ברעכעדיגע נייעס: קאווע קאנטרי!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

ברעכעדיגע נייעס: קאווע קאנטרי!

שליחה דורך Milk shake »

איבערראשנד: קאווע שטיבל ריזארט "קאווע קאנטרי"!

נאך לאנגע חדשים פון שפעקולאציע און מיה, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער עולם איז נאך נישט גרייט פולקאם ארויסצומופן קיין "קרית קאווע שטיבל", דער אינציאטאר איז דערווייל געבליבן מיט די צוזאמגעלייגטע פלענער אין לעמבערגער רב'ס שופלאד אינאיינעם מיט [tag]סטעטען איילענד[/tag] און קרית [tag]BLOOMINGBURG NY[/tag] און קאווע שטעטל עקזיסטירט דערווייל בלויז אין סייבער ספעיס סמוך ונראה צו [tag]גבעת זאב החדשה[/tag].

זענען די געניטע עסקנים [tag]אנאליזירער[/tag] און [tag]שרייבער[/tag] פון קהילת קאווע שטיבל אויפגעקומען מיט א פלאן פון א ווירטואלן קאנטרי "קאווע שטיבל רעזארט", ווי עס איז דא גענוג פלאץ פאר רוב אנהענגער און [tag]קאמענטירער[/tag] פון קאווע שטיבל מיט א היימליכע [tag]שבת אחים[/tag], נעמליך א עכטע "קאווע קאנטרי", די באנגעלויס און הייזער זענען זייער פארשידנארטיג און יעדע איינס האט זיך זיין אייגנארטיגקייט אזוי אז יעדער זאל קענען איבערגעבן דא אין א ברייטע באשרייבונג זיין פערזענליכע עקספיריענס, און נאכ'ן זומער מאכן דערפון א ספעציעלע עקסטערע אויסגאבע "קאווע קאנטרי איבערלעבענישן".

כדי ס'זאל נישט קומען צו קיין רייבערייען און כאפערייען אויף די הייזער / באנגעלויס, דעריבער וועלן מיר פרובירן איינצוטיילן די חלקות שוין דא, אזוי אז ווען מ'קומט ארויס מיט'ן גרויסן [tag]ספרינטער[/tag] מיט די פעקלעך אין איין האנט, און די שלאפעדיגע קינדער אין די אנדערע האנט, זאל יעדער וויסן תיכף וואו ער שטייט איין, און גענוי וואו איז זיין וואוין ארט. די חברים בראש פון דעם [tag]ווייס פרעזידענט[/tag] קוקן גאר שטארק ארויס צו קענען מיט לעבן אין "עכט לעבן" (ריעל לייף בלע"ז) א קאווע שטיבל שמועס אדער געפעכט לעבעדיג פנים אל פנים, [tag]יידל[/tag] וועט מסביר זיין בטוטו"ד פארוואס יעצט איז טאג, און [tag]יאיר[/tag] מיט'ן לעכטיגן פנים וועט אנצייגן אין הימל אויף די שיינענדע [tag]כוכב[/tag], און [tag]דענקער[/tag] וועט עס אונטערבעטן מיט ראיות ברורות, בשעת דער גרויסער [tag]ידען[/tag] וועט מיט איין [tag]אתא קלילא[/tag] שטעלן דעם טאן, [tag]לעיקוואוד[/tag] וועט דרייען מיט די לומד'שע פינגער בשעת דער [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וועט פאכן מיט די הענט צו ווייזן אז ער איז גאר [tag]ריכטיג[/tag] דער ליטאי, צוזאמען וועלן זיי פארדאמען דעם חסידישן [tag]יצמחפרקני[/tag] ביז [tag]דובר משרים[/tag] וועט עס פארגלייכן און בארואיגן די געמיטער . [tag]דוק ותשכח[/tag].
די געפילן און הרגשים וואקסן ווען מ'קלערט נאר אריין ווי עס וועט זיין ווען דער [tag]קעלנער[/tag] וועט מיט [tag]שמעקעדיג[/tag] סחורה אנרייצן די באי בית המדרש מיט [tag]Starbucks[/tag]
[tag]פרישע קאווע[/tag] און [tag]Espresso[/tag], די [tag]קאווע טרינקער[/tag] וועלן זיך צוכאפן דערצו ווי צו [tag]נופת צופים[/tag], אויך [tag]Java[/tag] וועט זיין לרחצה, פארשטענדליך אז [tag]קאצקע ציקער[/tag] וועט נישט פעלן, דער גבאי נאמן [tag]באריסטא[/tag] איז הויפט [tag]סדרן[/tag] און טרייבט דעם [tag]עולם[/tag], [tag]פליקער[/tag] וועט קנאקן די פליגן מיט'ן [tag]פליגן כאפער[/tag] ,[tag]גבאי שני[/tag] טוט געטריי זיין תפקיד, און וועט אראפרייסן די אומגעוואונטשענע עלעמענטן, ווען [tag]ברסלבער[/tag] וועט פארגיין א דעבקע אויף דעם ניגון [tag]לא לדאוג[/tag] צו פארטרייבן די מרה פון די שחורה , דער [tag]ראש הישיבה[/tag] נעמט אויף דעם עולם מיט א געמאכטן [tag]שמייכל[/tag] ווי א [tag]ירח בן יומו[/tag] , און [tag]אוהב ספרים[/tag] זיצט אין קארנער איינגעקנייטשט איבער א הויפן ספרים..

[tag]ונבנתה העיר[/tag] וועט אפיר ברענגען זיין קאלעקציע פון אור אלטע בילדער און [tag]היסטאריקער[/tag] וועט [tag]פרייוויליג[/tag] מסביר זיין יעדן פרט אין דעם [tag]חד גדיא[/tag], ס'איז [tag]מוראדיג[/tag] זיך פארצושטעלן וויאזוי עס וועט אויסזען די עם [tag]מפוזרי[/tag] בשעת דער [tag]חקרן[/tag] וועט פארשן צי [tag]עדיאל[/tag] און [tag]עזריאל[/tag] זענען גאר צווילינג' [tag]אבטולמוס[/tag] וועט אויפמישן א מפורש'ע [tag]שיטה מקובצת[/tag], ווי ס'ווערט ערקלערט אז יעדער [tag]אוהב דעת[/tag] טראכט ווי [tag]א איד[/tag], נישט חלילה ווי א [tag]משכיל[/tag], און [tag]יעקב מענטש[/tag] וועט ערקלערן אז דו ביסט גאר [tag]פוחת ועומד[/tag] , [tag]בן תמליון[/tag] וועט אינטערווענירן און [tag]איש אשכולות[/tag] גיט עס צו פארשטיין אין [tag]פלעין יודיש[/tag] אז יעדעס ווארט איז [tag]גאלד[/tag]..

דער עולם זיצט רואיג זופענדיג פון די [tag]פיינע קאווע[/tag] נישט רעכענענדיג זיך מיט'ן [tag]זייגער[/tag] געניסנדיג פון א געשמאקן [tag]רוח קדים[/tag] דא אין קאווע קאנטרי שפירט יעדער מעשה [tag]בעל הבית[/tag]..

סוף כל סוף איז ער אויך אנגעקומען, [tag]נולד מאוחר[/tag] איז דא, ער קוקט אויס גוט [tag]אויסגערוט[/tag], [tag]מאטי[/tag] כאפט זיך גלייך צו צום אלטן שכן [tag]בן בג בג[/tag], [tag]בארא פארקער[/tag] שפרינגט אריבער מיט א [tag]קפנדריא[/tag] גראד צו [tag]chaims[/tag] קענטין, [tag]פאר א [tag]דעינעש[/tag], דער (פינטעל) איד[/tag] שטופט זיך אויך אריין בין המסובין,

[tag]Big Boy[/tag] גרייט צו דאס ביהמ"ד [tag]לכבוד שבת קודש[/tag] א הערליכער פרוכת געשפינט פון [tag]אדנירם[/tag] ווען דער אויבן אן איז באשיינט דורך [tag]חזקיהו המלך[/tag] הארט נעבן [tag]ראשעקאל[/tag] , און ביים סאמע שפיץ זיצט דער [tag]איש צדיק תמים[/tag], במקום שבעלי תשובה עומדים - גאר פראמינענט זעצט מען דעם [tag]BAL TSHIVA[/tag] , גאר נאנט צו [tag]מורינו הרב[/tag] די שיינע [tag]יעלה ויבא[/tag] טעוועלע הענגט אויף [tag]לבי במזרח[/tag] וואנט מיט פראכט, פון איבער'ן ארון קודש הענגט ארויס א [tag]צוקלאפטע הושענא[/tag] ,[tag]ירא שמים[/tag]גיט אכטונג קיינער זאל נישט רעדן ביים דאווענען..

די עליות וועלן גיין מיט העכסטע ארדענונג און פיל [tag]רואיגער[/tag], כהן וועט עולה זיין [tag]ישמעאל הכהן[/tag] [tag]שמואל הלוי[/tag] וועט באקומען לוי, און ישראל גייט פארשטייט זיך פאר [tag]ישראל קאפקע[/tag], רביעי באקומט דער [tag]אורח[/tag] [tag]סאבסיטוט[/tag], חמישי פאר [tag]גרונם[/tag] [tag]מארקוס[/tag] ששי קומט געוויס פאר'ן בעל [tag]shem-tov[/tag]
[tag]אבטולמוס[/tag] בכורי פארדינט אויך אן עליה אלס דער עלטסטער, דער בעל קורא איז נישט קיין אנדערער ווי [tag]ר' שלמה אבן גבירול[/tag] ,[tag]המלוכה והממשלה[/tag] ווערט מכובד מיט מפטיר, [tag]משולם שטיינפעלד[/tag] מיס די מוסקלען וועט גיין הגבה, [tag]קיטשי[/tag] גייט גלילה..
איכה איז אוועקגעלייגט פאר [tag]קינות גירושין[/tag], און אונזער פריינט [tag]גרוש[/tag] וועט אונטעברומען די קינות..

[tag]diff[/tag] וועט קומען צולויפען ווי א גאנצער [tag]בן אדם[/tag] , און פרעגן [tag]פארוואס?[/tag] [tag]דעת תורה[/tag] וואלט געפאדערט איך זאל באקומען כאטשיג שלישי ווי [tag]מור וקציעה[/tag], בין איך דען נישט קיין [tag]chusid[/tag] ? זיי נישט אזא [tag]גראדעמעכעלע[/tag] ביסט גענוג [tag]חכם[/tag], [tag]ודי למבין[/tag],

[tag]יענער פויגעל[/tag] קומט צו פליען טשוויטשענדיג: [tag]I'm back[/tag], נאכ'ן דאווענען ברענגט [tag]סארווירער[/tag] אריין א קנאק [tag]יאנקל[/tag] מיט [tag]געפילטע פיש[/tag] צוגעשטעלט ביינעזאם מיט [tag]קרעקער[/tag] צוצובייסן, [tag]דולה ומשקה[/tag] וועט אנטרונקן דעם עולם מיט [tag]שנאפס[/tag] און גאלאנען [tag]יין שרף[/tag] צו מאכן א [tag]לחיים[/tag]און זיך האלטן [tag]פרייליך[/tag], [tag]חאצקעל שניידער[/tag] זאגט [tag]גיב א שמייכל[/tag], און דער [tag]קליין שטעטלדיגער[/tag] [tag][tag]דוד[/tag][/tag] קומט צו שפאנען מיט א פושקעלע [tag]פישלע העררינג[/tag] דערנאך וועלן זיך מכבד זיין [tag]איש את רעהו[/tag] מיט [tag]סאשי פיש[/tag] , [tag]הדד בן בדד[/tag] פארציט א ציגאר אזוי ארום באקריגט ער [tag]רויטע וואנצעס[/tag] , [tag]מ גפני[/tag] גייט גאר פאר אלטן וויין, [tag]הרבישראל[/tag] פאדערט א קאלט גלעזל [tag]עפל סיידער[/tag] און [tag]בוךווארעם[/tag] זיצט גאר אין דער זייט פארטיפט אין א ספר איבער א גלעזל [tag]HotCoffee[/tag] ..

א קופקע אין פאליש אנגעפירט דורך דעם היציגן [tag]קאך_לעפל[/tag] מיט [tag]קופערניקוס[/tag] צו זיין זייט, איבער א [tag]געשמאקער[/tag] זעקל [tag]פאפיטעס[/tag] ווי דער [tag]פרישער[/tag] [tag]ראש המדברים[/tag] רעדט [tag]האמת לאמיתו[/tag] און טענה'ט אז [tag]אכשר דרא[/tag], [tag]בן-זומא[/tag] קומט אן מיט זיין קען קאלטע [tag]קוקה קולה...[/tag], און בן עזאי קומט צוגיין מיט זיין אייז קריעם קאון פון [tag]kool man[/tag] אלטן אייז קריעם טראק, [tag]ל.רוזן[/tag] וועט שרייען [tag]איך אויך[/tag] ברענג אהער א שערבעט, אייסעס [tag]וכדומה..[/tag], אינצווישן האט זיך די [tag]קפה נמס[/tag] אינגאנצן צולאזט אין די הענט פון [tag]מנחם[/tag] , [tag]שמערל[/tag] וואונדערט זיך פארוואס מ'ווארט נישט אויף זיין מיינונג, [tag]שעפטל[/tag] רוקט זיך אריין מיט'ן [tag]שטאפענע קאפעליטש[/tag] מיט א רויטן [tag]לאליפאפ[/tag], און

אין א עקסטערע ווינקל ווערט סערווירט א א גרויסן שיסל צימעס דורך [tag]טוב[/tag] און [tag]יוחנן פיש[/tag] , און ווערט באלד צוכאפט דורך גאנץ [tag]ניקלשבורג[/tag], דענאך דעוועלאפט זיך א העפטיגע געפעכט בראש פון [tag]גאנצל[/tag] , ווי ער ווערט אטאקירט דורך [tag]פריק[/tag] מיט זיין [tag]פערל פיסקל[/tag] וועלכער פאדערט [tag]דעמאקראטיע[/tag] אבער ווערט אונטערגעהאלטן דורך'ן באקאנטן [tag]signout[/tag] ביז [tag]גאלד[/tag] קומט און ווארפט אריין זיין נייטראלע מיינונג, סוף סוף קומט [tag]אפטעמיסט[/tag] און בארואיגט די געמיטער, און [tag]אויבערלענדער חכם[/tag] שמייכלט זיך אונטער ווי א [tag]התם ומתמם עם תמימים[/tag].. ,

עקפערימענטירער איז אונטער'ן פאדלאגע, ער זוכט דארט די ראשי תיבות, ווען [tag]שאולדיספריםפאקער[/tag] שפרייזט ארום מיט א וואגאן ספרים, [tag]עזרא[/tag] גיבט גערן פאר [tag]חוני המעגל[/tag] א שמעק [tag]טאביק[/tag]

[tag]אחראי[/tag] גיט א שריי, [tag]העלא[/tag], א [tag]טאמבל סאס[/tag] וועט זיין ערלויבט נאר אין סווימינג פול, [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] וועט מאכן א העד סטענד למען ידעו, [tag]יואליש[/tag] וועט רופן דעם עולם מיט א [tag]דעת צלולה[/tag] צו בעסקעט באלל אין גרויסן [tag]איחוד פעלד[/tag], דער [tag]וועטערבאריכט[/tag] האט דאך געזאגט אז ס'קומט א שיינע טאג, [tag]געוואלדיג[/tag] ! שרייט אויס [tag]יאנקל[/tag], איך קוק שוין ארויס אויף דעם צו שפילן מיט ידידינו [tag]מיימון[/tag] , דערווייל גייט [tag]זוכער[/tag] ארום טרעפן סאלאמענדערס,

צייט צו גיין שווימען, [tag]אסף המזכיר[/tag] וועט זיין [tag]משגיח[/tag], [tag]סדרן[/tag] איז לייף גארד, [tag]Samkoton[/tag] פרובירט אויך ווייזן זיינע פעאיגקייטן, [tag]אחד העם[/tag] דייווט אריין מיט'ן [tag]פיטום אראפ[/tag], און [tag]גנדי[/tag] אפלאדירט אים הויך,.

[tag]מנשה לוסטיג[/tag] וועט נעמן א באשיידן הייזקעלע ווי א רעכטער [tag]גלות יוד[/tag], דער עיקר ס'זאל האבן א פאליצע פאר דעם לייכטן שטריימל צענטער, און א גאראזש פאר די שפעט פסח געמאכטער קאר. מר. [tag]lazar[/tag] זוכט אויס א שטיל ווינקל, נעבן דעם באליבטן [tag]שמעון וואלף[/tag] , [tag וועט באקומען א שיינס, נאר בתנאי אז ער באשלוסט אז ער ווערט א [tag]מענטש[/tag], [tag]עמעזאן[/tag] איז אייביג [tag]ביליג[/tag], וועט ער קריגן איינס און א קליינס ביים עק, אוט אף [tag]town1[/tag] ער נעמט עס אן באהבה ווי א [tag]בעל מדות[/tag], די וואס האבן זיבן נעמען ווי [tag]יתרו[/tag] באקומען נאר איין הייזקע, [tag]קאסטנער[/tag] פארדינט ערליך א באנגעלוי צווישן די חסידי אוה"ע, [tag]פלאוויוס[/tag] פארלאנגט א גרויסן גארטן, [tag]אשכולות אויפוועקער[/tag] באקומט א פראמינענט ארט, צו קענען וועקען די איינוואוינער ווען ס'פעלט זיך אויס, [tag]גאליציאנער[/tag] באקומט א באנגעלוי נעבן לייט פאול, אזוי נישט צו דארפן נוצן אייגענע לעקטער, [tag]די קעניג פין אמעריקע[/tag] באקומט אן ארט נאנט צום [tag]רופא מפורסם[/tag] וועלכער פארשטייט צו די דמיונות..
[tag]הבא ללמד[/tag]מיט [tag]דער שכן[/tag] [tag]טיטאניק[/tag] באקומען א דאבל יוניט, און [tag]סמבטיון[/tag] גייט פריוואט, נישט צו מאכן קיין רעש, [tag]רואה ואינו נראה[/tag] באקומט א דורכזיכטיגע באנגעלוי אין וואלד, כשמו כן תהילתו, [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] קען וואוינען גאר נעבן שוהל, נאר זיך האלטן שטיל, גרויסע מענטשעלע באקומט די הויכע קאטידערל סילינג, ווי פארשטענדליך, [tag]נאר,,פרייליך[/tag] באקומט א ברייטן צימער, צו קענען אויסציען זיינע צוויי איינגעבויגענע פיסלעך.. [tag]מאיר הערש[/tag] וויל דוקא וואוינען נעבן [tag]הוגה[/tag] , כקען אים פארשטיין, [tag]הק זעמל[/tag] דארף גיין אויפ'ן צווייטן שטאק אז די מייזלעך זאלן אים נישט צובייסן, [tag]משה פראגער[/tag] קען קלויבן צווישן די געבליבענע אפציעס,

דעם [tag]צדיק נסתר[/tag] לייגט מען טיף אין וואלד, קיינער זאל זיך טאקע נישט דערוואוסן זיין באהאלטענע עבודה, [tag]ארבעס[/tag] און [tag]טשולענט[/tag] [tag][tag]בונדל[/tag][/tag] באקומען אן ארט נאנט צום בית כסא, כדי נישט צו פארגאזן דעם עולם, נעם עס אן [tag]ממי_שאמרו[/tag] .. ס'איז גאנץ [tag]smart[/tag] צו לייגן [tag]לית דין בר נש[/tag] נעבן [tag]אויס מענטש[/tag], [tag]הציץ ונפגע[/tag] דארף גיין אונטער א שאטן ס'זאל אים נישט נאכאמאל פארשאטן..

א באזונדערע בית החיים שטייט דארט מאחורי הפרגוד פאר די פארשטארבענע ניקס, ווי נישט קומט זיי אויך עפעס הנאה אין לעבן, קענען א בליק טון פון די אנדערע זייט און מיטהאלטן די לעבעדיגע אקטיוויטעטן פון קאווע קאנטרי.. [tag]זר זהב[/tag] וועט ליגן אויבן אן, אין די נייע בית החיים [tag]קלאר[/tag] וועט מען לייגן אין די אלטע, אז נישט וועלן די וואס האבן זיך ביים לעבן ארום געריסן זיך ווייטער צואמפערן און זיי וועלן אויפוועקן אלע נפטרים.. ביים גדר וועט ליגן די ענגלישע מצבה פון [tag]zurich[/tag], ס'ציפט ביים הארץ צו זען דארט דעם אומפארגעסליכן [tag]היימישער ליטוואק[/tag] נישט ווייט זעט מען דארט [tag]אביגדור[/tag], אויך גאר הארצרייסנד צו ליינען די מצבה פון [tag]קליגער אינגערמאן[/tag] מיט די [tag]כתר מלכות[/tag] דערויף, [tag]משה רוקח[/tag] מאכט זיך שוין אויך באקוועם צווישן די חברה דארט טראץ וואס ער האט נאכנישט קיין מצבה, קאמיש ווען אין ווינקל ליגט דארט [tag]מאראנצןזאפט[/tag],הארט נעבן [tag]לעמאן דזשוס[/tag] , הנאהבים והנעימים בחייהם.. [tag]חיים נחום הלוי פריעד[/tag] באשיינט די פאדערשטע רייע, נעבן [tag]אליצפן[/tag] , אינדרויסן ליגט דער [tag]טעפל[/tag] צו וואשן די הענט..

די [tag]moshav zekeinim[/tag] וועט זיין נעבן בית החיים על כל צרה שלא תבא, [tag]פריעד באטשי[/tag] זיצט פראמינענט צווישן די אלטע לייט, אפילו [tag]berlbalaguleh[/tag] רוקט זיך דא אריין מיט זיין געלען באס.. א באשיידן שטריקל אין הויף [tag]פארבינדן[/tag] צו אויסטרוקענען די [tag]נאסע ליילעך[/tag] ,[tag]דור האחרון[/tag] וועט אויך באשיינען דעם בנין מיט זיינע זכרונות פון פארעגן גענעראציעס, אויפ'ן דאך איז דא א ספעציעלער [tag]sunbar[/tag] , אויך אונזער רעדעוודיגער [tag]outspoken[/tag] דרייט זיך שוין דא מיט א פארמאכט מויל..
[tag]Ben-Shishim[/tag] געהערט שוין אויך דא לכל הדיעות.. גאר שיין איז צו זען ווי די אור אייניקלעך קומען באזוכן דעם [tag]elter-zeide[/tag] .

וזאת למודעי! מיר האבן זיך אנגעשטרענגט לאנגע טעג און וואכן צו מסדר זיין יעדן לפי כבודו ועל מכונו ולמהותו ולפי מעשיו, און זיך משתדל געווען צו ארייננעמען אלע לעבעדיגע ניקים מיט די פולסטע רעספעקט, אויב שפירט זיך איינער באקריוודעט אז ער האט בכלל נישט באקומען קיין הויז, טעג, כיבוד, אדער פאזיציע, אדער האט מען אים געלייגט נישט לפי כבוד עשרו ורוב בניו, זאל זיך ביטע מעלדן צו די עסקנים אין מיין אישית און מיר וועלן פרובירן אים "טעגן" און לייגן אויפ'ן ריכטיגן ארט, ומבקש אני סליחה, ומחילתו על מקומו יבוא בשלום!

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר