למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:12 pm

ראובן האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:בנוגע דעם עוועלאבילעטי. כ'האב געהאט רעקאמאנדירט פאר א חבר וואס וואוינט אין מאנסי דאס בוך "צמח אטלאס", ער האט דאס נישט געפינען אין פינקלשטיינ'ס ביבליאטעק. אויף זיין פארלאנג האבן זיי אים דאס אריינגעברענגט.

געקויפט, אדער געבארגט פון א צווייטן לייברערי? כ'האב דערמאנט דעם אינטערלייברערי לאון סיסטעם צו וועלכע רוב לייברעריס (אריינגערעכנט פינקעלשטיין און ברוקלין פובליק) נעמען אנטייל. אויב האבן זיי עס געקויפט איז עס נאכנישט אויף זייער קעטאלאג ווי ווייט כ'האב געזוכט.

אז מ'רעדט שוין פון אוועילעביליטי, די אלע ביכער וועלכע כ'האב דערמאנט אז מ'קען זיי נאר באקומען אין ניו יארק פובליק לייברערי געפונען זיך אויך אין JTS וואס איז מיר ארויס פון קאפ ביים שרייבן די ליסטע. דוכט זיך נאר אז נאר אויב מען איז א סטודענט דארט קען מען ארויסנעמען פון זייער לייברערי דירעקט. אז נישט, דארף מען ליינען די ביכער דארט אין לייברערי.

ווי כ'פארשטיי קען מען דורך די פובליק לייברעריס באקומען צוטריט צו אלע ביכער און ספרים פון JTS.

ברוקלין פובליק לייבערי האט א אינטערלייבערי אפמאך מיט jts? ווי דארף מען פארלאנגען דערפאר?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1684
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2099 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:14 pm

משוררים זינגט הללוי'.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6338 מאל

הודעהדורך דעת צלולה » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:16 pm

יידל האט געשריבן:זע הערה 1.

און אויף דעים טאקע רעד איך
דעת צלולה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 3:37 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:30 pm

@גראדעמעכעלע, עס איז ריכטיג אז מען קען ווערן א מעמבער אין JTS פאר $360 א יאר און ארויסנעמען ביכער. זיי האבן אויך אפמאכן מיט פארשידענע אוניווערזיטעטן איבער ניו יארק וועלכע ערלויבן זייערע סטודענטן ארויסצונעמען ביכער פון JTS, אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען נישט ארויסנעמען דורך BPL פון JTS.
אגב, עס איז שוין העכסט צייט צו שאפן אזא היימישע לייברערי וואו מיטגלידער וועלן קענען ארויסנעמען די כל באיה לא ישובון ביכער פאר א מינימאלע אפצאל א יאר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4763
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7641 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:33 pm

פארהאן א קאלעקציע פון ספרים וואס ווערט גערופן תנ"ך וואס האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין די אידישע און וועלטס היסטאריע. עס איז שטארק געאייגנט דאס דורכצוליינען. בעיקר: שופטים, שמואל, מלכים/דברי הימים, ישעיה, ירמיה, יחזקאל, עמוס, איוב, תהלים, שיר השירים, און קהלת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאיר אום דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:36 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4763
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7641 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:34 pm

די אינטערלייברערי לאון סיסטעם ארבעט אז מ'דארף נישט (מ'קען נישט?) בעטן פון א ספעציפישע לייברערי, נאר מ'בעט פאר א בוך און די לייברערי טרעפט שוין אליינס פון וואו צו בארגן דעם בוך.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4142 מאל

הודעהדורך האמת לאמיתו » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:35 pm

יאיר האט געשריבן:פארהאן א קאלעקציע פון ספרים וואס ווערט גערופן תנ"ך וואס האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין די אידישע און וועלטס היסטאריע. עס איז שטארק געאייגנט דאס דורכצוליינען. בעיקר: שופטים, שמואל, מלכים/דברי הימים, ישעיה, ירמיה, יחזקאל, עמוס, איוב, שיר השירים, און קהלת.

גערעדט צום דבר און מיט א אמתע בליק !!
אויך דער אמת מיז זיין מיט אן אמת
האמת לאמיתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2015 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:37 pm

פאלגנד זענען די פונקטליכע אינסטרוקציעס וויאזוי צו בארגן מיט ILL אין ברוקלין פובליק לייברערי
http://www.bklynlibrary.org/borrowing-m ... s#tab_loan
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4142 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:42 pm

http://www.finkelsteinlibrary.org/borrow-and-return
דער לינק איז פאר פינקעלשטיין
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4142 מאל

הודעהדורך chusid » דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:47 pm

שכח יידל! למעשה אבער איז דאס נאר א עצה פאר קאווע שטיבל אידן אבער רוב חרדים וועלן פון פרינציפ אויס דאס נישט ליינען ווייל אזוי האבן אלע פריערדיגע צדיקים און אונזערע זיידעס געהאלטן..אויכט דארפסטו געבן א עצה וויאזוי אויסצופאלגן דיין פלאן און דערהייבן די יסורי הנפש נאכדעם..
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:25 pm

יאיר האט געשריבן:@גראדעמעכעלע, עס איז ריכטיג אז מען קען ווערן א מעמבער אין JTS פאר $360 א יאר און ארויסנעמען ביכער. זיי האבן אויך אפמאכן מיט פארשידענע אוניווערזיטעטן איבער ניו יארק וועלכע ערלויבן זייערע סטודענטן ארויסצונעמען ביכער פון JTS, אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען נישט ארויסנעמען דורך BPL פון JTS.
אגב, עס איז שוין העכסט צייט צו שאפן אזא היימישע לייברערי וואו מיטגלידער וועלן קענען ארויסנעמען די כל באיה לא ישובון ביכער פאר א מינימאלע אפצאל א יאר.

איז דא נאך אזא לייברערי ווי jts אין די נ.י. עריע?
אז נישט לוינט לכאורה די 360$ ניין?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1684
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2099 מאל

הודעהדורך זיגמונד פרויד » דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:35 pm

כוכב האט געשריבן:איך זוך שוין דעם צמח אטלס אין אידיש פאר יארן. אפשר קען מען עס ערגעץ שאפן?

די קענסט רופען "דאס אידישער בוך צענטער" אין מאסאטשאסיץ, זיי האבען (עכ"פ געהאט) עטליכע צי פארקויפן.
זיגמונד פרויד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך זיגמונד פרויד » דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:44 pm

יידל האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:בנוגע דעם עוועלאבילעטי. כ'האב געהאט רעקאמאנדירט פאר א חבר וואס וואוינט אין מאנסי דאס בוך "צמח אטלאס", ער האט דאס נישט געפינען אין פינקלשטיינ'ס ביבליאטעק. אויף זיין פארלאנג האבן זיי אים דאס אריינגעברענגט.

געקויפט, אדער געבארגט פון א צווייטן לייברערי? כ'האב דערמאנט דעם אינטערלייברערי לאון סיסטעם צו וועלכע רוב לייברעריס (אריינגערעכנט פינקעלשטיין און ברוקלין פובליק) נעמען אנטייל. אויב האבן זיי עס געקויפט איז עס נאכנישט אויף זייער קעטאלאג ווי ווייט כ'האב געזוכט.

אז מ'רעדט שוין פון אוועילעביליטי, די אלע ביכער וועלכע כ'האב דערמאנט אז מ'קען זיי נאר באקומען אין ניו יארק פובליק לייברערי געפונען זיך אויך אין JTS וואס איז מיר ארויס פון קאפ ביים שרייבן די ליסטע. דוכט זיך נאר אז נאר אויב מען איז א סטודענט דארט קען מען ארויסנעמען פון זייער לייברערי דירעקט. אז נישט, דארף מען ליינען די ביכער דארט אין לייברערי.

די קענסט רופען "דאס אידישער בוך צענטער" אין מאסאטשאסיץ, זיי האבען (עכ"פ געהאט) עטליכע צי פארקויפן.
זיגמונד פרויד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:18 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:@גראדעמעכעלע, עס איז ריכטיג אז מען קען ווערן א מעמבער אין JTS פאר $360 א יאר און ארויסנעמען ביכער. זיי האבן אויך אפמאכן מיט פארשידענע אוניווערזיטעטן איבער ניו יארק וועלכע ערלויבן זייערע סטודענטן ארויסצונעמען ביכער פון JTS, אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען נישט ארויסנעמען דורך BPL פון JTS.
אגב, עס איז שוין העכסט צייט צו שאפן אזא היימישע לייברערי וואו מיטגלידער וועלן קענען ארויסנעמען די כל באיה לא ישובון ביכער פאר א מינימאלע אפצאל א יאר.

איז דא נאך אזא לייברערי ווי jts אין די נ.י. עריע?
אז נישט לוינט לכאורה די 360$ ניין?

שווער צו זאגן. פאר דעם פרייז פון $360 קען מען קויפן בערך פופצן ביכער וואס בלייבן דיינס אויף אייביג. פון די אנדערע זייט, אויב איינער דארף א קביעות'דיגע סופליי פון אלע סארטן אידישע ביכער און ער האט נישט קיין צייט צו זיצן אין לייברערי און ליינען, דאן לוינט זיך עס מסתמא.
עס איז אויך כדאי צו דערמאנען אז עס זענען פארהאן וועבזייטלעך מיט ספרים אנליין פאר א מינימאלע אפצאל, ווי כותר און אנדערע. אזוי אויך זענען פארהאן אסאך ספרים וואס דרייען זיך ארום אנליין און מען דארף נאר האבן די ריכטיגע קשרים. בקיצור, עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי ווייניג תירוצים צו בלייבן אן עם הארץ.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4763
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7641 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג יוני 04, 2015 5:27 pm

@יידל, איך בין ווערטערלאז. אזא ארבעט אראפצולייגן קען טאקע נאר יידל, און דאס איז נאר דער חלק א'. א גרויסן דאנק פון טיפן הארצן פאר דיין געוואלדיגע ארבעט.

איך בין נאכנישט אנגעקומען צו קיין איין פון די אלע זאכן וואס דו רעכסנט אויס, אויסער קיין אומאן ראש השנה. איך האב נישט געוואוסט אז מיין גאנצע 'וועלטליכקייט' קומט טאקע פון דארט...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2023
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4333 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3953 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך מרדכי » דאנערשטאג יוני 04, 2015 7:37 pm

אויך וואלט כדאי געווען ארויפצולייגן לינקס צו ביכער אויף קינדעל/פלעי
מרדכי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:56 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יוני 04, 2015 11:17 pm

קודם כל, דארפן מיר זיך אלע שטעלן אויף די פיס, אויסטון די הוט, אויסגלייכן דעם אויבער-ראק, אויסקלארן דעם שטימע, און אויסשרייען מיט איין קול: איש יהודי ['יידל'] היה בקאווע שטיבל ושמו @יידל!!!


דער שיינער ארבעט, הערליכער אויסשטעל, הפלא'דיגע שפראך, און פארשטייט זיך: די מקיף'דיגע בילד, וויאזוי קונה צו זיין חכמה ומדע, תורה והיסטוריה, פיוט והשקפה, איז עפעס שלא מעלמא הדין. אגדיר את עצמי, אז כ'בין להדיא נישט מסכים צו יעדעס ווארט, סיי אין זיינע לינקס, און סיי אין זיין יעוד. אבער ס'איז נאכאלס א דבר השלם וואס איז באמת באגריסנד.


און יעצט, אפאר הערות והוספות:

1. באופן כללי, ווייס איך נישט צו דער לייזונג וואס דו צייכנסט צו, וועט צופיל העלפן. דאס איז זיכער, אז אויב דו רעדסט צום געליטענער זעלבסט, דהיינו א יונגערמאן וואס זעט אז דער פסוק 'ואת ערום ועריה' מיינט אים, דאן זענען דיינע געדאנקען כמים קרים על נפש עייפה. אבער למעשה איז דאס נישט דער לייזונג צו אונזער פלאג: 'ואת עמלינו אלו הבנים', און אויב דו האסט נישט קיין מהלך פאר די קומענדיגע דורות, נאר פאר יעדן יחיד פאר זיך, דאן איז דאס נישט 'דער' מהלך. ווייל א מצב פון 'אחד היה אברהם' קען נישט זיין קיין נחלת הדורות, און בהכרח אויך נישט דער ריכטיגסטער צוגאנג צו אונזער חינוך סיסטעם. אבער סיי וויאזוי ס'זאל זיין, עפנסטו א פתח אז מ'זאל קענען מחנך זיין די קינדער אביסל מער אפן ווי דער חדר חינוך, און כל שכן אז דאס קען העלפן פאר יונגעלייט שנפקחו עיניהם לראות טוב ורע און נאך פארבן און קאלירן.

דאס איז מער אין די פילאזאפישע חלק. לאמיר אביסעלע מוסיף זיין אויף דיינע מראה מקומות.


2. וועבזייטלעך: משום מה האסטו נאר צוגעצייכנט ענגליש אדער אידיש רעדנדע וועבזייטלעך. אבער אויב ביי ספרים און אנדערע האסטו זיך פארלאזט אויפן ליינער'ס כח אין לשון הקודש - עברית, דאן איז דאס זעלביגע ביי וועבזייטלעך. לדעתי איז גאר וויכטיג צו צוצייכענען צוויי וועבזייטלעך אין עברית, וואו די פארומ'ס זענען מלא וגדוש מכל טוב וטוב.

בחדרי חרדים, האט צוויי אינהאלטסרייכע פארומ'ס: ספרים וסופרים, און עצור כאן חושבים. דאס ערשטע איז מער זיך אנצופאקן מיט ידיעות שונות און היסטאריע וכדומה, און איז מער אזוי גערופן 'על טהרת הקודש'. דאס צווייטע איז מער ראציאנאלישע שמועסן, מיט חקירות און ידיעות שונות, וואס גייט אריין אין השכלה פעלד.

פורום אוצר החכמה, האט צוויי אינהאלטסרייכע פארומ'ס: מטפחת ספרים ועיטור סופרים, און משפחות סופרים. דאס ערשטע איז א געמויזשעכץ פון ידיעות שונות, חקירות, אינטרעסאנטע אפהאנדלונגען. דאס צווייטע איז בעיקר היסטאריע אויף גדולי ישראל ואנשי שם. ביידע זענען מער על טהרת הקודש, כאטש ס'איז סאך מער ליבעראל ווי אייוועלט. זייער מעלה באשטייט אויך פון דעם, אז צווישן די חברים דארטן געפונען זיך ערנסטע חוקרים, תלמידי חכמים, וידענים. א שטייגער ווי יעקב ישראל סטל.

עס איז כדאי אנצומערקן, אז וואס פריער דו וועסט צוריקגיין מיטן דאטום, וועסטו בדרך כלל אנטרעפן מער זאפטיגע אשכולות, וויבאלד די מער קאנטראווערסיעלע נושאים זענען שוין אדורכגעטון געווארן פריער.


3. ביכער: איבער בני בראון'ס בוך איבערן חזון איש, האט זיך אפגעטון טישן אויף בענק. גוט וואלט געווען צוצוצייכענען אז אסאך פון זיינע ווערטער האבן זיך אויסגעשטעלט אומריכטיג. דאן האט א יונגער כוכב עולה, יהושע ענבל, היינט צוטאגס שוין מער בארימט - בעיקר דורך זיין ספר 'תורה שבעל פה' וואס איז שטארק רעקאמענדירט, אים היבש שטארק אפגעענטפערט [צווישן אנדערע].

איך וואלט צוגעלייגט אברהם מאפו - איינער פון די גאר בארימטע משכילים, מיט א פעדער וואס האט נישט זיינס גלייכן - מיט זיינע ביכער. בעיקר האט מיך באנומען זיין גאר בארימטן אהבת ציון, א בליק איבערן לעבן בזמן המקדש, מיט זיין פליסיגן פעדער וואס געבט דיר גאר אסאך צו אין א היבשע פאר הינזיכטן.


4. אז מען רעדט פון יל"ג = יהודה לייב גארדאן, איז נישט שייך נישט צו דערמאנען איינע פון זיינע ציפעדיגסטע שירים: 'קוצו של יו"ד'. גאנצע מאמרים זענען געשריבן געווארן איבער דעם, לכאן ולכאן, און ווערט נאך היינט באטראכט פאר א מייסטער שטיקל ארבעט.


5. פילמס: איבער Fiddler on the roof. לדעתי, חוץ פונעם עצם אומריכטיגן בליק באופן כללי וואס דאס געבט אויפן חיי יום יום פון אמאל [און כ'רעד נאכן ליינען בפשטות איבער 100 ביכער פונעם אמאל. רובם ככולם פון פרייע שרייבער], איז דאס ממש געמאכט פאר א היינטיגער טאם-דיק-ענד-העררי, וואס וויל 'דערשנאפן' דעם אלטער היים. די נארישע ראמאנטישע שטיקלעך פארשעמען דאס איבריגע. גענוג צו זען טאקע די אלטע פילם פון טוביה, צו כאפן דעם ריכטיגן בליק, און ווי ווייט די נייע איז פאלש.

The Ten Commandments איז טאקע אריין גאר שטארק אין די היסטאריע. באוואוסט איז די טענה אז זיי האבן נישט געמאכט א מצב ביים מעמד מתן תורה, אזוי אז דאס געבט א בילד ווי להבדיל ווען יאשקע האט פארקויפט זיינע לאקשן פאר אפאר אומוויסנדע אראבער, נישט ווי דער תורה לייגט אראפ מעמד הר סיני.


6. צווישן די זינגער'ס אין ישראל שטארט ארויס שלומי שבת, און זיין ניגון: אין עוד מלבדו. די מזרחי סטייל האסטו גענצליך איגנארירט.


7. צווישן די יסודות'דיגע פלעצער וואו מ'דארף באזוכן צו כאפן א שטיקל בליק אויף עפעס מער ווי אונזער סארט אידישקייט, דארף מען באזוכן אין יהודה ושומרון, אין מזרח'יסטישע יישובים. א שטייגער ווי אלון מורה, שילה, כפר תפוח, און נאך [כ'האב אנגעכאפט וואס איך געדענק אלס אינטרעסאנט]. דאס עפנט א נייע טיר, צו עפעס מער ווי מאה שערים.

-----------
8. צום לעצט: א דאנק ר' יידל'ן, האט מיר באפאלן א חשק צו שרייבן אן אייגן למעשה. כ'האב אפילו נישט געוואוסט אז אזא זאך עקזיסטירט, ביז יידל האט עס ארויסגענומען פון בוידעם. די שאלה איז צו א נייע שרייבער וואס איז נאך דאן נישט דא געווען, קען אויך שרייבן, און אויך צו דער עולם איז אינטרעסירט אין מיין 'למעשה', און נאך אלעמען: צו האב איך עפעס א למעשה'דיגע געדאנק צו פארקויפן...
אדרבה, זאגט איר.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15219 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » פרייטאג יוני 05, 2015 10:14 am

דער אשכול האט א טעם פון אמאל... איי, די אלטע צייטן.

יישר כוח @יידל פאר'ן זיך נעמען די מיה צו אויפקלערן דעם עולם איבער'ן צורך פון זיך אויפקלערן, און פאר אויפקלערן ווי מען קען זיך אויפקלערן.

אין אויפקלערן זענען אויך פאראן פארשידענע לעוועלס, און דו באווייזט צו ברענגן "עפעס" פאר יעדן. פון אמונה ודעות ביז אנ-פיעס איז דאך א שטיקל פאלג מיך א גאנג, ווי נישט ווי....

@יאיר האט א שטארקע נקודה איבער נ"ך. עס איז די אנהויב פון זיך אומקוקען אויף 12 פארשידענארטיגע שבטי קה, יעדער מיט זיינע אישו'ס און ראנגלונגען, רוחניות'דיגע ווי גשמיות'דיגע.

אויב איך מעג מוסיף זיין אויף דיינע קילורין, יידל, וואלט איך אפשר מסביר געוועהן אז עס איז דא אויפגעקלערטקייט לשם אראפקוקען אויף יושבי חושך. כלומר, ס'דא וואס זענען מזלזל אינעם עשרה בטלנים עסק, אינעם אמונה פשוטה'דיגע צוגאנג צו אידישקייט, און דאס זיך בילדען איז א דירעקטער אפענטפער און מחאה אויסדרוק ווי איינער וואלט געמאכט אן הכרזה צו די בטלנים דין ודברים אין לי עמך.

עס איז אבער אויך דא א אויפגעקלערטקייט, עט ליעסט כ'רעד פאר מיך אליינס, וואס קומט בלויז פון א נפשיות'דיגע צורך צו וויסן. אזעלכע מענטשען זוכן נישט צו אראפקוקען אויף די פארמאכטע סדר החיים, להיפך, דאס איז די סיסטעם, אזוי איז גוט, אמונה פשוטה איז די זאך, אמונת צדיק הדור ארבעט, וכו' וכו'. אבער דאך ווייסט מען וואן פלוס וואן. מען ווייסט אז סליפקין לאכט אפ דעם נודע ביהודה'ס שיעור זית, אבער מען לאכט נישט מיט. מען איז בלויז באוויסענד דערצו אז יש ויש, ואלו ואלו, וחכמת הנודע ביהודה במקומו עומדת לעד הלכה למעשה.

נאכאמאהל, יישר כוח!
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2358 מאל

הודעהדורך גנדי » פרייטאג יוני 05, 2015 11:09 am

א גרויסע יישר כח יידל פאר די געוואלדיגע ליסטע.

איך האב באשטעלט א חלק פון די ביכער אין די ברוקלין לייברערי.

מגו דזכי לנפשיה זכי נמי לאחריני וועל איך לייגן לינקס צו די ביכער.

עס איז אומזיסט צו ווערן א מעמבער. איינמאל איר זענט א מעמבער גיבט א דרוק אויף דעם קנעפל "HOLD" און זיי וועלן האלטן אדער פארשאפן די בוך פאר אייך.

החזון איש
https://catalog.brooklynpubliclibrary.o ... =b11811192

The Challenge of Creation
https://catalog.brooklynpubliclibrary.o ... =b11710182

As a Driven Leaf
https://catalog.brooklynpubliclibrary.o ... =b10931964

All Who Go Do Not Return
https://catalog.brooklynpubliclibrary.o ... =b11849481
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג יוני 05, 2015 11:44 am

,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1684
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2099 מאל

הודעהדורך מיימון » פרייטאג יוני 05, 2015 2:22 pm

דאס איז דער בעסטער ארטיקל אין קאווע שטיבל אין א לאנגע תקופה, טרערן זענען מיר געקומען אין די אויגן ווען כוכב האט דערמאנט:

די אלט-געזעסענע וואס האבן שוין מער ווייניגער רעטייערט און איבערגעלאזט דעם שטיבל פאר דער קומענדיגער גענעראציע.


נאך מעגליכע סייטס זענען ,דעת וואס פארמאגט א הערליכע אנציקלאפעדיע אויף אידישע נושאים מיט א מפתח, א ליקוט פון טויזנטער מאמרים אויף אלע חלקי המקרא אויף פארשידענע מהלכים, און אזוי אויך נאך אינטערעסאנטע ענינים.

מקראנט א סייט וואס פארמאגט צווישן אנדערן א ריזיגע זאמלונג פון אקאדעמישע מאמרים אויף מקרא פון פארשידענע פראמינענטע קובצים ווי בית מקרא און נאך.

הספריה הוירטואלית של מט''ח פארשידענע נושאים אידישע און וועלטליכע פאר די וואס זענען באקוועמער אין עברית

אויך קען זיין אינטערעסאנט פרשה בלאג, torah musings און נאך

בנוגע וואס יאיר האט דערמאנט דעם ספר הספרים דעם תנ''ך איז אויך וויכטיגע צו דערמאנען דעם חומש'ל וואס דער עולם לערנט פלייסיג, עס איז מורא'דיג וויכטיג איבערצולערנען די תורה מיט די מפרשים וועלכע זענען איגנארירט געווארן, ווי דער חוה''ל שרייבט אז ס'איז וויכטיג איבערצולערנען פסוקים וואס מען האט געלערנט אין די יונגע יארן אויפ'ן דעמאלטס'דיגן שטייגער, ווי למשל אבן עזרא רמב''ן רס''ג און רשב''ם, דערנאך א בליק אריין אין המשתדל פון שד''ל און די פסוקים לייכטן אויף, דער אבן עזרא וועט אונז באקענען מיט א פארגאנגענע וועלט, תורה ריזן וועלכע זענען פארשטופט געווארן אונטער'ן טעפיך ווי ר' יונה ן' ג'אנח, ר' משה הכהן,  ר' שלמה אבן גבירול און נאך.

ספרים איז דא אן א שיעור, עטליכע פון וואס איך האב שטארק הנאה געהאט, אוצר השמות צען בענדער א אנציקלאפעדיע אויף תנ''ך אויף זייער אן אינטערעסאנטן אופן, (כאטש ער איז שטארק outdated איז דאס אבער בחינם.. עס איז פארט אינטערעסאנט, בפרט די לענגערע ערכים), מורה נבוכי הזמן  (דער ערשטער קאפיטל האט מיך געמאכט אויפשפרינגען) און נאך פוק חזי בהיברו בוקס.
מיימון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 277 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג יוני 05, 2015 5:07 pm

אלס המשך צו יידל'ס הפלא'דיגער אשכול, וואלט איך מוסיף געווען מיינס אן אלטן תגובה, ארויסצוברענגען וואו נאך מען קען פאשענען אין פרעמדע פעלדער [יידל וואלט זיכער געהאלטן פון דורכליינען זייערע ביכער...].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15219 מאל

הודעהדורך בעל מדות » פרייטאג יוני 05, 2015 6:02 pm

א מיליאן דאלער'דיגע פראגע: וואס האט א מענטש פון אריינלייגן אומגעהויערע שווערע ארבעט, כוחות, לאנגווייליגע צייט פארלירעריי, און א קייט פון מן הסתם צוואנציג שעות לבטלה, שלעפן לינק'ס, און קריכן אין וועבזייטלעך און אזוי ווייטער, צו "אויפקלערן" מענטשן וועם ער קען נישט?, וואס וועט אים ברענגען דאס איז איך וועל זיך אונטערזינגען ירשלים של זהב... ביים איינטונקען די איי אין די אש?, וואס וועט אים ברענגען אז נאך איינער געוואויר ווערן איבער אלע סארט איבלען קעגן אינזער שטאנדהאפטיגע אמונה?
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1902 מאל

הודעהדורך יואב » פרייטאג יוני 05, 2015 6:38 pm

בעל מדות האט געשריבן:א מיליאן דאלער'דיגע פראגע: וואס האט א מענטש פון אריינלייגן אומגעהויערע שווערע ארבעט, כוחות, לאנגווייליגע צייט פארלירעריי, און א קייט פון מן הסתם צוואנציג שעות לבטלה, שלעפן לינק'ס, און קריכן אין וועבזייטלעך און אזוי ווייטער, צו "אויפקלערן" מענטשן וועם ער קען נישט?, וואס וועט אים ברענגען דאס איז איך וועל זיך אונטערזינגען ירשלים של זהב... ביים איינטונקען די איי אין די אש?, וואס וועט אים ברענגען אז נאך איינער געוואויר ווערן איבער אלע סארט איבלען קעגן אינזער שטאנדהאפטיגע אמונה?

איך וואלט פאר אזא פראגע אפילו פופציג צענט נישט געצאלט.
"שעם דיך! שנייד דיך אפ די בארד און פיאות."
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5692 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » פרייטאג יוני 05, 2015 6:45 pm

יידל, איך שענק דיר אצינד די נאבעל פרייז פון קאווע שטיבל. קענסט קומען אפנעמען דיין מעדאל און מעלאנע. אמאל לייענט מען אן אשכול און ווען מ'פארטיגט זוכט מען נאך אן אשכול צו לייענען. דער אשכול וועט מיר געבן שטאף און חומר למחשבה פאר די קומענדיגע פאר וואכן, לכל הפחות.

איך זוך א בוך וואס זאל אויפקלערן פארוואס ס'לוינט זיך בכלל צו וועלן לייענען א בוך אויסער מנחם מענדל. די בוך טאר נישט זיין אין פארעם פון א בוך, ווייל דאן איז עס ר"ת כל באיה וכו', אפשר אין פארעם פון א דבר יום ביומו אדער ענליכס. איך וועל דעם בוך ארום ווארפן אין די שוהלן און ישיבות.

א מייסטער אשכול. יש ניקס בישראל!
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2321
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3635 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט