רבי'שע קינדער .vs פשוט'ע קינדער.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15261 מאל

רבי'שע קינדער .vs פשוט'ע קינדער.

שליחה דורך אדנירם »

האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט אין די אינטרעסאנטע פאקט פון נושרים/או.טי.די.ס/גליטשנדיגע פונעם סיסטעם, וויפיל די אדמורי"ם האבן שוין בייגעשטייערט דערצו?!

לאמיר מאכן א קורצע רשימה, כאטש מיינע ידיעות איבער דעם זענען באגרעניצט:
דער ברך משה מ'סאטמאר האט צוגעשטעלט אן אור אייניקל [מייזליש].
דער וויזניצער רבי האט דאכצעך צוגעשטעלט אן אייניקל.
דער סקווירער רבי האט צוגעשטעלט אן אייניקל [אויך א ברסלב'ע אייניקל].
דער אלטער פאלטיטשאנער האט צוגעשטעלט צוויי אייניקלעך [שטיין און טווערסקי].

אפילו צוריקגייענדיג האבן רבי'ס צוגעשטעלט אסאך אפגעפארענע:
דער אהבת ישראל מ'וויזניץ האט צוגעשטעלט טעכטער.
רבי ישכר דוב מ'בעלזא האט צוגעשטעלט א טאכטער [סערעטע רביצין].
דער מקור ברוך מ'סערט האט צוגעשטעלט א זון [מיכלע חלוץ].
דער באר מים חיים האט צוגעשטעלט א זון.
דער בעל התניא האט צוגעשטעלט א זון.
און נאך אסאך וואס כ'האב כרגע פארגעסן.


מאידך גיסא, נעם אזעלכע חסיד'ישע און ליטווישע גדולים, א שטייגער ווי:
הרב שך
רבי מאטל זילבער
רבי יצחק הוטנער
דער סטייפלער
רבי בנימין אייזנבערגער
הרב קלוגער
הרב וואזנער
רבי ישראל דוד שלעזינגער
רבי חיים קרייזווירטה
א.א.וו.
לפלא אז זיי אלע קומען נישט פון קיין חשוב'ע בעקראונד, און זייענדיג פשוטע קינדער זענען זיי אויסגעשטיגן צו זיין מנהיגים - איינער מער און איינער ווייניגער.

נאכמער, און די זעלבע צייט וואס אידן האבן באוויזן צו מחנך זיין די קינדער גענוג גוט אז זיי זאלן נישט אפפארן, זענען די רבי'שע קינדער יא אפגעפארן. זאת ועוד, אז זיי האבן טעכניש געהאט א באקוועמע לעבן אונטערן פאטער/זיידע'ס פארטוך, און אעפ"כ האבן זיי בועט געווען.

דער אשכול פארמאגט 55 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר