עמ'לייקים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

עמ'לייקים

שליחה דורך Kool man »

אמאל'לייקים אדער סטעדי לייק'ים?

ס'יז שוין געווארען אפאר מאהל ארומגערעט וועגען די טיפע סוגיא פון לייקס, כ'מיין ס'יז צייט איינמאהל עס צונעמען אביסעל מער אויף קליינגעלט,

כמה מידות בלייקערס, [נישט פארטוישען מיט lakers]:,

דער געוועהנליכער דורעכשניטליכער עמך יוד, ווען ער זעהט א שיין ארטיקעל, אדער א גוט ווארט, גיבט ער א קליק דארט אויבען, דו האסט געארבעט, כ'אב הנאה געהאט, כ'על דיר געבען די 5 סעקונדעס און באלייקען אלץ אנערקענונג און הכרת הטוב, אמאהל אפילו אויב ס'נישט אזוי געלונגען, אבער ס'קענטיג אז ס'ליגט דא ארבעט, האסט אריינגעלייגט כוח? יאללא, א לייק. זו מידת חסיד.

ווייטער איז דא אנ'אנדערער קלאס מענטש וועלכער גייט שוין מיט חשבונות, לאמיך זעהן וויפיהל יענער האט מיך געלייקט ביי מיין עבודה, וועל איך מקיים זיין מידה כנגד מידה, און לויט דעהם דן זיין ווען כ'קען מיך ערלויבען איהם צו לייקען, די זענען די מידה בינונית.

דערנאך זענען דא אזוינע וואס גייען לויט'ן ניק, אויב איז עס א קיהלער ניק, עט'ער שיסען דעהם לייק נאר בעפאר'ן ליינען וואס ס'שטייט, אפילו אויב ס'יז מלא שטותים והבלים פאר פייער און וואסער, [ספעציעל אויב ס'יז א שרייבער פון מין במינו טייפ, אן אויפגעקלערטער פאר זיינץ גלייכען, אזער א פרומער פאר זיין מין,] מאידך קען זיין א גאר געלונגענע ארטיקעל נאר שער שרייבער איז נישט פון מיין טייפ, עט'מען עס איגנארירען און נישט גיבען דעהם ערליך פארדינטען לייק, זו מידת עם הארץ.

דערנאך זענען דא אזוינע וואס ווייסען ניטאמאהל וויאזוי מ'קליקט דעהם לייק קנעפעל, ער'יז אזוי סעלף סענטערד אין זיך אליין, אז ער ווארט יעדער זאל איהם באשיטען מיט ליבע, און ער נעמט נישט די דעמם עפפארט צו טוהן אזוי פאר א צווייטען, פאר זיך וועט ער צומאהל אפילו זיין א תובע בפה, אבער פאר יענעם? הענג דיך. זו מידת סדום.

איך קוק צומאהל אויף ניקס צו זעהן וואסערע סארט מענטשליכקייט זיי פארמאגען, קוק איך וויפיהל לייקס זיי האבען שוין געגעבען פאר אנדערע, פיהל מאהל וועט מען זעהן די גוט הארציגע האבען פארטיילט פיל מער לייקס ווי זיי האבען באקומען, זיי פארגינען יענעם, מאידך זענען דא וואס האבען קוים אנגערירט דעהם לייק בשעת זיי באלעקען זיך מיט הויפענעס לייקס.. דוק ותשכח כי קצרתי.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר