דער עתיד פון קרית טאהש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

דער עתיד פון קרית טאהש

שליחה דורך עזריאל »

היינט איז ליידער דער יום המר פאר חסידי טאהש מיט די פטירה פון זייער רבין זצ״ל, וואס האט אויפגעשטעלט דער טאהש׳ער שטעטל און דעם רבינס לעבן האט געהאלטן דאס שטעטל ביים חיות.

אצינד אז הצדיק אבד בלייבט איבער צו טראכטן וואס וועט טאקע זיין מיט דער שטעטל.

ווי באקאנט האבן זיך שוין און די לעצטע תקופה אוועק געצויגן א שיינע פאר אידן פון די סמעטענע פון דער קריה צוליב אינערליכע קריגערייען, ווי אויך איז דא דארט א גרויסע צאל אינגעלייט וואס האבן מיט טאהש א קנאפער שייכות נאר זיי האבן חתונה געהאט דארט, ווי אויך הערשט דארט א שטיקעל פאליטיק, במילא פרעגט זיך א פראגע, גייט דער שטעטל האבן א קיום?

ס׳איז דא א סברה צו זאגן אז יא, סוף כל סוף איז דא דארטן א שיינע ציבור אידן, וואס בלייבן דארט, ווי אויך דער נייער רבי הרב אלימלך לאווי שליט״א איז גאנץ א וואילער איד, און אין מיינע אויגן איז גאר נאך אפילו חשובער פון רוב אנדערע רבי׳ס משום כמה סיבות.

אדער קען מען זאגן אז ניין, דער עולם קריגט זיך דארט, די אינגעלייט ווילן נישט בלייבן דארט, זיי דארפן נישט זייערע קינדער זאלן זיי אויפוואקסן טאהש׳ע קאטשאלאבניקעס, ווילאנג ס׳איז געווען דער רבי מהיכי תיתי אבער אצינד גייט מען פאקן פעק.

אני כשלעצמי זעה אז און אפאר יאר פון איצט גייט טאהש קאנאדא אויסקוקן פונקט ווי טאהש אונגארן, ס׳גייט זיין א גדר ארום די שטעטל, אריינצוגיין וועט מען דארפן שמירן די גוי וואס גייט זיין די שומר הפתח דארט, ווי אויך וועט יונה לאנדא מאכן נסיעות ערגעץ קיין קאנאדא און זאגן אס דא האט געוואינט א טאהש׳ער צאדיק, און אונזערע קינדער די קומענדע דור קאווע שטיבל שרייבערליך וועלן חוזק מאכן דערפון דא אין שטיבל.

וואס האלט דער עולם? גייט טאהש אויסקוקן ווי קרית קאשוי? אדער האט עס נאך א קיום?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עזריאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר