ווער זענען די מלמדים פון דיינע קינדער?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4246
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3621 מאל

ווער זענען די מלמדים פון דיינע קינדער?

שליחה דורך טאמבל סאס »

ביי די גויאישע וועלט להבידל זעען מיר אז א טישטער, א פרינצעפל, א עדיזשיוקעיטער, וכדומה זענען שטארק געאכטעטע פאזיציעס, און מ'נעמט נישט אן סתם אבי סיי ווער. מ'דארף אסאך לערנען פארדעם וויאזוי זיך אומצוגיין מיט קינדער, האבן א קלין רעקארד, און פארשטענדליך פארמאגן די נויטיגע קוואליפיקאציעס און טאלאנטן צו קענען לערנען און דילן מיט קינדער.

ביי אונז גאר היימישע איז אבער דער ענין גאנץ אנדערש, אז איר וועט גוט קוקן וועט איר זען אז אין זייער אסאך פעלער זענען די מלמדים ספעציעל די אינגערע כיתות - סתם לא יוצלח'ניקעס וואס האבן אנגעשפיגן די גמרות אין כולל מיט שלאף-שפייעכץ, און צו גארנישט געטויגט, אבער גענוג גרויס און שטארק צו קענען בעל הבאטענען אויף אונזערע קליינטשיגע, געט מען זיי א שטעקן און האנט און מ'זעצט זיי אריין אין חדר אפ' נאר פאר א צייטווייליגע זאק, ווילאנג ס'וועט זיך אפגעפונען א צווייטער לייטישער ווי עמען. און אזוי צוביסלעך די ערשטע פאר יאר לערנט זיך דער אינגערמאן אויף די קינדערלעך'ס ביינדעלעך, רעדט אסאך שטותים, טוט אסאך נארישקייטן, אד"ג.

איי וועסטו פרעגן, "אינטרעסאנט איך האב עס קיינמאל נישט באמערקט" אוואדאי נישט! ווייל ס'איז נישטא עכט איינער וואס זאל אויסטשעקן די זאך, און נאכקוקן פונקטליך דעם מלמד, איר זענט צו פאריאגט מיט די ארבעט דורכן וואך, צו קענען גוט נאכקוקן דיין קינד צו ער איז עפעס קונה, און צו ער זיצט נישט סתם און פאטשקעט די צייט ביי דעם מלמד אויסהערנדיג זיינע בויך קוועטשערייען אינדערצייט וואס א צווייטע קלוגע טעטיגע געלונגענע מלמד וואלט אסאך מער געקענט אריינלייגן אין דיין קינד. און פארשטייט זיך דאס קען אזוי אנגיין יארן, אויב מאכט זיך נישט עפעס ערנסטע פראבלעמען וואס זאלן קלאר מאכן די עלטערן אז דער מלמד איז שוין ערגער ווי סתם 'אומקאפעטנט' .

איך קען למשל א מלמד פון א קליינע עידזש, וואס יעדעס מאל א קינד וויינט געט ער אים א קענדי ער זאל זיך בארוהיגן און שטיל שוייגן (צעקוקט)
א צווייטער זאגט מיר א חבר וואס האט א קינד ביי עם אין כיתה - זאגט זיינע קינדער אז וועגן דעם איז געקומען די מבול ווייל מ'האט זיך איינגעהאלטן פון גיין אין טוילעט
א דריטער פארציילט געבאקענע פאזעצונגען פון צדיקים פאר זיינע קינדער, און זאגט זיי נאכדעם אויס אז ס'איז הוילע באבקעס.
א פערטער זאגט פאר א קינד וואס גרייט זיך אפצופארן קיין אויסלאנד מיט זיינע עלטערן אז ער זאל אים ברענגען א געוויסע נאש וואס ער האט זייער ליב
א פיפטער לאזט זיינע קינדער זיך ארומהארגענען און אמפערן ביי די קעפ ביים זיך שפילן זאגענדיג! "ס'איז גוט פאר די חינוך. זיי מוזן זיך אויסלערנען צו זיין זעלבסטשטענדיג 'אינדעפענדעט' אומאנגעהאנגען.

א זעקסטער שרייט אויף א אינגל אינמיטן כיתה "דו חזיר! ביסט געבוירן אין א שטאל פון חזירים! און מאכט אומריינע ווערטלעך (נאז, ביה"כ, גאזן) פאר די קינדער וואס קאטשען זיך פאר געלעכטער און פארציילן נישט פאר די עלטערן ווייל ס'שמעקט זיי גאנץ גוט.
א זיבעטער כאפט צו פון די קינדער א בעג פאטעיטע טשיפס אינמיטן לערנען, און פרעסט עס אויף בפניהם מיט גרויס אפעטיט
א אכטער רוקט סתם אזוי אריין יעדן טאג א געשטאפטע אכילה גסה, א האלבע פעקל ברויט מיט כל מיני לפתן דערצו, אינדערצייט וואס ער הייסט זיינע קינדער חזר'ן די גמרא איינמאל און נאכאמאל ביז ער ווישט זיך אפ די שנויצן און בענטשט. א.א.וו.
לאמיר נישט רעדן פון אלע צווייפלהאפטיגע מעשיות און געשיכטעס וואס דרייען זיך כסדר ארום אויף דעם און יענעם.
פארוואס איז עס אזוי שווער איינצופירן א נארמאלע סיסטעם ווער ס'איז ראוי ומוכשר צו באקומען דעם פאסטן, כדי אונזערע קינדער זאלן זיך געפונען אין זיכערע הענט?!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר