דעת תורה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

דעת תורה

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

כבוד מוריי ורבותיי באי שער ״קאווע שטיבל״ איש כניקו הטוב יבורך!
היינט צוטאגס ווייסען שוין כמעט יעדער איינער וואס געהערט צו די חרדישע געזעלשאפט, אז פאר מען נעמט א גרויסע שריט אין לעבען מוז מען זיך דורך רעדען מיט א "וועגווייזער". א מאל איז דער וועגווייזער א ״רבי״ (אדמו״ר), א מאל איז ער א ראש ישיבה, און א מאל איז ער א חכם. פעמים די שריט איז א שידוך, פעמים איז עס פרנסה, פעמים געזונט אד״ג. ״מען טוט נישט אן פרעגען״ איז שוין א הנחה פשוטה אין אלע קרייזען. די חילוק צווישען איין קרייז און א צווייטע ליגט נאר אין ווי עקסטרעם די מנהג איז. צי די ״רבי״ וועלט די נאמען, צי ער זאגט נאר אז עס ״שטימט״.
די שאלה וואס איך וויל מציע זיין צו די חברי הקאווע שטיבל איז פון וואו נעמט זיך די הנהגה? איז אלע מאל אזוי געווען? אויב נישט, פארוואס איז אזוי געווארען? ווער פארדינט פון דעם?
איך בין זייער אינטערסירט אין הערען וואס די עולם האט צו זאגען, אבער איך וויל אויך מיטטיילען וואס איך אליין קלער דעריבער.
עס זעהט מיר אויס אז די הנהגה שטאמט פון אדמורי״ם. איך בין נישט קיין היסטוריון, אבער לבי אומר לי אז די אדמורי״ם האבען איינגעפירט די מהלך אז ״מען טוט נישט אן פרעגען״.
פשיטא לי כביעתא בכוחתא, אז אויב מיין השערה איז גערעכט, איז עס געווען לשם שמים ולשם אהבת ישראל, אבער איך וויל ארויס ברענגען א נקודה וואס קען מסביר זיין די תופעה פון א ביסל אן אנדערע שפאקטיב.
מלפנים בישראל כשישבו רבנים בעלי תריסין במשנה וגמרא, בקיאים בד׳ חלקי שו״ע בסברא ישרה, און די רבנים האבען שופט געווען את העדה בכל עת בין דין לדין ובין דם לדם דברי ריבות בשעריך, איז די הנהגה נאטורליך געווען אין די הענט פון גדולי האומה.
מלפנים בישראל בקהילות הקדושות איז די עסענווארג געווען אונטער די הערשאפט פון רבנים תלמידי חכמים. די רב האט געהאט די שליסעל צו די שלאכטהויז. די מקווה איז געווען אין זיין הענט. ווי אויך די בית החיים. ממילא איז די רב נאטורליך געווען די מנהיג.
כח הנהגה נעמט זיך פון אנגעהענגענקייט. א קינד איז אנגעהאנגען אין טאטען, ממילא מוז ער עם הארכען. א פרוי ווען זי מוז אנקומען צו איר מאן פאר פרנסה האט א געוויסע מאז הכנעה פאר עם. א פועל איז אנגעהאנגען אין זיין בעל הבית אד״ג.
כלל ישראל ווי לאנג זיי פירען זיך ע״פ תורה זענען זיי אנגעהאנגען אין די גדולי התורה וואס ווייסען צו זאגען את המעשה אשר יעשון. נאר א בקי אין או״ח יו״ד אבה״ע און חו״מ קען האבען אבסעלאט כח איבער די פרומער אידענטום. ווי לאנג מען האט נישט מחדש געווען די ענין פון ״בעטען אן עצה פארן ווישען די נאז״ האבען מענטשען וואס זענען נישט גדולי תורה והוראה זיך נישט געקענט אנלייגען אויף כלל ישראל.
די נודע ביהודה האט געפירט אונזער פאלק ווייל ער איז געווען די גרעסטער בעל הוראה בדורו (ואפשר בעוד דורות). שידוכים האט מען געקענט שליסען אן עם. מסתמא האט די שטאטס שדכן בודק געווען אויב די ״נעמען שטימען״, אבער די גט מקליווע האט ער אליין מחליט געווען.
ווען ״צדיקים״ האבען אנגעהויבען זיצן בראש העדה, איז געווארען א פראבלעם. פון כבוד און ערע אליין וואס מען פארמאגט כלפי זיי שעפט מען נישט קאנטראל. מען דארף אנגעהאנגענקייט. איז געווארען א נייע געברויך: מען טוט נישט אן פרעגען!
צו שרייבען תשובות דארף מען דאך עפעס קענען. לא כל הרוצה ליטול את השם יכול לבא וליטול. לאו כולי עלמא דיני גמירי. וחזקת האב לא מהני לבנו. מה שאין כן לגבי וויסען "אויב די נעמען שטימען" און געבען עצות אויף געזונט, דארף מען דאך גארנישט קענען. מעשים בכל יום אז מענטשען וואס האבען נישט געלערענט פרק אחד בהלכות רפואה זענען מחליט אויב מען זאל יא אפארירען אדער נישט וכו' וכו'. החיים והמוות ביד הלשון.
יעצט אז מען ערקלערט מענטשען אז מען מוז זיך דורך רעדען אלעס מיט די "וועגווייזער", איז ער דער מענטש דאך אנגעהאנגען אין עם. מען קען דאך נישט שליסען א שידוך, געבען א נאמען, שיקען א קינד אין ישיבה, מאכען אן אפעראציע אויף א טאטע, שליסען א גרויסע געשעפט אן די "וועגווייזער". יעצט איז ער דער מנהיג ווייל עס איז דא א געברויך וואס ער איז ממלא.
דער גאנצע ענין וואס מיר שמועסען איז געווען איינגעצוימט צו די חסידים. אבער אין כללות עם ישראל איז נאך אלץ געבליבען די הנהגה ביד הרבנים. לעצטענס האבען די ראשי ישיבה איבער גענומען די הנהגה מיד הרבנים אין די "עולם הישיבות" [ואכ"מ להאריך כיצד התהווה תופעה זו].
די ראשי ישיבה, כאטש זיי האבען יא געדארפט עפעס קענען צו זיצען אויפן בענקל, אבער עס איז נישט געווען עניני הוראה. ממילא האבען זיי אויך געהאט א פראבלעם. ווי לאנג די בחור'ל איז אין ישיבה דארף ער דאך אנקומען צו זיי אויף צו וויסען פשט אינעם רשב"א. אבער ווען ער ווערט עלטער, זעלטען וואס א מענטשען'ס גרעסטער דאגה איז פשט אין רשב"א [הלואי אז יא] און ממילא האט ער נישט קיין גרויסע נוץ פון זיין ראשי ישיבה. אויב אזוי איז א פראבלעם, פון וואו קען די ראש ישיבה שעפען זיי כח, עס איז דאך מער נישט דא קיין אנגעהאנגענקייט אין עם?
האבען זיי זיך אפגעלערענט פון די חסידים. און אנגעהויבען אויסלערנען זייער ציבור פון קינדווייז אן אז מען קען נישט נעמען קיין גרויסע שריט אן זיך דורך רעדען!
שידוכים זענען היינט די ראשי ישיבה מחליט. וועלעכע כולל? צו מען זאל אפלאזען כולל? וועלכע ארבייט? חינוך הבנים, וועלכע ישיבה שיקען וכו' וכו', אלעס רעדט מען זיך דורך מיט די ראשי ישיבה. היינט איז מען שוין אנגעהאנגען אין עם, ממילא איז ער דער מנהיג.
אויב מענטשען וועלן זיך לערנען צו פרעגען רפואה שאלות ביי דוקטורים. פרנסה שאלות ביי מומחים אין יענער עסק. חינוך הבנים זיך דורך רעדען מיטן קינד'ס מלמד און מנהל. שידוכים מיט א ביסל שכל און מיט קלוגע מענטשען וואס קענען די בעלי דברים וכו' וכו'. נישט נאר וואלטען זיי מער מצליח געווען נאר מען וואלט גלייך איינגעזעהן אז מיר זענען א סאך מער אנגעהאנגען אין די דיין, די מו"צ, ווי אין די מנהיג.
דאס וואלט באפרייט די דיין און מו"ץ פון דארפען זיין אונטערגעטעניגט און ער וואלט געקענט מדריך זיין בעניני תורה והוראה וואס ער האט געהארעוועט אויף דעם א גאנץ לעבען מיט אן דארפען שפילען די פוליטיק פון די פירער.
איך מיין נישט צו מוציא לעז זיין אז אפילו איין גדול בישראל אדער צדיק האט א מאל דורך געטראכט די אויבען דערמאנטע סברות און מחליט געווען אזוי צו טוהן כדי צו האבען קאנטראל, איך מיין נאר ארויס צוברענגען א מציאות ווי אזוי עס שפילט זיך אויס, און ווי איין זאך ברענגט צו א צווייטער. איך פארלאז זיך אויף די חכמים און נבונים דא וואס וועלען פארשטיין אז דא ליגט נישט קיין פגיעה אין קיין רבי'ס אדער ראשי ישיבות, נאר א אנדערע שפאקטיב אויב די ענין וואס רופט זיך היינט "דעת תורה". א מאל איז געווען די טייטש פון "דעת תורה" - "די מיינונג פון די תורה", היינט מיינט עס "אן עצה פון א וועגווייזער". צו קענען זאגען די מיינונג פון די תורה דארף מען דאך איר לערנען, צו קענען געבען אן עצה דארף מען נאר ווערען א "וועגווייזער".
מען קען נאך מאריך זיין אין די נושא, אבער ישמע חכם ויוסיף לקח.
[הערה צו די גבאים: אויב עס איז שוין דא די נושא אין קאווע שטיבל, ביטע זייט נישט מפרסם די אשכול]

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר