א שבת (בלק תשע"ה) צו געדענקען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

א שבת (בלק תשע"ה) צו געדענקען

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]ווייניג שבתים וועלן זיין איינגעקריצט אין זכרון לטובה ווי דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת בלק, תשע"ה, ברוקלין נ"י, יצ"ו.

צו מאכן א לאנגע מעשה – קורץ:

שוין א היפשע צייט וואס אונזער וואצ-עפפ גרופע קאכט און שטורמט איבער דעם איינעם נושא "צוריקצוברענגען ארגינעלע אידישקייט", אסאך פלענער זענען שוין ארויף און אראפ פון טיש. זייענדיג געבינדן צום קהילה און משפחה, האלט אונז אפ פון פראקטאצירן וואס אונזער הארץ בעגערט, כאטש וואס דער יוצר כל האט קיין שום פראבלעם דערמיט. איז אבער די וואך איינגעפאלן פאר נחום* א פלאן וואס איז אויסגעפירט געווארן העכער אלע ערווארטינגען, א מנין שחרית שבת אינדערפרי! – נישט ממש א "מנין" (וויפיל דערפלעך אינדערהיים האבן געדאווענט מיט מנין? ווער דארף מנין? העכטענס וועט מען נישט זאגן קדיש)

היות די קינדער זענען אין קעמפ, איז ערמעגליך געווארן פאר די הויפט שוויצערס, נתנאל, שרגא, יקותיאל, נפתלי און גדליה צו נעמען אנטייל, די לעצטע צוויי זענען געקומען מיט די ווייבער אויך, דבורה און אביגיל, צוויי שוועסטער.

די גרופע (פון דא און ווייטער "די מנין" – לשון מושאל), איז זיך צוזאמענגעקומען שבת אינדערפרי ביי נתנאל אינדערהיים. נתנאל האט צוגעשטעלט קאווע מיט מזונות (כידוע פון די פוסקים, אז אויב ס'דאווענט זיך בעסער נאכן טועם זיין, איז כדאי צו טועם זיין), בערך 11 איז שוין דר'עולם געווען גרייט (כידוע פון די פוסקים אז זמן תפילה איז בטל ומבוטל, בפרט שבת קודש), די פלאץ איז געווען ריין, ווי די הלכה פארלאנגט, די פענסטערס זענען געווען אפען כהלכה, יעדער איז געזעצען באקוועם. טייל פון די מענער האבן נישט צוגעדעקט דעם קאפ, כידוע אז היינטיגע צייטען איז דאס נישט קיין סימן פון הכנעה. און די פרויען האבן נישט צוגעדעקט זייער האר, כידוע אז היינטיגע צייטן, וויבאלד מ'דערנקענט שוין נישט צווישען א שטייל און אייגענע האר, איז מער נישט אסור צו גיין אפען די האר.

שרגא איז מכובד געווארן צו פירן דעם דאווענען און אנטוהן א טלית, און האט דערביי צוגעלייגט דעם מסגרת משבצות זהב וואס האלט אפ דעם טלית פון אראפפאלן (כידוע פון די פוסקים אז ווען א טלית פאלט אראפ איז אן ערענסטע שאלה פון איבערמאכן א ברכה. אין ספר "מנהגים דק"ק אמעריקע" שטייט אז די מנהג פון דעם קייטל שטאמט נאך מהררי קודש, פון בית המקדש, ווי דער כהן גדול'ס חושן האט זיך מיט דעם געהאלטן). מיט אדון עולם איז מכובד געווארן דבורה. – די ברכה שלא עשני אשה האט מען אויסגעלאזט, כידוע חומר הענין צו מבזה זיין א צווייטע איד, בפרט א פרוי וואס דמעתה מצויה. – פרשת העקידה האט מען נישט געזאגט, אזויווי די מנהג איז א טייל פלעצער (שבת). לעולם יהא אדם וכו' שמע וגו', האט מען אויך אויסגעלאזט צוליב וואס ס'איז שוין געווען לאנג נאך זמן קריאת שמע, און קרבנות, וואס גייט בטל ווערן לעתיד לבוא (כידוע פון רמב"ם) האט מען אויך אויסגלאזט.

די גרופע האט גע'טענה'ט אז וויבאלד די שבת'דיגע דאווענען נעמט שוין סייוויי לענגער פון די וואכענדיגע דאווענען צוליב קריאת התורה און מוסף, פעילט שוין נישט אויס מאריך צו זיין מיט נאך פרקי תהילים, ווי דער מנהג אמאל איז געווען. איז מען תיכף צוגעגאנגען צו "ברוך שאמר", נישט איידער דער קאלט-קריטיקירער נפתלי האט אויסגערופן "מ'גיימער יעצט זאגן א נוסח וואס לויט די אנשי כנסת הגדולה, איז דאס פון א צעטל אראפגעפאלן פון הימל..." גדליה האט זיך אנגערופן "איך זאג נישט מיט. לויטן רמב"ם מוז מען נישט גלייבן אין מופתים..".

דערנאך האט מען געזאגט די קאפיטל אין תהילים "תהלה לדוד" (אן די צוגעלייגטע פסוקים "אשרי" און "ואנחנו"), כדי צו מאכן אינטערסאנט האט יעדער איינער געזאגט איין פסוק, אנגעהויבן פון "ארוממך", לויט די רינג ווי דר'עולם האט זיך געזעצט, מ'האט אויך געזאגט די פארגעסענע פסוק פאר אות "נ", ווייל איצטער אין גלות איז דאס פאסיג.

"אז ישיר" האט מען אויסגעלאזט, כידוע פון מדרש "מעשה ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה??". נשמת – צוליב די אומקלארקייט ווער די מחבר איז, האט מען נישט געזאגט, אבער מ'האט געזונגען יהודה גרין'ס "נשמת, נשמת כל חי, וכו'.

קדיש און ברכו האט מען נישט געזאגט ווייל ס'איז נישט געווען 10 גדולים (נתנאל'ס טאכטער איז נאכנישט בת מצוה).

דר'עולם האט זייער שיין געזונגען "אל-אדון", און דערנאך איז אלץ געפארן שנעל ביז שמונה עשרה, וואס איז פארגעזאגט געווארן דורך דעם ערוועילטן חזן, וואס האט מוציא געווען דעם עולם מיט חובת תפילה.

קיין ספר תורה איז נישט געווען, כידוע פון די פוסקים אז מ'טאר נישט פירן קיין ספר תורה אפילו מחדר לחדר אפילו צו ליינען דערין, ועוד, לויט די פוסקים זענען רוב ספרי תורה סייווי פסול ווייל די למ"ד איז אביסל שיף (כידוע פון די טריביון). ועוד, כידוע פון גרויסע צדיקים וואס האבן געליינט וועכענטליך ארויס פון א חומש, בפני קהל ועדה, און פון הימל האט אזוי אנגענומען. ממילא האט מען געליינט פון חומש, בפרט אז מ'קען מען מהדר זיין מיט די טעמים ודוקדוק ווען מ'ליינט פון א סאלוויטע חומש וואס האט די עכטע תרגום.

צוליב זהירות פון נישט לערנען ספרים וואס האבן נישט קיין הסכמה, האט נפתלי זיך פאר'עקשנ'ט צו זאגן "בריך שמיא".

דערנאך איז געווען א דעבאטע וועלכע פרשה צו ליינען, כידוע אז אמאל פלעגט מען ענדיגען די תורה איינמאל אין דריי יאר, דאס הייסט אז דאס ליינען האט גענומען א דריטל אין צייט פון וואס ס'נעמט היינט. שרגא האט געוואלט ליינען מעשה ראובן, אבער דבורה האט געטענהט אז זי וויל דוקא א פרשה וואס מ'קען מתרגם זיין. צום סוף האט מען געליינט די פרשה פון "ויתן לך" – כדי מ'זאל עס נישט דארפן איבערזאגן מוצאי שבת.

מפני כבוד המדינה וחוקיה, האט מען אויפגערופן דבורה ערשט, כידוע פון שו"ע אז א פרוי קען עולה זיין פונקט ווי א מאן. כדי ס'זאל נישט זיין קיין "עין הרע" (כידוע פון קינדליין) האט מען מפסיק געווען מיט א זכר צווישען די צוויי עליות פון די צוויי שוועסטער.

דר'עולם האט געשטומט נישט צו דאווענען מוסף.

נאכן דאווענען האט מען געמאכט א רקידה, מ'האט זיך געפרייט אז ענדליך טרעפן זיך צוזאם ערליכע פרצייטישע אידן, און מ'דינט גאט מיט שמחה און אהבה.

נתנאל האט אויסגערופן "יעדער איז געלאנדעט צו לאנטש, אבער ווער ס'גייט אהיים זאל נישט פארגעסען צוריק זיך צו פארשטעלן ווי אלע נערים".

====
ביטע זיך פארבינדען אין אישי וועגן פאלגענדע מאורעות.

*נעמען געטוישט צוליב שידוכים
[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר