פראגעס פאר דעם צימעס איד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

פראגעס פאר דעם צימעס איד

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

עליכם אישים אקרא, מיינע טייערע חברים פונעם ווייטן פארשטויסענעם צימעס לאנד, ה' עליכם יחיו.

דער לאנד ווי שטיינער פאלן א גאנצע וואך אן אויפהער, און ווי חיות טורפות, ווי דער לייב זענען טאקע קעניג נישט נאר אלטס משל. דער ארץ זבת דם ודמעות, ועיני טיפשום בה מראשית השנה ועד אחרית השנה.

היות איך האב באזוכט ביי אייך אלטס גבאי פאר אפאר וואכן, איז מיר נולד געווארן אפאר פראגעס וואס בעטן זיך פאר ענטפערס:

א. וועלכע חלל ערפילט צימעס ביי אייך?
ב. האט איר שוין אמאל געזעהן פירות פון אייערע צימעס תגובות?
ג. זענט איר שוין אמאל אוועק פון א צימעס שמועס מיט א גוטע געפיהל?
ד. וואס איז די טעם פון בלוט?
ה. איז צימעס א לייף סטייל אדער א לאגווייליגע האבי?
ו. ווי וואלט איר געליפטערט אייערע טענות אויב וואלט נישט געווען א צימעס אפטיילונג?
ז. וואלט איר געגאנגען אזוי ווייט ווי צאלן פאר עקסעס צו צימעס און וויפל?
ח. וואס האט איר אינזינען אינדערפרי ביים זאגן יהי רצון מלפניך שתצילני היום וכו'?
ט. וואס זענען אייערע אנדערע האביס חוץ צימעס.
י. האט איר עפעס א מעסעזש וואס איר ווילט איבערגעבן פאר אלגעמיינע ק"ש לייענער?

א דאנק פאר אייער צייט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר