ברוכים הבאים צו .Nachas, Inc

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ברוכים הבאים צו .Nachas, Inc

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:11 pm

ברוכים הבאים צו אייער זוממער-טריפ צו אונזער פעקטארי. מאכטס אייך באקוועם, און לאמיך אייך געבן א טור אין די אפיסעס פון אונזער גרויסע פירמע, Nachas, inc.

ווי באקאנט איז די עיקר תכלית פאר א מענטש אויף די וועלט צו האבן הנאה און פלעזשור. ביי אונז איז דא די מושג פון פלעזשור וואס ווערט גערופן "נחת". כדי צו קענען נהנה זיין פון די וועלט און צו ערפילן אונזערע תאוות, האבן מיר – איך און מיין שותף, מיין ווייב תחי' – אויפגעבויט א נחת פעקטארי, און פון דעם האבן מיר אונזער הנאה.

אונזער נחת פעקטארי האט קע"ה 7 נחת-מאשינען, דריי גרעסערע און פיר קלענערע. און די מאשינען ארבייטן 24/7 צו פראדוצירן פאר אונז הויפענס פון נחת.

קודם האבן מיר פיר קלענערע נחת מאשינען 10, 7 און 6. וואס יעדע מאשין מאכט נחת אויף זיין שטייגער. און נאכדעם א פיצקעלע נחת מאשין וואס מיר האבן איינגעהאנדעלט א יאר צוריק. די ערשטע יאר איז שווער מיט די מאשינען, מ'דארף עס אויפבויען וכדומה, אבער יעצט האלטען מיר שוין ב"ה ביי די שטאפל אז ס'פאנגט שוין אן צו פראדוצירן נחת.

אונזער 14 יעריגע מאשין ווערט גערופן "חני". ס'ארבייט ב"ה פיין אונז צו ברענגען גרויס נחת און הנאה. דורכ'ן טאג גייט עס אין א אנדערע פעקטארי וואס ווערט גערופן "סקול", און ס'פראדוצירט דארטן א געוואלד מיט נחת פאר די דארטיגע בעלי בתים, און פארשטייט זיך פאר אונז אויך. חני ברענגט אונז נחת דורך פאלגן אלעס וואס מ'הייסט עס, דורך זיך אנטוהן גענוי ווי מ'באפעלט, און דורך טוהן זאכן וואס אינטערסירט אונז. חני איז ב"ה א גוט געבויטע מאשין, און אלעס וואס ס'טראכט און חלום'ט איז נאר אונז צו ברענגען נחת.

אונזער 15 יעריגע נחת מאשין איז פעלערהאפטיג, און וויפיל מיר פראבירן עס צוריקצושטעלן אויף די פיס אז ס'זאל ווייטער פראדוצירן הויפענס מיט נחת גייט עס עפעס נישט. ס'וויל גיין מיט א קאטענע טלית קטן, ס'וויל גיין אין א ישיבה וואו מ'לערענט ענגליש, און ס'גייט נישט נאך אלע אונזערע מנהגים. פארשטייט זיך אז די פארקערטע פון נחת איז צער. אז מיר האבן נישט אונזערע עמערס פון נחת האבן מיר גרויס צער פון דעם. בכלל קענען מיר נישט פארשטיין ווי אזוי ס'האט די חוצפה צו האבן אייגענע רצונות, און ס'וויל נישט טוהן וואס זיינע בעלי בתים באפעלן.

אונזער גרעסטע מאשין איז שוין 17 יאר אלט, עס ווערט אנגערופן "שלמה". שלמה איז באאויפטראגט צו פראדוצירן נחת פאר אונז יעדן טאג דורך אויפשטיין באצייטענס, רעדן מיט דרך ארץ, און בעיקר נאכמאכן זיינע בעלי-בתים מיט אלעס וואס ס'טוט. דורכ'ן טאג גייט עס אריבער צו א אנדערע פעקטארי, "ישיבה" הייסט עס, וואס דארטען דארף עס אויך כסדר מאכן נחת פאר די בעלי בתים דורך לערנען שעות ארוכות, און טוהן אלעס וואס מ'באפעלט עס.

פאר אונז איז די ישיבה נחת אויך אייגענע נחת, ווייל ווען מ'הערט צוריק אז ס'מאכט נחת אין ישיבה, ברענגט עס אסאך פלעזשור און נחת פאר אונז.

שלמה איז שוין פראגראמירט געווארן אז אין א יאר ארום גייט עס אנפאנגען פראדוצירן שידוכים נחת, אז מ'זאל קענען טרעפן פאר עס א שידוך לויט ווי ס'וועט אונז ברענגען אסאך הנאה און נחת.

איר ווילט אוודאי ווילן וואס מיר טוען ווען איינע פון די נחת מאשינען ארבייט נישט געהעריג צו פראדוצירן נחת? איז אזוי, כ'האב מיך געלערענט אז אויב איינע פון די מאשינען מאלפאנקשענען, איז דא א פראצעדור וואס ווערט גערופן א "פאטש", וואס ווען מ'טוט דאס פאר די מאשין וועט עס געווענליך העלפן אז ס'זאל זיך תיכף צוריקכאפן צו פראדוצירן נחת. די מאשינען האבן געווענליך א טעכנישע רעאקציע צו די פראצעדור, און וואסער נעמט זיך פליסן דערפון פון צוויי אזוינע לעכערלעך, אבער תיכף נאכדעם כאפט זיך עס צוריק און פראדוצירט נחת ווי ס'דארף צו זיין.

מיין שותף אין די נחת ביזנעס האלט גראדע אנדערש. זי זאגט אז די פאטש פראצעדור ארבייט טאקע אויפ'ן פלאץ, אבער אין די לאנג ראן ווערן די מאשינען אפגעשוואכט פון דעם, און הערן אויף געהעריג צו פראדוצירן נחת. די שותף מיינע איז א מלומדת, זי האט שוין געהערט צענדליגע לעקציעס אויף די נושא פון פראדוצירן די מערסטע נחת וואס מעגליך, און זי האט אנדערע מהלכים ווי אזוי צו פאררעכטן די מאשינען. ס'הייסט "פיסכילאגיע" אדער עפעס אזוי, וואס מ'באציט זיך צו די נחת מאשינען שיין און מ'שעדיגט עס נישט פיזיש. דאס דארף צו העלפן אז די מאשינען זאל זיך צוריקכאפן מיט'ן פראדוצירן נחת. מיין שותף אין די ביזנעס האט מיר מסביר געוועהן אז עס נעמט טאקע אביסל לענגער ביז עס פאנגט צוריק אן צו פראדוצירן נחת, אבער איינמאל ס'איז צוריק, וועט עס אנהאלטן אסאך לענגער.

איך ווייס נישט אויב זי איז גערעכט אדער נישט, אבער מיר זענען ביידע מסכים אז די ציל פון .Nachas, Inc איז אז די מאשינען זאלן פראדוצירן די מערסטע נחת וואס איז שייך – מיר האבן נאר אנדערע מהלכים ווי אזוי אנצוקומען צו דעם.

ס'איז אינטערסאנט אז ווען מיר זעען אמאל אז א מאשין וואס פראדוצירט נישט קיין נחת און מיר זענען – פארשטייט זיך – בייז אויף די מאשין, ווייזט די מאשין א "ערראר" מעסעדזש ווי כאילו ס'פארשטייט נישט פארוואס מיר זענען בייז!! יא, א מאשין איז א מאשין, א קלאץ, און ס'פארשטייט נישט! גיי זיי עס מסביר אז די איינציגסטע תכלית פארוואס מיר האבן איינגעקויפט די מאשין פאר אונזער נחת פעקטארי איז דאך נאר אז ס'זאל פראדוצירן נחת!

א דאנק פאר'ן באזוכן אין אונזער פירמע. מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט!
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

Re: ברוכים הבאים צו .Nachas, Inc

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:34 pm

א גרויסע ייש"כ פארן שיינעם טור. ס'איז געווען זייער אינטרעסאנט און באלערענד. איר האט אלס אזוי שיין מסביר געווען און ערקלערט. פונדעסטוועגן מוז איך אייך זאגן; איך האב 'נישט' הנאה פון דעם פאבריק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מפוזרי אום דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:02 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:49 pm

כהאב טאקע נישט געפלאצט פאר געלעכטער אבער סהאט מיר געהאלטען אין איין קיזעלען... ליינענדיג פון די פעקטארי..

אבער ערנסט גערעדט פארוואס זאל זיך א טאטע פלאגען און שוויצען אראפ צו ברענגען קינדער אויף די וועלט? און זיי דערנאך אויס האלטען, קליידונג שכ״ל וכו׳? עפעס ערווארטונגען מעג. די טאטע האבען פון זיינע קינדער פאר דאס וואס ער האט זיך געפלאגט פאר זיי און אהערגעשטעלט א דאך איבערן קאפ ווי זיי זאלען קענען נעכטיגן, נישט אזוי? פארשטייט זיך אז נישט אלעמאל קען די קינד נאכקומען די טאטעס ערווארטונג צו ווייל די חלום איז צי הויעך, אדער ווייל די קינד איז צו נידריג אבער נארמיילווייז קענען קינדער נאכקומען וואס
מפארלאנגט פון זיי,

נישט אידישע טאטעס ערווארטען אויך פון זייערע קינדער עפעס איינער אוויל אז זיין קינד זאל זיין א דאקטער אדער א לויער אבער עכ"פ עפי״ר וויל יעדע טאטע אז זייערע קינדער זאלען נישט זיין קיין געמבלער אדער דראג עדיקט וכל מרעין בישין, איז עפעס ראנג דערמיט?

סתם צו מאכען ליצנות קענסטו אראפשרייבען וויאזוי די קינדער פארלאנגען פון זייערע עלטערן צו זיין זייערע עבדים ושפחות, שטיין צו די האנט ווי נאר מהאט פון עפעס מורא, און ארבעטן שעות אז מזאל קענען קויפען די זעלבע בייק וואס מושי האט אדער די זעלבע קלייד/ דאלי וואס חני האט באקומען...
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:52 pm

ס'איז דער טאטע'ס באשלוס צו אינוועסטירן זיין צייט און כח צו האבן קינדער און זיי נארמאל ערציען. אויב איז זיין כוונה דערמיט אז זיינע קינדער זאלן וועגן דעם זיין משועבד פאר אים און זייער תפקיד זאל זיין אים צו ברענגען נחת דעמאלטס איז ער א סתם א שלעכטער מענטש.
אבער דער אמת איז אז די אפטייטש פון דעם ווארט "נחת" איז אביסל טריקי. אז עלטערן זענען בעלי שכל און זיי באקומען נחת פון זעהן זייער קינד אויסוואקסן כדבעיא, און אנקומען אין לעבן ווי אזוי ער וויל, און ווי אזוי דאס קינד איז מחליט צו פירן זיין לעבן, דאן האבן די עלטערן אלע רעכטן ארויסצוקוקן און האפן אויף נחת. אבער די נחת פעקטארי רעדט פון די פארשפרייטע "נחת" וואס ווערט אפגעטייטשט ווי האבן קינדער וואס פירן זיך אויף און בויען א לעבן וואס געפעלט פאר זייערע עלטערן, און אויב זיי טוען אנדערש און טרעפן סיפוק און א תכלית אויף אנדערע אופנים, איז דאס שוין נישט קיין נחת.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

הודעהדורך Milk shake » פרייטאג יוני 19, 2015 12:05 pm

איך האב א שכן וואס האט אייביג געפרעדיגט אז זיין נחת איז א זיינע קינדער זאלן שטיין אויף זייערע פיס, און זיך פירן גענוי ווי זיי אליין ווילן, ער גייט זיי נישט ארויפצווינגען קיין לייף סטייל.
דער טאטע פרעדיגט שוין גארנישט דעם שיטה היינט, רוב זיינע קינדער פירן זיך טאקע גענוי אזוי ווי "זיי" ווילן, איין קינד באקומט גאר א שטארקע אויסצייכענונג, ווייל ער פירט זיך גענצליך פריי, שוין איבערגעפולטע נחת פאר זיין טאטן, און וחוי ס'קוקט אויס גייען זיינע קינדער אויך ברענגען פאר אים ענליכע נחת.
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג יוני 19, 2015 1:48 pm

הרב מילך שאקלער דו האסט א שווארטץ און ווייס בליק אויף די גאנטצע נושא, אדער א נחת מאשין אדער פריי!! דו קיקסט עס אן צו בלענק ס'זעכער דא א מיטל וועג, מען דארף עס בעלאנסען. די בעלאנסד וועג איז לדעתי עקזעקטלי די וועג וויזוי אונדס באציה מיר זיך צו אונדז אליינס, ווען מיר טון עפעס שלעכט ווערן אונדז אפגעפרעגט? אוודאי נישט ,איך ווייס וואס איז שלעכט און גיט און איך מעג טון א מיסטעיק!!

אזוי דארפן מיר זיך באציען צו אונזערע קינדער, זיי לערנען וואס איז גיט און וואס איז ראנג, און עטס זענטס נישט קיין מאשינען עטס מעיגטס מאכן א טעות, און ס'גייט קיינעם נישט שטערן אז עטץ מאכטס א טעות, מיש איבער די פעידז און פאר ווייטער, זיי דיין אייגענע נחת מאשין, נישט מיין!! און דאס טאקע איז מיין נחת אז דו ביסט אנדיפענדעט!!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1762
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 896 מאל

הודעהדורך diff » פרייטאג יוני 19, 2015 2:28 pm

ס'דא א סיבה דאס וועלען נחת. און אז א קינד איז שוואך געבויט
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

הודעהדורך נאסע ליילעך » מוצ"ש יוני 20, 2015 10:47 pm

מוראדי'קע רייד 'שיטה מקובצת', יור הילעריעס. Some people just don't get it (איך מיין די ראגירער...). קיעפ אפ!.
באניצער אוואטאר
נאסע ליילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 11, 2015 8:30 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג יוני 21, 2015 12:23 am

קאמענטירער האט געשריבן:אבער ערנסט גערעדט פארוואס זאל זיך א טאטע פלאגען און שוויצען אראפ צו ברענגען קינדער אויף די וועלט? און זיי דערנאך אויס האלטען, קליידונג שכ״ל וכו׳? עפעס ערווארטונגען מעג. די טאטע האבען פון זיינע קינדער פאר דאס וואס ער האט זיך געפלאגט פאר זיי און אהערגעשטעלט א דאך איבערן קאפ ווי זיי זאלען קענען נעכטיגן, נישט אזוי?


ער דארף נישט, ווער צווינגט אים? אה, מצות פריה ורביה? זאג נאר, פון פאסטן יום כיפור האט ער אויך נחת אדער דארט פארשטייט ער אז מצוות לאו ליהנות נתנו?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2670
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2775 מאל

Re: ברוכים הבאים צו .Nachas, Inc

הודעהדורך גיב א שמייכל » זונטאג יוני 21, 2015 9:25 am

@שיטה מקובצת אויף וויפיל איך האב פארשטאנען קוקט אויס אז נחת'ל נומ' 15 האט דאס מעגליכקייט ציצוקומען דא אויף קאווע שטיבל, איצטער אויב אזוי לאמיר האפן אז ער וועטאס זען און פארשטיין און זיך פארבעסרן.
[ אויב זעסטו א שינוי פארשטיי אז ער איז דא מיט אונז אויף קאווע שטיבל...]

'אז א מענטש איז א שמח כל ימיו, ער קען זיין א משפיע'..!! (מתוך דברי ר"א מילר)
גיב א שמייכל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 9:38 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך Milk shake » זונטאג יוני 21, 2015 1:35 pm

קאצקע, איך פארשטיי אויך אז ס'איז דא א מיטל, וועג, נאר אזוי ווי דער מאמר איז געשריבן געווארן צו איין עקסטרעם, האב איך אנגעכאפט א לעבעדיגע משל פון אנדערן עקסטרעם, והוא פשוט.
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך יחיאל יעקבזון » מאנטאג יוני 22, 2015 9:42 am

בס״ד
כ׳האב הנאה אז ס׳איז בכלל א טעמע ווייל ס׳פאראן מאנכע לייט וואס פראדוצירן די מאשינדלעך אהן קיין ציהל. בעצם זיי זעלבסט האבן אויך קיין ציהל. א שטייגער פון א רעפראדוקציע מאשין וואס דאס גופא איז דער תכלית -- ריפראדוקשען -- א שטייגער פון אף צבת בצבת עשוי׳.
יאהרן ערפארונג מיט פארשידענע ערליי מאשינען און מאשינדלעך און א היפשע פאהר יאהר אין די אז״ג חינוך איינשטאלטן (״נחת פעקטאריס״) ווי אויך זייענדיג אן עומד ע״ג אונטערלינגן, בנוסף צו מיין אייגענע באשיידענע נחת פאבריקל און אירע געציילטע פּראדזשיניס (ריפראדוקציעס) האט מיר געלערנט אז די אלע אויבנדערמאנטע זאכן זענען טאקע לא זה כראי זה וכו׳ אבער הצד השוה שבהם איז ס׳פאלגענדע:
1) מיט בריקן און שטויסן פאררעכט מען גארנישט, כאטש אז ס׳קוקט אויס אז ס׳האט צוריק אנגעהויבן ארבעטן. געוועהנליך געלונגט דאס נאר לפי שעה; אויך קומט מיט די פראגע, ״אבער וואס איז דער ׳פָאני׳ נויז?״ (כ׳פארשטיי גראדע נישט וואס איז אזוי פאני)…
2) אן ערפארענע מעכאניקער ווייסט אז אמאהל איז עס בלויז א לויזע חיבור (קאנעקשאן) כאטש אז אנדערע טעכניקער שווערן אז ס׳דארף א מעידזשאר אווערהאול (איבערבוי). אגב, כ׳האב אמאהל פארלוירן מיין דזשאב ווייל מיין באלעבאס — א געזונטע קרוק, האט געוואלט איך זאל פארקויפן א נייע מאשין פאר א פאבריק צו ערזעצן די צובראכענע... למעשה האב איך אין ווייניגער ווי פינף מינוט און מיט א הוצאה פון צוויי דאלער, בערך, פארראכטן דעם צעהנדליגער טויזענט דאלארדיגע אפאראט און פארמיטן עגמת נפש פאר א איד. כ׳האב טאקע פארלוירן מיין דזשאב, אבער ס׳איז געווען אֵין לשער די הנאה וואס כ׳האב געהאט צו איבערצייגן זיך און דעם בעל הפאבריק אז איידער מ׳גייט אויפגעבן, קען מען אמאהל דורך אביסל צולייגן קאפ אנערקענען אז ס׳איז בלויז א קלייניגקייט און גאנץ גרינג צורעכט צושטעלן.
3) מאנכע מאשינען זענען מאלטי-פּורפּאס (טוהן מער ווי איין פעולה מענין לענין באותו ענין). מערערע מאהל איז דאס מאשין אין קראפט צו טוהן די אנדערע פעולות בעת מ׳פאררעכט דעם פראבלעמאטישע פונקציע. דא מוז געזאגט ווערן אז נישט אומער גייט דאס אזוי, ווייל איין טהייל קען צו מאהל משפיע זיין אויף ס׳גאנצע און אז דא איז צובראכן שטערט עס אויך די שארית הפליטה.
4) א מאשין וואס האלט זיך אין איין צוברעכן, איז פיהל מאהל די שולד פונעם אפערעיטאר און לאו דוקא א פעלערהפטיגע פראדוקט און דער שולד פונעם יוצר.
5) גאהר וויכטיג איז וואס רופט זיך פ״י ע״ם = פריווענטיוו מעינטענאנס אדער פעריאדיק מיינטענאנס. אז מ׳גיבט זיך אפ דערמיט תמידים כסדרם און מ׳גריסט אלע ׳נכסי דניידי׳, רעדער, קוגעלאגע וכו׳; לויזע דראטן איז מען מחבר (בקשר של קיימא; נישט מיט בלויז א שטיקל עלעקטריק טעיפ) און לויזע טהיילן באפעסטיגט מען, דעמאלסט האט מען על פי רוב א געזונטע מאשין.
6) יעדע מאשין האט זיין תפקיד. פון א דרוקעריי האט נאך קיינער עקספעקטעד ס׳זאל פראדוצירן פּייפּ פיטינגס און פון קיין מיקסער ערווארט מען נישט ס׳זאל אקערן פעלדער; גיי פרוביר נאר און זעה וואס ס׳פאסירט.
7) די אייגענטימער פונעם מאשין דארפן ארויסהאבן אז ס׳מאשינדעלע ׳עט נאר אריינברענגען הכנסות און גוטע רעזולטאטן אויב מ׳עט פון צייט צו צייט זיך לאזן קאסטן. הכנסות אהן קיין הוצאות איז א פוסטע טרוים פון דברים בטלים — קיין מציאות בעולם העשי׳.
8) אחרון חביב: הכל תלוי במזל אבער תפילה העלפט (די אנדערע העלפט דארפסטו אליין טוהן…).
ובכן, טייערע אחים בדעה, כ׳וואונש אייך בלויז הצלחה מיט אייערע נחת מאשינדלעך.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 202 מאל

הודעהדורך די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יולי 19, 2015 10:04 am

ווי אזוי ארבעט די נחת מאשין אין די היצען? אלעס פארט כשורה?
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 541
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 238 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט