למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך מיימון » מיטוואך יוני 10, 2015 1:37 am

אובערלענדער שלום עליכם וברוך בואך, דיין אידיש איז דוקא זייער געשמאק ווי א אויך דיין אינטעליגענץ, מיר דארפן מער אזעלכע ווי דיר!.

כאטש איך בין פון די נייע דא וועל איך פרובירן צו ענטפערן. וואס דו מערקסט אן אויף די וועלכע זענען אויפגעקלערט בלויז פון ליינען, אדרבה ואדרבה פאר די איז דער שטיבל געשאפן געווארן, עס זענען נאך דא אסאך מער וועלכע שרייבן נישט דא אבער פייניגן זיך מיט ספיקות און קשיות, און עס איז העכסט צייט צו אדרעסירן דעם דאזיגן עולם, מיט'ן זיי אריינשטופן אינטערן טעפיך וועט נישט פארענטפערט ווערן זייערע שאלות און אודאי און אודאי נישט מיט'ן קעמפן אנטקעגן דעם, דאס איז א תופעה וואס ווערט ווי אמאל מער אין דעם דור פון אינפארמאציע, און מיר דא פרובירן צו שאפן א כח הרבים.

וועגן ביבלישע קריטיק קען איך נישט רעדן בשם הקהל, איך ווייס נישט הונדערט פראצענט די גדרים פונעם פלאץ, אבער דאס איז זיכער אז נישט מיט'ן זאגן דער און יענער האבן דאס גע'אסר'ט פארענטפערט מען די ענינים, טאקע פון וועם דו ברענגסט הגאון רד''צ הופמן האט נישט געשריבן א קול קורא צו אסר'ן דאס צו לערנען נאר ער האט אפגעשריבן א גאנצן חיבור אויפצואווייזן אז עס איז נישט אמת, וואס כדי צו ליינען זיין ספר דארף מען אליינס זיין בקי אינעם ענין, פאר די וואס האבן זיך שוין אנגעטראפן מיט ביבלישע קריטיק קען מען צואווייזן מאמרים וואס ווייזן אויף דעם היפוך דערפון, און אויב ס'איז נישט דא קיין גענוג שטארקע ווערק אויף די זייט קען מען אים אנווייזן אויף א סייט וועלכע טוט פארשטעלן א מהלך אין אידישקייט וואס זאל זיך שטארקן אפילו איבער דעם, (און פאר די וואס האבן זיך נישט באגעגנט מיט דעם וועלן זיך מן הסתם טרעפן דערמיט אין די קומענדע יארן, בפרט עמיצער וואס איז אביסל ארויס פון באקס, און ער וועט נישט האבן קיין תשובה ).

די ענינים וואס דו צייכנסט אן זענען אויך זייער וויכטיג און אינטערעסאנט, אדרבה זאל יעדער צולייגן פון זיין אוצר, די זאכן זענען כמעיין המתגבר וכנהר שאינו פוסק.
מיימון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך יוני 10, 2015 1:45 am

@אויבערלענדער חכם,
יהא בואך לברכה, ולהרמת קרן ישראל.

דיין אידיש איז גוט, דיין שפראך איז שיין, און דיינע ידיעות זענען זייער צום זאך.
מיר וואלטן געוואלט הערן פון דיר מער אפט.

לענין דבריך, גם אני בחלומי, כ'האב אויך געהאט ענדליכע טענות ורמזתי לעיל מזה. אבער אעפ"כ האט יעדע זאך א הסבר לכאן ולכאן, צו יא צו נישט צו שרייבן. דערפאר האב איך מיך נישט אוועקגעשטעלט אלס מוכיח בשער. האסט אבער זיכער ארויסגעברענגט שיינע פונקטן פון דיין קוק-ווינקל.

און גערעכט, די ספרים פון מהר"ץ חיות זענען הפלא ופלא, און שטארק רעקאמענדירט פאר איינער וואס וויל ארויסהאבן השתלשלות התורה עד ימינו אלה, ווי אויך היסטאריע וכו'. ווי אויך די ספרים פון דער בעל שרידי אש, וואס איז געווען א מבהיל'דיגער גאון.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14654 מאל

קול קורא במדבר

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » מיטוואך יוני 10, 2015 1:51 am

איך וואלט נישט געדארפט דערמאנען די "איסור". איך בין גראדע יא באקאנט מיט דער נושא [נאר א ביסל] אבער עס האט מיר געבאדערט פארוואס איינער דארף שפרינגען ביז דארט. אויב ער קומט זאגען ווי אזוי זיך צו בילדערען קען ער ווי איר זאגט ווייזען אויף די ספרים וואס רעדען דערפין. ער האט אויסגעלאזט אלעס צווישען ויואל משה ביז חיים גראדע. נישט אזוי פארברייט מען זיך מיט קריכען פון איין עקסטרעם ביז דער צווייטען.
אויב דאס וואס איר זאגט אז מען וועט זיך סיי ווי איינשטויסען אין דעם איז גערעכט, פארוואס דארף ער מאכען דער גאנצע ליסטע.
יהיה איך שיהיה מיט בייבל קריטיסימם, כשמו כן הוא ענין של "ביקורת" ולא ענין של "הערכה". פארוואס זאל איינער זיך נישט לכה"פ ערשט לערנען א פרק אין דקדוק וכדומה וואס ברענגט ארויס חכמת התורה וכדומה איידער ווי גלייך נאך פארמאכען דער מאור ושמש זיך אריינטוהן אין ביקורת המקרא.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 328
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך יוני 10, 2015 10:45 am

אויבערלענדער, יישר כוח פאר דיינע הערות און מראי מקומות!
ביזט גערעכט אז א חכם דארף נישט שפרינגן ביז דארט און דורכאקערן ביקורת תנ"ך. די צוויי מראי מקומות וועלכע כ'האב אנגעגעבן אויף ביקורת תנ"ך (דזשעימס קוגל'ס בוך און די וועבסייט "די תורה") זענען ביידע מעשי ידיהם פון זעלבסט-אידענטיפיצירנדע ארטאדאקסן און שומרי תורה ומצוות און דעריבער האב איך זיך ערלויבט זיי ארויפצולייגן אויף די ליסטע, בפרט ווען זיי זענען נישט אזוי ווייט עוסק און ציען מסקנות ווי אין אהערשטעלן פאר די ליינער די פערספעקטיוון פון מאדערן-סקאלערשיפ און וויאזוי אן ארטאדאקסישער איד זאל זיך מתייחס זיין דערצו.
וועגן קול אשה - איר זענט גערעכט, כ'וואלט עס געמעגט דערמאנען.
אגב, ביידע ביכער פון מארק שפירא וועלכע כ'האב אויסגעלאזט אין דעם אשכול, האב איך בשעתו דערמאנט אין א תגובה אין די אשכול איבער אים (viewtopic.php?p=3253#p3253).
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4114 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך יוני 10, 2015 10:49 am

אגב, אז די טעמע איז שוין יא אויפן טיש: מ'האט דערמאנט הרהורים (torahmusings.com). דארט שרייבט א פראפעסאר יהושע בערמאן איבער דעם נושא, ס'איז כדאי צו קוקן אויב איינער איז אינטערעסירט. http://www.torahmusings.com/author/jberman/
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4114 מאל

נקרא "הקדוש" כי כשישליך מעל פניו השקר אין ספק כי קדוש הוא

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » מיטוואך יוני 10, 2015 11:16 am

ר' יידל,
איך מוז אייך זאגען אז איך בין נתפעל געווארען ווי איר האט נישט געלאפען לאוקמי גברא אחזקתיה שהאדם עומד בדיבורו און איר האט מקבל געווען. איך וויל נאר קלאר מאכען צוויי נקודות:
1- אין יעדער ענין איז דא א מיטל וועג און חוץ פון מיין קריטיק אויפן ארויפברענגען דער ענין פון ביקורת המקרא, ליגט אין מיין ווערטער אויך א קריטיג אויפן אויסלאזען דער מיטל וועג - דהיינו די ארבעט פון רבי דוד צבי הויפמאן און אפילו רבי יעקב קמנצקי. פאר איינער וואס האט נאר געלערענט מאור ושמש און דברי יואל איז אפילו א ספר ווי אמת ליעקב א ריכטיגע התחלה.
2- נאר אן ענין וואס איז נישט גענוג קלאר אין מייט "קריטיק" איז אז איר האט אויסגעלאזט אלעס וואס איז נוגע צו "גמרא, ראשונים, און הלכה". איך קלער אז עס ליגט נאך א טיפערע זאך דא. מען קען אנקוקען "אויפגעקלערטקייט" ווי א זאך וואס איז דא צו צוברעכען אונזער חינוך און סותר זיין וואס מיר האבען געלערענט. אדער קען מען עס אנקוקען פון אן אנדערער שפעקטיב. מען קען מיט פרישע ידיעות און מטודען (methodology) גייט ווייטער און טיפער אין אונזער לימודים און ידיעות. אריינרעכענען די רבי רבי מלך'ס ביכער אויף אמונה (גאר א שטארקע בוך) און אויף פנימיותדיגער צנזור (גאר א קנאפע בוך צו מיין אכזבה) און אויסלאזען זיין ספר אויפן רמב"ם (א ספר יסוד פאר איינער וואס וויל עפענען די אויגען בדרכי הלימוד החדשים) און אפילו אויף רבי יחיאל יעקב וויינבערג מיינט צו זאגען אז מען זוכט זיך צו פארברייטערען אין א וועג וואס וועט צוברעכען דער עבר און נישט "פארברייטערען" דעם עבר.
בדרך כלל, אקאדאמישע בליק אויף גמרא און ראשונים איז נישט אזוי שווער נפשיותדיג פאר א מאמין. נאך מער ווי דאס עס קען געבען א נייע געשמאק אינעם לערנען. מען קען גיין צום שיעור אין זעהן נייע גילויים אין יעדער גמרא און ראשונים וואס מען האט קיינמאל באמערקט ביז היינט.
בקיצור: איינער וואס זוכט תירוצים אפצולאזען די "סיסטעם" מוז זיך באוואפענען מיט ידיעות וואס צוברעכען איר, אבער איינער וואס וויל דערקוויקען זיין זעהל וואס שטרעבט עפעס מער, קען זיך אנזאפען מיט ידיעות וואס זענען נישט אפאליגעטיג (שנפש היפה בוחל מהם) נאר געבויט אויפ'ן ריינעם אמת און דאס קען עם געבען א נייע געשמאק אין זיין דרך החיים.
פון איירער ליסטע, רבי יידל, האט מיר אויסגעזעהן ווי איר ווייזט א וועג אויף צוברעכען און נישט אויף צו בויען. ביטע אנטשולדיג מיר אויב מיין רייד איז צו שארף. איך האב זיך ערלויבט אזוי צו שרייבען ווייל איך זעה אז דער אמת איז מער אינטערסאנט פאר אייך ווי אייערע כבוד. עס דערמאנט מיר די ווערטער פון רבי אברהם בן הרמב"ם וואס זאגט אז רבינו הקדוש ווערט אנגערופען קדוש צוליב דעם וואס ער האט מודה געווען אויפן אמת, כלשונו: והתבונן חכמת זה הסוד כי רבי לא פסק כדעת חכמי אומות העולם אלא שהכריע דעתם מדעת שיקול הדעת בראיה שזכרנו, זהו שאמר "נראין דבריהם" הוא מלה מורה על הכרעה, ואילו נתברר לו בוודאי ובראיה שגלגל חוזר ומזלות קבועים היה פוסק הלכה כמותם, כאשר עשה זולתו מן החכמים זכרונם לברכה בדעות אחרות ואמר נצחו חכמי אומות העולם לחכמי ישראל, ובאמת נקרא אדון זה רבינו הקדוש כי האדם כשישליך מעל פניו השקר ויקיים האמת ויכריענו לאמיתו ויחזור בו מדעתו כשיתבאר לו הפכה אין ספק כי קדוש הוא, עכ"ל.
ייש"כ וכט"ס
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 328
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך יוני 10, 2015 1:48 pm

@אויבערלענדער חכם,
די סיבה פאר דעם אשכול - כאטש ס'איז אפשר געגאנגען גלייך צו ווייט - איז געווען כדי צו רעדן צו יעדער מענטש וואס איז נמאס פון אונזער סיסטעם, השקפה, והסתכלות האמונה באלקי ישראל.

יעצט אוודאי זענען דא מענטשן וואס זוכן קודם צו מבסס זיין די יסודות. דהיינו, געוואר ווערן די היסטאריע אונזערע, ארויסהאבן די דרך פונעם תלמוד והרמב"ם, פארשטיין די כוונת הכתוב [און נישט זען צו ס'איז דא ביקורת דערויף אדער נישט]. פאר אזעלכע מענטשן דארף מען האבן מראה מקומות ווי דו האסט צוגעצייכנט וכעי"ז.

אבער פון די אנדערע זייט זענען דא מענטשן, וואס אדאנק זייער זיך אפשאקלן פונעם סיסטעם, איז יעדע זאך - וואס זיי האבן אנגעקוקט ביז יעצט אלס ריכטיג און וואר - בחזקת ספק גדול. די תורה סאונט מאדנע, די בליק איבער גוים איז קאמפליטלי אנדערש, דער אתה בחרתנו מיינט נישט אים, און דער גאנצער גאט איז ביי אים נישט קיין דבר ברור ומובן מאליו. אזוי אויך איז ער אזוי שטארק נמאס פון וואס ער האט ביז יעצט געלערנט, אז ער זוכט זיך אנצופילן מיט כל סוגי וועלטליכע ידיעות כדי צו מחפה זיין אויף אלע יארן וואס ער האט פארפאסט. פאר אזא איינעם האט @יידל צוגעשטעלט א הערליכע טשארט פון וועבזייטלעך און ביכלעך וכו' וואו א מענטש קען זיך אנפילן נפשו הנפצעת מיט ידיעות שונות, וואס זענען נאך אין גדר פון אידישקייט.

יידל רעדט נישט דווקא צו אפיקורסים, עס זעט מיר אויס ווי ער רעדט צו מענטשן וואס זענען גענוג אנגעגעסן מיט אונזער.... אז זיי זוכן אלעס קאפויער און זיי האבן נישט די כלים דערצו. און יידל'ס לאנגע ליסטע וועט זיי באפרידיגן אויף א פארהעלטנמעסיגער 'על טהרת הקודש', לעומת ווען זיי זוכן זיך אליינס תירוצים וידיעות שונות, וכ"ש ווען זיי דרייען זיך ארום פארלוירן אויפן וועלט אנעם זוכן תירוצים בכלל. כנלענ"ד בבירור דעת יידל.

כ'האב אפשר צופיל מלמד זכות געווען אויף יידל'ן, וואס איז ביז היינט אויך געווען באוואוסט פאר א ריכטיגע חוקר אן געבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם [א שיינע וועג ארויסצוברענגען קריטיק...], אבער דער פאקט איז אז דערפאר קען מען נישט עכט האבן טענות, און אדרבה מען דארף אים דאנקן פאר דעם הערליכן ארבעט. אזויפיל יא, ס'וואלט געווען א גוטע זאך אז יידל זאל שרייבן אין זיין הקדמה, צו וועם זיינע מראה מקומות זענען געווענדעט. דהיינו, צו מענטשן וואס האלטן ביי שלב ה' - נאכן פשוט איבערהיפן שלב ב' - ג' - ד', וואס פאר זיי איז דא מער 'קאנסערוואטיווע' מראה מקומות וואו זיך אנצופילן מיט ידיעות והסברים בה' ותורתו.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14654 מאל

הודעהדורך נופת צופים » מיטוואך יוני 10, 2015 2:11 pm

נופת צופים האט געשריבן:איך האב געמאכט א פידיעף פון יידל'ס תגובה. איז דא א וועג צו בייפעסן דעם לימיט אויפ'ן פייל סייז פון א האלבע מג?

=========

געלונגען ארויפצושטעלן!
דא האט איר.


download/file.php?id=20404
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 758 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך מפוזרי » מיטוואך יוני 10, 2015 3:59 pm

כיהודה ועוד צו די פריערדיגע מעירים, יידל איז אונז געקומען ארויסהעלפן פון אונזער פארמאכטער ארימער קולטור און צייגן א למעשה'דיגע וועג צו ווערן מער וועלטליך סיי אין די ברייטע אידישע קולטור והן בנוגע צו דער אלגעמיינער וועלטליכער קולטור.
וואס מ'דארף מוסיף זיין איז אז ס'דא נאך א פריערדיגער פאזע אין וואס מ'דארף זיך אויסבילדן, און דאס איז אונזער אייגענער שטרענג ארטאדאקסישער קולטור וואס איז נאך גענוג רייך און פילפארביג, און אין דעם אליינס זענען מיר אויך מורא'דיג פארמאכט און פארארימט.

וואלט געווען א געדאנק צו מאכן א למעשה ארטיקל אויסצוברייטערן די האריזאנט על טהרת הקודש.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 629
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1023 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך יוני 10, 2015 6:46 pm

לאדנט אראפ א פדף פון אויבן הצלחה.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4433 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6222 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך יוני 10, 2015 7:08 pm

שלום עליכם כבוד הרב @אויבערלענדער חכם. איר זענט גערעכט אז יעקב כדורי (דזשעימס קוגל)'ס בוך איז אפשר א טריט מער ארויס, אבער יעצט, בפרט אז ביבל-קריטיק האט גענומען א שטארקן אויבן-אן אין די לעצטע יארן, איז עס א ספר יסוד פאר דער וואס וויל עס פארשטיין, און נאך דערצו דאס עסן פון אן ארטאדאקסישן לעפל.

איר דערמאנט תלמוד בבלי, איז אוודאי וויכטיג צוצולייגן "מקורות ומסורות" פון הרב דוד ווייס הלבני.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6594 מאל

דרך המלך נלך לא ניטה ימין ושמאל

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:03 am

ר' ראובן (ביטע קען איינער מיר ווייזען ווי אזוי מען טעגט?) עס זענען דא עטליכע סטאנציעס ביז מען קומט אן קיין דוד הלבני ווייס, מסורות התורה שבע"פ פון הבלין איז כדאי צו לערנען ערשט וכו'. מען דארף נישט לויפען פונעם חידושי סוגיות ביז הלבני. איך האב אפילו חרטה אז איך האב דערמאנט ליברמן. גראדע דער וואס האלט יא אויפן מדרגה זיך צו מתמודד זיין מיט הלבני, זאל אויך וויסען פון שמא פרידמאן. עס דאכט מיר אז ער איז נאך מער צו דער זאך. אבער אלע די זאכען דארף מען צונעמען לכל הפחות אזוי ווי מען צונעמט א קצות. זיי זענען נישט קלוגער פון רבי עקיבא אייגר וכו'. על זה נאמר זורק את הקליפה ואוכל את הפרי. איך האב שוין דערמאנט אז פרופסר חיים הלוי סולוביציק בנו יחידו של הגרי"ד מבוסטון איז אויך א חוקר און ער איז משכמו למעלה גבוה מכולם אין זיין גדלות בתורה. זעלטן וואס מען טרעפט א חוקר בחסד עליון וואס פארשטייט גוט לערנען.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 328
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:13 pm

מ'האט דא דערמאנט א מעשה מרב"ב לגבי זמירות נשים. אינעם בוך "ושמחת בחייך" איבער הרב פנחס טייץ געשריבן דורך א טאכטער שרייבט זי אז די געשיכטע איז געווען ביי איר זיידע הרב פרייל דער רב פון עליזעבעט און שווער פון ר' פנחס.
ווען רב"ב איז געווען ביי אים אויף שבת צוזאמען מיט א תלמיד/באגלייטער און ביי די זמירות האבן די טעכטער מיטגעזינגען כמנהגם וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין זין האט דער באגלייטער געוואלט מעורר זיין האט אים רב"ב אפגעשטעלט זאגנדיג "ס'איז גארנישט זיי זאגן זמירות מיט א ניגון".
דערציילט זי ווייטער אז איר מאן האט עס דערציילט א געוויסן ר"מ און יענער האט מפרסם געווען אבער גענוי קאפויער! עכ"פ דאס איז דער מקור הסיפור.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 629
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1023 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

בחורים וגם בתולות

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:28 pm

ייש"כ פאר דער געוואלדיגען מראה מקום
בייגעלייגטע פיילס
הרב ברוך בער.PDF
דא האט איך דער מראה מקום
(180.54 KiB) אראפגעלאדנט 136 מאל
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 328
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:56 pm

מפוזרי האט געשריבן:מ'האט דא דערמאנט א מעשה מרב"ב לגבי זמירות נשים. אינעם בוך "ושמחת בחייך" איבער הרב פנחס טייץ געשריבן דורך א טאכטער שרייבט זי אז די געשיכטע איז געווען ביי איר זיידע הרב פרייל דער רב פון עליזעבעט און שווער פון ר' פנחס.

ווען רב"ב איז געווען ביי אים אויף שבת צוזאמען מיט א תלמיד/באגלייטער און ביי די זמירות האבן די טעכטער מיטגעזינגען כמנהגם וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין זין האט דער באגלייטער געוואלט מעורר זיין האט אים רב"ב אפגעשטעלט זאגנדיג "ס'איז גארנישט זיי זאגן זמירות מיט א ניגון".

דערציילט זי ווייטער אז איר מאן האט עס דערציילט א געוויסן ר"מ און יענער האט מפרסם געווען אבער גענוי קאפויער! עכ"פ דאס איז דער מקור הסיפור.

אפיציעל דערציילט מען אויף רבי עובדיה יוסף, אז ער פלעגט אין די יונגערע יארן הערן מוזיק מיט געהעריגע שירת נשים, מיטן היתר פון נישט וויסן ווער די זינגערין איז, און אזוי אויך האט ער געוואלט הערן דעם 'ניגון' און לאו דוקא דעם 'פרוי'. איך באשטעטיג דאס נישט, והדבר טעון בירור.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14654 מאל

הערט א מעשה בנוגע הרב עובדיה וקול באשה, דערציילט דורך רוני ש

הודעהדורך מבקר » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:10 pm

לפני כ-25 שנה, אז הייתי בחור ישיבה, אירע לי מקרה שבדיעבד ממחיש יותר מכול את גדולתו של הרב עובדיה יוסף. תחילתו בקלטת של הזמרת המצרית אום כולתום


אום כולתום. העניין המגדרי לא היה כלל בתודעה
סבי הרב אהרן שויקה זצ"ל הביא בשנת תש"ז את הרב עובדיה יוסף, אז אברך בישיבת פורת יוסף, לכהן כדיין בקהיר וכרב בישיבת אהבה ואחווה. מאז נקשרו בין הרב עובדיה לזקני קשרי ידידות אמיצה. כנער, זכיתי לראות את הרב עובדיה פעמים רבות. אמנם המעשה ששב ועולה בזיכרוני בימים אלה אינו כרוך בפגישה עמו פנים אל פנים דווקא, ואף על פי כן, הוא הותיר בי רושם לשנים רבות.

לפני כ-25 שנה, אז הייתי בחור ישיבה, היה הרב מתפלל בבית כנסת קטן שהקצו לו בקומת הקרקע של בית הכנסת הגדול בירושלים. דודי היה אז רגיל להסיע אותו ברכבו כל בוקר לתפילת שחרית ולהחזירו לביתו. יום אחד פנה אליי דודי בבקשה: כאשר אני מסיע את הרב, הוא מבקש לשמוע מוזיקה טובה, ואין לי מה להשמיע לו. יש לך משהו מתאים?

המבחר גדול, אבל לא התלבטתי יותר מדי. נתתי לו קלטת שירים של אום כולת'ום שכללה אוסף מהשירים היותר מוקדמים שלה שהוקלטו בסוף שנות ה-20 ותחילת שנות ה-30 של המאה הקודמת. הבטחתי לו שעם הקלטת הזאת, הוא יכול להיות רגוע לגמרי.

לאחר כמה שבועות נפגשנו, ושאלתי אם אוכל לקבל את הקלטת בחזרה, כיוון שלא השארתי ברשותי עותק ממנה. דודי ענה במבוכה שעוד ביום הראשון שהוא השמיע לרב את הקלטת במכוניתו, הרב התרגש: "מאין יש לך את זה? אני אוכל לקחת אותה?". דודי כמובן לא סירב, והרי היא אצלו. הצער שהצטערתי לרגע על הקלטת שאבדה בטל מיד בעונג שהרגשתי על שהצלחתי לקלוע לטעמו של הרב.

על מה בדיוק חשבתי?

מדוע הסיפור חזר ועלה בזיכרוני? בכך שהרב עובדיה היה חובב נלהב של מוזיקה ערבית אין כמובן כל חידוש, והדבר ידוע שהוא היה מאזין גם לאום כולת'ום. בפרספקטיבה לאחור, הדבר המפתיע אותי כיום הוא שכאשר התלבטתי אם למסור לו קלטת של אום כולת'ום או של מוחמד עבד אל וואהב, לא עלה בדעתי כלל שאולי ישנה בעיה כלשהי למסור למי שהיה הראשון לציון והרב הראשי לישראל קלטת של זמרת. בחרתי אז בקלטת של אום כולת'ום כיוון שהיא כללה אוסף של הקלטות נדירות יותר, וחשבתי שקיים סיכוי מסוים שהרב עדיין לא שמע אותם. העניין המגדרי כלל לא היה בתודעתי.

ושוב, במבט לאחור, לכאורה הייתי צריך להיות רגיש יותר. הרי הלכה פסוקה בשולחן ערוך (אבן העזר סי' כ"א) כי "אסור לשמוע קול ערוה". ואף הרב עובדיה יוסף עצמו נזקק לשאלה זו כבר בספרו הראשון (יביע אומר ח"א, סי' ו): "בדין קול זמר של אשה בגרמפון או ברדיו, אם יש בו משום קול באשה ערוה, וצריך להזהר שלא לשמעו בעת קריאת שמע ותפלה", ופסק שם להתיר אם אינו מכיר את הזמרת והוסיף שם שאם מכיר תמונתה יהיה אסור. אמנם ביביע אומר ח"ט סי' ק"ח חזר בו ופסק שאם ראה תמונתה, עדיין אינו חשוב כמכירה, אלא "כשראה אותה בחיים חיותה במלא קומתה".

אפשר להוסיף ולפלפל בדין זה מכמה צדדים, כגון ההפרש בין זמן קריאת שמע לתפילה לזמן אחר ואם בראייה כלשהי, יהיה חשוב כבר כמכירה אף אם אינו זוכר את דמותה, ומה הדין במקרה שהזמרת כבר אינה בחיים ועוד ועוד. אלא שאין זה המקום ואף איני ראוי לכך. הדבר הברור והמפורסם הוא שהרב לא נמנע מלהאזין לאום כולת'ום, יהיה הדבר איך שיהיה. וכך היה לי פשוט אז, אף מבלי ידיעה ברורה, בחינת "תומת ישרים תנחם".

לכל שאלה תשובה

וזו הנקודה החשובה: למתבונן מבחוץ תשובותיו הארוכות והמפותלות של הרב עובדיה יוסף יכולות להיראות לעתים כשעשוע אינטלקטואלי המתערסל בים התלמוד וההלכה, מתוך פינוק של שכל חריף ובקיאות רחבה. הרב מרצה את טיעוניו וראיותיו כמולטי-מיליארדר המפזר את מעותיו. ייתן כמה שייתן, תמיד יוכל להוסיף ולהשפיע.

אבל הרב עובדיה לא עסק רק בעיון תלמודי טהור ואף לא השקיע את כל כוחותיו בכתיבת שולחן ערוך חדש. הרב כתב תשובות. כל תשובה היא מענה לשאלה שנשאלה, תגובה לאירוע שקרה, פיסה של מציאות מהעולם האמיתי. והרב עובדיה חי מציאות זו בכל יופייה והדרה, עם כל חושיו והרגשותיו. אמת, תשובותיו של הרב נשארות עמנו. אבל האם מתוך הקריאה בתשובה על האזנה לקול זמר של אישה בגרמפון נוכל להרגיש את אהבתו הגדולה של הרב למוזיקה? האם נרגיש את הנאתו הרוחנית מאמנות טהורה הפורטת על נימי הנפש של כל אדם באשר הוא אדם, אהבותיו ואכזבותיו, תשוקותיו וגעגועיו, וזאת ללא רגשות אשם ונקיפות מצפון, ללא אפלוגטיקה ונמיכות רוח, אלא מתוך רגש חיים טבעי ובריא, שלו ובטוח בעצמו? " למתבונן מבחוץ תשובותיו הארוכות והמפותלות של הרב עובדיה יוסף יכולות להראות לעתים כשעשוע אינטלקטואלי המתערסל בים התלמוד וההלכה, מתוך פינוק של שכל חריף ובקיאות רחבה. אבל הרב עובדיה לא עסק רק בעיון תלמודי טהור. הרב כתב תשובות "

ודאי, לא אלמן ישראל. עוד יש בנו ויהיו לנו גדולי תורה אשר יוכלו לעשות כדבר הגדול הזה - להשיב לשואליהם הלכה ברורה כיד ה' הטובה עליהם. אבל היכן נמצא כאלה שיכתבו את התשובה מתוך זיקה נפשית אמיתית לשאלה המגיעה מחוץ לבית המדרש? איה הישיבות שבהם מגדלים רבנים כאלה? והרי דעת לנבון נקל שהמעשה שהבאתי לא ללמד על עצמו בלבד יצא. היכן נמצא עוד רבנים שייגשו להתיר עגונות של חללי צה"ל, ולהבדיל, ממזרים שנולדו בחטאי הוריהם, בכל כך הרבה כאב ואהבה?
הרבה יותר מכל מה שאפשר לדמיין, וכל שולחן שנערוך לא יוכל להכיל במלואו את הסעודה הגדולה שהחיים מזמינים לנו. ויום אחד נכניס קלטת לטייפ, ולא נשמע קול. ולא נשמע אישה. ולא נשמע ערווה. רק אום כולת'ום.

גענומען פון דא

ועיין פה
באניצער אוואטאר
מבקר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 337
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך מפוזרי » פרייטאג יוני 12, 2015 7:59 am

אויבערלענדער חכם האט געשריבן:ייש"כ פאר דער געוואלדיגען מראה מקום

דער בוך איז אויך ערשינען אויף ענגליש, דוכט זיך אז דארט שרייבט זי אז דער מאן האט עס דערציילט פאר א מסלף.
אגב, איז דער בוך א מוסטער ווי מ'קען שרייבן אויף א גדול דברים כהווייתן על טהרת הקודש, א ריכטיגער בליק אין זיין ליכטיגער מהות. נישט קיין געפרעדיגטער און איבירגעקייטער בילד, כנהוג במקומותינו.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 629
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1023 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

האמת גם בלשון הקודש

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » פרייטאג יוני 12, 2015 8:22 am

אין לשון הקודש ערשיינט אויך די חלק פונעם מעשה. אויב איר ווילט קען איך דאס אויך ארויף לייגען.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 328
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך מפוזרי » פרייטאג יוני 12, 2015 9:14 am

א ייש"כ פארן מאשר זיין. איך האב געליינט ביידע מהדורות און נישט געדענקט וואו איך האב עס געזען.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 629
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1023 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך מפוזרי » פרייטאג יוני 12, 2015 11:20 am

יידל האט געשריבן:אגב, אז די טעמע איז שוין יא אויפן טיש: מ'האט דערמאנט הרהורים (torahmusings.com). דארט שרייבט א פראפעסאר יהושע בערמאן איבער דעם נושא, ס'איז כדאי צו קוקן אויב איינער איז אינטערעסירט. http://www.torahmusings.com/author/jberman/

יידל; א אינטרעסאנטער אפהאנדלונג, אבער דער ציטאט פון ר' צדוק איז פון אינמיטן א פאראגראף, נישט ריכטיג געטייטשט, און פאלש אריינגעלערנט פשט אין זיינע ווערטער.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 629
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1023 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג יוני 22, 2015 2:40 am

צום סוף פון די פילמס דערמאנסטו עטליכע נישט קריטיש וויכטיגע סחורה.

פארוואס באטראכסטו זיי בכלל כולל צו זיין אין די רשימה? למלא את החלל (אין די טרערן אשכול האט עמיצער שוין דאס צוגעצייכנט) און אושפיזין זענען הערליכע הארציגע פילמס, אבער מיט וואס העלפט דאס אויף ארויסצוקריכן פון פארמאכקייט? לענ"ד גאר פארקערט, למלא את החלל נעמט דער מושג פון חתונה האבן מיט א פארשטארבענע ווייב'ס מיידל-שוועסטער פאר דעם בלויזן סיבה ווייל זי האט איבערגעלאזט א קינד - א זאך וואס קען לכאורה צוגעשריבן ווערן דווקא צו די פראבלעמען פון אונזער סיסטעם - און לייגט דאס אראפ מיט אזעלעכע טיפע גלאנציגע פארבן ווי א גרויסע אידעאל עס איז.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1636
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1104 מאל

הודעהדורך יחיאל יעקבזון » דינסטאג יוני 23, 2015 4:08 am

מיינע צוויי צענט
דער חינוך סיסטעם ברויך א מעידזשור אווערהאול. משה אמת ותורתו אמת איז וואס מיר גלויבן ואין צריך ראי׳. וואס חז״ל ואחריהם האבן אונז איבערגעלאזט איז אונז גענוג. סייענס ברויך ראיות צו מאמת זיין פראפאזיציעס, נישט אמונה בה׳ ותורתו. אויפגעקלערט זאל מען זיין אין אלוועלטליכע זאכן דהיינו שטודירן מאטעמאטיקע, היסטאריע אביסל, אסטראנאמיע, אסטראלאגיע און אנדערע סיינעטיפישע לימודים. ערנסטע געבילדעטע לייט האבן קיין צייט פאר נאוועלן און נארישע קינדערישע מואוויס. די זאכן זענען גוט צו שטופן צייט פאר נידריג קלאסיגע לייט, נישט פאר אינטעלעקטואלן. אויב רעדט מען דא צו די נידעריגע עלעמענטן פארשטיי איך נישט וואס רוב פון אייך זוכן דא...
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דינסטאג יוני 23, 2015 9:18 am

@יידל די צווייטע ליסטע קומט נאך?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1644
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6044 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2037 מאל

Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי

הודעהדורך יידל » דינסטאג יוני 23, 2015 9:25 am

גראדעמעכעלע האט געשריבן:@יידל די צווייטע ליסטע קומט נאך?

אי"ה
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4114 מאל

תלוי ברצון ה'

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » דינסטאג יוני 23, 2015 9:58 am

יידל האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:@יידל די צווייטע ליסטע קומט נאך?

אי"ה

אויב אזוי קומט עס נישט :lol:
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 328
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט