגעל'ס בוך האלט איך גראדע אינמיטן אויסהערן אויף Audible – הפלא ופלא. ס'איז אינטערסאנט צו באטוינען אז קוגעל פאררופט זיך אלס אן ארטאדאקסישער איד.

בנוגע דעם עוועלאבילעטי. כ'האב געהאט רעקאמאנדירט פאר א חבר וואס וואוינט אין מאנסי דאס בוך "צמח אטלאס", ער האט דאס נישט געפינען אין פינקלשטיינ'ס ביבליאטעק. אויף זיין פארלאנג האבן זיי אים דאס אריינגעברענגט.

שוין, כ'האב נאך וואס צו לייענען דא. מיט דעם אשכול מיין איך קענען שוין די רבנים מתיר זיין "דער שטערן".
The nice part about being a pessimist is that you are constantly being either proven right or pleasantly surprised.

George Will
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5616 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:41 pm

איך זוך שוין דעם צמח אטלס אין אידיש פאר יארן. אפשר קען מען עס ערגעץ שאפן?
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4433 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6233 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:45 pm

זאל דער אשכול דינען אלס וועיק אפ קאל וואס פאר אן אשכולות דא פלעגן ערשיינען און זאלן זיך די נייע ניקים לערנען פון די אלט-געזעסענע וואס האבן שוין מער ווייניגער רעטייערט און איבערגעלאזט דעם שטיבל פאר דער קומענדיגער גענעראציע.
אין אנדערע נייעס, אן אמבער אלערט איז אין אפפעקט נאך @געפילטע פיש, דוב הייקינד גרייט זיך צו אדרעסירן די פרעסע אין די קומענדיגע האלבע שעה. בעריקעידס צוגעשטעלט אויף דער אינציאטיווע פון אברהם יעקב פרידמאן.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4433 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6233 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:45 pm

א מייסטערווערק!
צו דעם "פלעצער"-רובריק וואלט איך צוגעלייגט:

JTS לייברערי - דער ביבליאטעק פון דעם "אידישן טעאלאגישן סעמינאר" פון דער קאנסערוואטיווער באוועגונג.

דער האלאקאסט מוזעאום אין וואשינגטאן די-סי.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1776
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7168 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:49 pm

דאס איז א הערליכע ארבייט, איך ווייס וויפיל ארבייט עס גייט אריין אין אזא אשכול. איך האב אסאך צוצולייגן אבער דערווייל נאר אפאר קליינע הערות. בנוגע פאעזיע האסטו געברענגט די ווערק פון די גרויסע פאעטן אבער נישט וואו איינער קען זיך ווענדן צו לערנען פאעזיע אדער צו באקומען א געשמאק דערין. אין פילמס און ביכער בין איך סורפרייזד אז דו האסט נישט געשריבן איבער חיים פאטאק'ס ווערק. ביי נגינה פון א אידישע בליק קומט זיך שולי ראנד און שלום חנוך א פראמינענטע אויבן אן פלאץ לדעתי. ביי פלעצער וואלט איך רעקאמענדירט צוצולייגן די JTS ביבליאטעק אין מאנהעטן, דארט קען מען טרעפן א יעדע איינציגסטע ספר און בוך וואס האט נאר דאס מינדעסטע שייכות מיט יהדות.

ראובן האקט דאכציך די זעלבע...
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הוגה אום דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:52 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2596
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5817 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:49 pm

א גרויסן יישר כח, יידל. די וויכטיגקייט פון אזא ליסטע איז אומשאצבאר. עס איז פארהאן אסאך וואס צוצולייגן. אבער איך בין אביסל אנטוישט אז דו האסט נישט אריינגערעכנט קיין איין ספר אויף טעאלאגיע און פילאזאפיע. ארויס פון די ארבל וואלט איך רעקאמענדירט די פאלגנדע ספרים פאר איינעם וואס וויל זיך עפענען דעם מוח אין דעם הינזיכט פון אמונות ודעות:
ספר הכוזרי לרבינו יהודה הלוי
הנבחר באמונות ודעות לרב סעדיה גאון
סודותיו של מורה הנבוכים מאת מיכה גודמאן
God In Search of Man by Rabbi Abraham Joshua Heschel
The Lonely Man of Faith by Rabbi J. B. Soloveitchik
שמונה קבצים מאת הרב אברהם יצחק הכהן קוק
Must a Jew Believe Anything by Menachem Kellner
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4757
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7583 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:51 pm

ביי פלעצער דארף מען אויך צולייגן מאה שערים, אלטשטאט, עיר דוד און חברון. איך ווייס נישט ווי אזוי מען קען זיין א איד אן באזוכן די פלעצער וואו אונזער פאלק האט זיך געגרינדעט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4757
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7583 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:53 pm

דער שאפירא, ער איז א היימישע?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2596
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5817 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:58 pm

יאיר, כ'האב נישט געוואוסט אז אונזער פאלק האט זיך געגרינדעט אין מאה שערים ;)

ערנסט גערעדט, א גרויסן יישר כוח פאר די אלע הוספות, keep 'em coming (@הוגה, איך פארלאנג פון דיר דיין גאנצע ליסטע!). האפענטליך וועט מען אינעם פי-די-עף ווערסיע פון למעשה וועלכע @ראובן האט אונז פארשפראכן קענען אינקארפארירן די אלע הוספות אינעם ליסטע.

לגבי פילאזאפיע און טעאלאגיע האב איך זיך אסאך געיישובט. נישט דא וואס צו רעדן, די ביכער וועלכע @יאיר רעכנט אויס זענען וויכטיג, איך האב זיך אבער געקווענקלט צו זיי זענען פאסיג פאר א מתחיל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4122 מאל

הודעהדורך בר דעת » דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:59 pm

פוליצער פרייז!\

א הארציגער דאנק יידל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בר דעת אום דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:16 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 702 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:01 pm

דער גוי מקרב גוי האט זיך געגרינדעט אין מאה שערים (און אין מיהאלאוויץ - אבער דארטן איז נישטא וואס צו זען) :lol:
איך זע נישט פארוואס די ביכער וואס איך האב אויסגערעכנט זענען נישט פאסיג פאר א מתחיל (איך האב דירעקט נישט אריינגעשטעלט מורה נבוכים וויבאלד דאס איז א שווערע ספר). על כל פנים דער לעצטער ביכל וואס איך האב אויסגערעכנט פון מנחם קעלנער איז געשריבן אין גאר א גרינגע שפראך, און איז קריטיש וויכטיג פאר יעדן וואס שפירט אז זיין אמונה ווערט אויפגעשאקלט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4757
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7583 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:03 pm

יואב האט געשריבן:א גרויסער יישר כח יידל. אין מילים.

קוגעל'ס בוך האלט איך גראדע אינמיטן אויסהערן אויף Audible – הפלא ופלא. ס'איז אינטערסאנט צו באטוינען אז קוגעל פאררופט זיך אלס אן ארטאדאקסישער איד.



כ׳האב געליינט קוגעל׳ס בוך און ס׳איז מיר דעמאלס שווער געוועהן טאקע ווייל סאיז א פאראדאקס צו זיין בוך , כ׳האב געהערט אז ער איז ווייט פון ארטאדאקס און ער איז מעהר מסרתי און ער האלט שבתים ימים טובים כדאי צו perpetuate און אנהאלטן אידישקייט, איך ווייס נאר נישט ווי קראנט ס׳איז
אויב ווילט איר זעהן א איד מיט א אמתע צלם אלקים, זאלט איר קוקן אויף דעם ״אהבת ישראל״ פון וויזניץ...!

הרה״ק ר׳ בנציון האלבערשטאם ה״קדושת ציון״ מבאבוב זצ״ל
אמר לבניו.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4122
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2392 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:05 pm

יאיר האט געשריבן:ביי פלעצער דארף מען אויך צולייגן מאה שערים, אלטשטאט, עיר דוד און חברון. איך ווייס נישט ווי אזוי מען קען זיין א איד אן באזוכן די פלעצער וואו אונזער פאלק האט זיך געגרינדעט.

און מאה שערים האט מען זיך נישט געגרינדעט, ס'נאר א כמו מעזיאום (כ'האב נישט דאס יודישע ווארט פאר דעם). אבער מ'קען אויך צולייגען עכטע יודישע מעזיאום'ס איבער די וועלט, און אויך אזעלכע פלעצער ווי ים המלח, מצדה וכדו'.
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2694
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2720 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:05 pm

צווישן די זכרונות איז אודאי א חוב קדוש דורכצוליינען שלמה מיימון'ס אויטאביאגראפיע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4757
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7583 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:07 pm

יידל האט געשריבן:
דער אידישער ליסטע

וועבזייטלעך
[*]באמערקנסווערד
עס זענען דא נאך אסאך וועבזייטלעך פון אידישע אינטערעסע וועלכע זענען אין צענטער פון די נושאים העומדים ברומו של עולם ובני אדם דשין בהם בעקבם, נאר כ'וואלט נישט געזאגט אז זיי זענען נויטווענדיג אויף אנצוהייבן, אבער מחמת חבתן אני מונם: הרב יששכר כ"ץ פארמאגט נישט קיין בלאג אבער איז גאר אקטיוו אויף פעיסבוק וואו ער פאוסט כסדר איבער ענינים העומדים על הפרק פון א חסידיש-מאדערנעם קוק-ווינקל; דוב בער איז א פראוואנצירנדער שטימע אינעם ארטאדאקסישן בלאגאספערע וועמענס פאוסטס זענען פארזיכערט אייך צו מאכן איבערטראכטן איינגווארצעלטע מיינונגן פון א נייער פערספעקטיוו; אויף אן די מעין ליין וועט איר שטענדיג געפונען אינטערעסאנטע אידיש-היסטארישע מאטעריאל, און איינמאל איר זענט געענדיגט ליינען אלע אלטע פאוסטס קענט איר נאכפאלגן דעם מחבר אויף פעיסבוק וואו ער פאוסט אונטער דעם פסוועדאנאמען פרעד מעקדאועל; א סייט וועלכע איז מער נישט אקטיוו אבער פארמאגט ריכטיגע אוצרות איז אָן-פייעס. אסאך דערפון איז סובווערסיוו; צום לעצט די שרייבער אינעם פארווערטס' "אידיש מיט אן אלף" באווייזן אהערצושטעלן וואונדערבארע שרייבארבעט יעדע וואך. א שאד נאר אז עס ווערט פארוועלקט אינעם בית הקברות וואס עס איז דער פארווערטס.


אין דער ליסטע קומט אויך צו שרייבן די באמערקנסווערדע בלאג פון אונזער ידיד ר' @הירשל ציג. זיין בלאג די צערקוס געצעלט האט ער געעפנט פאר העכער צען יאר צוריק צו אפענטפערן א צווייטע בלאג, אבער היינט איז עס א געוואלדיגע סארס פון אינטערעסאנטע אידישע אינפארמאציע על דא ועל הא מיט א שטיקל סלענט צו חב"ד.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2596
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5817 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:24 pm

יאיר האט געשריבן:צווישן די זכרונות איז אודאי א חוב קדוש דורכצוליינען שלמה מיימון'ס אויטאביאגראפיע.

אזוי אויך מיינע זכרונות פון יחזקאל קאטיק, לכל הפחות דער ערשטער טייל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4122 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:29 pm

יואב האט געשריבן:בנוגע דעם עוועלאבילעטי. כ'האב געהאט רעקאמאנדירט פאר א חבר וואס וואוינט אין מאנסי דאס בוך "צמח אטלאס", ער האט דאס נישט געפינען אין פינקלשטיינ'ס ביבליאטעק. אויף זיין פארלאנג האבן זיי אים דאס אריינגעברענגט.

געקויפט, אדער געבארגט פון א צווייטן לייברערי? כ'האב דערמאנט דעם אינטערלייברערי לאון סיסטעם צו וועלכע רוב לייברעריס (אריינגערעכנט פינקעלשטיין און ברוקלין פובליק) נעמען אנטייל. אויב האבן זיי עס געקויפט איז עס נאכנישט אויף זייער קעטאלאג ווי ווייט כ'האב געזוכט.

אז מ'רעדט שוין פון אוועילעביליטי, די אלע ביכער וועלכע כ'האב דערמאנט אז מ'קען זיי נאר באקומען אין ניו יארק פובליק לייברערי געפונען זיך אויך אין JTS וואס איז מיר ארויס פון קאפ ביים שרייבן די ליסטע. דוכט זיך נאר אז נאר אויב מען איז א סטודענט דארט קען מען ארויסנעמען פון זייער לייברערי דירעקט. אז נישט, דארף מען ליינען די ביכער דארט אין לייברערי.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4122 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:43 pm

איך מיין אז א מעמבער קען אויך ארויסבארגען נאר עס קאסט 360$ א יאר, איינער קען דא באשטעטיגן?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1656
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2063 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:46 pm

צווישן די ביכער נישט פאר קיין שוואכע הערצער ווי דער בעל האשכול רופט עס איז כדאי צולייגן די בוך פון Richard Elliott Friedman

Who Wrote the Bible?
אויב ווילט איר זעהן א איד מיט א אמתע צלם אלקים, זאלט איר קוקן אויף דעם ״אהבת ישראל״ פון וויזניץ...!

הרה״ק ר׳ בנציון האלבערשטאם ה״קדושת ציון״ מבאבוב זצ״ל
אמר לבניו.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4122
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2392 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:57 pm

יידל האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:בנוגע דעם עוועלאבילעטי. כ'האב געהאט רעקאמאנדירט פאר א חבר וואס וואוינט אין מאנסי דאס בוך "צמח אטלאס", ער האט דאס נישט געפינען אין פינקלשטיינ'ס ביבליאטעק. אויף זיין פארלאנג האבן זיי אים דאס אריינגעברענגט.

געקויפט, אדער געבארגט פון א צווייטן לייברערי? כ'האב דערמאנט דעם אינטערלייברערי לאון סיסטעם צו וועלכע רוב לייברעריס (אריינגערעכנט פינקעלשטיין און ברוקלין פובליק) נעמען אנטייל. אויב האבן זיי עס געקויפט איז עס נאכנישט אויף זייער קעטאלאג ווי ווייט כ'האב געזוכט.

אז מ'רעדט שוין פון אוועילעביליטי, די אלע ביכער וועלכע כ'האב דערמאנט אז מ'קען זיי נאר באקומען אין ניו יארק פובליק לייברערי געפונען זיך אויך אין JTS וואס איז מיר ארויס פון קאפ ביים שרייבן די ליסטע. דוכט זיך נאר אז נאר אויב מען איז א סטודענט דארט קען מען ארויסנעמען פון זייער לייברערי דירעקט. אז נישט, דארף מען ליינען די ביכער דארט אין לייברערי.

ווי כ'פארשטיי קען מען דורך די פובליק לייברעריס באקומען צוטריט צו אלע ביכער און ספרים פון JTS.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1776
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7168 מאל

הודעהדורך דעת צלולה » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:07 pm

טייערע ברידער איך קום נישט זאגן קיין מוסר נאר איידער איר ווילט אזוי זוי שטארק ווערן ''ברייט'' (אויפגעקלערט-משכיליש געשטימט) טראכט נאר אריין וואס איז געווארען פון די אלע משכילים םון 100 & 200 & 1000 יאר צוריק למעשה אינז האבען א הערליכע רעליגע און א קלארע תירוץ אויף אלע קשיות פון צווישען אינזערע טויזענטע ספרים לאמיר נישט פארפאטשקענען די זיסע הנאה פון זיין נאנט מיט אן אמת צום אייבערשטן (דורכ'ן אוועק געבן אביסעלע פאר אים) דורך אפאר קורץ זיכטיגע שרייבער
לאמיר זיך נישט פאפן יא ס'איז אמת ס'איז דא לעכער אינעם סיסטעם אבער פארדעים וואפט מען נאכנישט אלעס אוועק !!!
און גלייבט מיר דער מכלומרשטער משכיל מיז אויך אסאך אסאך צומאכען די אויגן נישט צו זעהן די אלע זאכען וואס ווייזען אויף די ריינע און זיסע יודישקייט וואס עס איז פארהאנען
דעת צלולה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 3:37 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:11 pm

זע הערה 1.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4122 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט