פארוואס איך גיי נישט ווערן א OTD

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

פארוואס איך גיי נישט ווערן א OTD

שליחה דורך עזריאל »

ווי באריכטעט איז פאריגע וואך פארגעקומען א שרעקליכע טראגעדיע ווי א מיטגליד אין די OTD קהלה (ווי זיי רופן זיך) האט זיך טראגיש גענומען דאס לעבן נאכן שפרינגן פון א בילדינג אין מאנהעטן.

מיר אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז אלעס האט א חשבון פון הימל, אבער פון די אנדערע זייט איז נסתרים דרכי ה׳, און דערפאר גיי איך טאקע בשום אין אופן נישט ווייזן קיין פינגער און קיינעם נישט באשולדיגן. אבער איך וויל יא מענין לענין זיך באציען צו א געוויסער חלק פון די מעשה און דארט יא קלאר צייגן פינגער׳ס און באשולדיגן די שולדיגע.

ווי פערל רייך זאגט אויף איינער פון איר סאושל מידיע אנאנסן ווייסט שוין אפילו איר פיר יעריג טאכטער אז אלע אירע חברטע׳ס שטארבן. זי זאגט אז איר טאכטער האט איר געזאגט נאך די מעשה אז לעצטענס שטארבן אלע דיינע פרענד׳ס.

ווי [tag]שלום דין[/tag] זאגט פאר די פארווערד"ס האט ער אליין ״7 חבירים״ (איר הערט גוט, די נומבער איז 7, אין אידיש זיבן) וואס האבן זיך אליין דערהארגערט און דאס אלעס איז "נאר זייט 2008", און "ער האט נאך סך מער נאנטע וואס האבן געוואלט באגיין זעלבסמארד". רח״ל. דא האט איר די ווערטער פון שלום: „זינט איך בין אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט אין 2008 האָב איך שוין געזען ווײַט צו פֿיל זעלבסטמאָרדן,‟ האָט ער געזאָגט. „כ׳האָב שוין פֿאַרלוירן זיבן פֿרײַנד אַזוי, און אַ סך מער וואָס האָבן עס שיִער נישט געטאָן. אַ מאָל קלינגט מיר אָן אַ חבֿר וואָס איז אַזוי פֿאַרייִאושט, אַז איך האָב ממש מורא אויפֿצוהענגען דעם טעלעפֿאָן, פּרוּוו איך אויסציִען דעם שמועס אַזוי לאַנג ווי איך קען.

ווי ארי מאנדעל זאגט פארן פארווערד האט ער געוויסט אז זי איז אומשטאנד צו באגיין מארד. און ער איז גאר געווען איר חבר. און ווי עס שיינט האט ער גארנישט געטאהן דערצו. ווייל ווען מ'וויל טון איז דא אסאך וואס מ'קען טון.
די זעלבע האבן אנדערע נייעס אגאנטורן באריכטעט אז אירע נאנטע האבן געוויסט אז זי איז אומשטאנד צו באגיין זעלבסמארד. האט איינער עפעס געטאהן דערצו ״ניין״; שטעלט זיך א קשיא דא ווייזט מען א פנים פון אזא נאנטער פריינט אזאש אז מ׳קישט זיך ביז אונטערן אונטערהויזן מ'פארשפרייט בילדער איבער די גאנצע געוועב ווי מ׳זיצט צוזאמען און מ׳פארבראכט די צייט כאילו דאס איז די געשמאקסטער חבורה צווישן כלל ישראל, און דא לאזט דעם געקישטען אויס ברענען ווי א ליכט.

צו ארומגיין די בארא פארקע גאסן מאכן א פראפעגאנדע פילם פאר די פוט סטעפס ארגענעזאציע איז זי געווען גוט אבער צו ראטעווען איר לעבן גייט קיינעם נישט אן. און ווי זיי געבן איבער האט זי פאר אפאר וואכן צוריק אויך נישט געהאט ווי צו וואינען וואס פאר אזא מענטש וואס איז און אומשטאנד צו באגיין זעלבסטמארד און ליידט פון דעפרעסיע וואלט מען געדארפט תיקף העלפן אבער צווישן די אלע נאנטע גוטע פריינד איז נישט געווען קיינער איר צו העלפן.

אפילו די שקרן׳טע פון די היינטיגע דור דבורה פעלדמאן וואס זיכט אראפצומאלן א שיין בילד אויף די חברה האט שוין דא אויך נישט געקענט טרעפן א לימוד זכות.

זיי זענען אגאנצן טאג פארנומען אז זיי האבן נישט באקומען א דעגרי אין די יוגענט, מיר איז אבער שווער, איז דאס טאקע זייער פראבלעים? איז דאס טאקע וואס ס׳פעלט זיי? דארפן זיי טאקע גאווערמענט פאנד׳ס צו צאלן קאלידזש פארן עולם? איך וואלט זיי געראטן אז זיי זאלן מיט די געלט עפענען א מענטאל אינסטעטושן אדער א היים פאר קראנקע ווייל אז נישט וועט אין צוויי יאר פון היינט נישט זיין קיין איין לעבן געבליבענער פון די אלע חברה. און דאס איז זייער ערשטע פראבלעים, קודם דארף מען לעבן אין דערנאך אויסוועלן א מהלך החיים און ערשט דערנאך א קאלידזש דעגרי.

איך זעה נישט די חילוק פון שטארבן אלץ א געלערענטער ווי פון לעבן אלץ א אום געלערענטער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום עזריאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 83 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר