וואס איז ניי-עס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

וואס איז ניי-עס

שליחה דורך דולה ומשקה »

קלויזענבורגער רב זצ"ל איז מחנך א שפיטאל - ניין, נישט לאניאדא שפיטאל אין נתניה, ארה"ק, און נישט דער קלויזענבורגער רב וואס איר קענט, נאר הרב ר' עקיבא גלאזנער, נכד מרן החת"ס, און די יאר איז תרצ"א --- דאס זענען די ווערטער פון הערשל ציג ווען ער האט מפרסם געווען זיין היסטורישע קליפ.

במה דברים אמורים

ניין, נישט דעם באקאנטן וועבזייטל, און נישט פון נייעס איז דער מדובר.
די רעדע דא איז פון א קליין געשעפט וועלעכע געפינט זיך אויף דרייצען עוויניו ציווישען 55 און 56 סטריט. דאס געשעפעט פארקויפט געטראנקען, ליין מאנטריעל (בתוכם: שטערן שפאקטיוו ר"ל) וכדומה דברים של מה בכך. דער געשעפט וואס איז א יאר מיט א האלב אלט, ווען זי וואלט זיך געפונען אין ווילימסבורג וואלט דאס שוין לאנג געוועהן אראפ געברענט, מחאות וקול קורא'ס אפגערעט. אינמיטן העלן טאג כאפט דאס נישט קיין באזונדערע אויפמערקזאם.

אבער פאהר נאר אדורך פין צוועלף אזייגער ביז פיר פארטאגס, וועט זיך קלאר ארויס שטעלן וואס דער געשעפט ברענגט מיט מוט זיך, חבורות וחבורות שונות פון בחורים וואס זענען ארויס געפאלען פון די "סיסטעם" הן מטעם די ישיבה הן מטעם הויז פראבלעמען, זה בכה וזה בכה, זיי האבן זיך גרופירט אט ארום דעם געשעפט.

די תוצאות אז איבער 6 יונגע בחורים אין מיידלעך וועלכע וואוינען אויף די ארומעגע גאסן זענען רח"ל געגעבן א גליטש מיט א שנעלע טעפו, ביז היינט איז דער געשעפט געוועהן א "נאר מאן פערזאהן קלאב", אבער זיי האבן זיך צוגעטשעפט צו די מיידלעך וכו' וכו' וענין לענין באתו ענין, אין איינס שלעפט דער צווייטע.

לעצטע וואך פרשת שלח איז אפגעהאלטן געווארען א אסיפה בבית רבי דוד אייכענשטיין הרב מבורשטין אינאיינעם מיט רבי יחזקאל ראטה, אונגווארע רב, אייזענשטאטער רב ועוד מיט עלטערן ובראשם דער בעל הבית פון דעם געשעפט. און מ'האט דן געוועהן בכובד ראש ווי אזוי מטכס עצה צו זיין אויף דעם אנטשעפע נישט.

דער בעל הבית און דער וואס שטייט אונטער דער געשעפט איז יענקע גערמאן בן הרב החסיד רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א מחבר ספרים יקרים.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר