נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:24 pm

נפתלי מאסטער פון יאפפעד האט ארויסגעגעבן א ווידיאו מעסעדזש צו די חסידישע עלטערען וואס האבן קינדער אין די מוסדות צו מסביר זיין זיינע מאטיווען און ווי אזוי מ'קען אים/אונז העלפען ראטעווען אונזערע קינדער פון די שרעקליכע עדוקעישאן

במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 916
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1054 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:41 pm

return to sender ;) :arrow:
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2294
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

Re: נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:58 pm

ריכטיג, גראדע זאגט ער זייער גוט
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:18 pm

איך בין אינגאנצן מיט איהם, ביי 3:43 דערמאנט ער קאווע שטיבל :lol:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4872 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:22 pm

ראשעקאל האט געשריבן:ריכטיג, גראדע זאגט ער זייער גוט

זאל ער נאר טוהן גוט אויכעט. רופן די עלטערן וואס האלטן ווי איהם איז איין זאך, אריינמישן די רעגירונג בעפאר וואס וואו ווען איז א צווייטע זאך.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2294
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:45 pm

וואס הייסט "אריינמישען די רעגירונג"?? מ'רעדט נישט דא אז די רעגירונג גייט געבן טיקעט'ס און שטראפען פאר די מוסדות, נאר אז זיי גייען זיכער מאכן אז אונזערע קינדער זאלן באקימען א דיסענט עדיאקעישען.

ס'איז אזוי ווי איינער עפענעט א נייע רעסטעראנט און די לאזט וויסן פאר די רעגירונג אז די רעסטעראנט עגזיסטירט ווייל די ווילסט אז די העלט דעפארטמענט זאל זיי וויזיטען פון צייט צו צייט זיכער צו מאכן אז אלעס איז געזונט און ריין. שטעל דיך פאר א רעסטעראנט אין ווילימסבורג האט נישט די "גרעיד לעדער" (A אדער B וכו'') פון די העלט דעפארטמענט ווייל די רעגירונג ווייסט נישט אז דארט איז דא א רעסטעראנט. ווען די מעלדסט פאר די רעגירונג אז דארט איז דא א רעסטעראנט "מסר'סטו" נישט אז זיי זענען נישט געזונט וכו', נאר די בעסטסט די רעגירונג צו מאכן דארט אינספעקשאנס אזוי ווי ביי אלע אנדערע רעסטעראנטס כדי די עסן פון יענע פלאץ זאל נאכקימען די געזונטהייט געזעצען
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5430 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:01 pm

לדאבוני בין איך נישט אזוי זעכער אז די מיאריטעט פון עלטערן ווילן באמת א גוטן עדיוקעישאן...

דאס איז פראבלעם נומער איינס!!!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:04 pm

נפתלי מאסטער ווידעא האט גראדע געכאפט מיין הארץ! אנשטאט שרייבן ביכער אויף ענגליש און רעדן צו די מידיע רעד ער צו זיינע ברידער אין מאמע לשון!, ס׳קוקט אויס ווי ער מיינט עס ערנסט! איך גיי אריינרופן זיין אפיס און אים געבן א שיינע מטבע! ער פארדינט עס! הלואי זאל ער מצליח זיין! :like
ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:

די זיידע איז אייביג געפארן אויפן באן מיט די דריטע קלאס אפילו סאיז ממש געוועהן צושטופט און סאיז נישט געוועהן קיין פלאץ.

ווען מ׳האט אים געפרעגט פארוואס פארט טאקע די רבי אייביג מיט די דריטע קלאס?
האט ער גענטפערט: ״ווייל סאיז נישטא קיין פערטע קלאס״...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6102
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3554 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:11 pm

פששש, הייסט ער איז סתם א גוטע אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות ער מיינט מיין טובה.
דא איד וואס ווארט פאר א היטש אדער א איד נויטיגט זיך אין געלט אדער דארף ח״ו פרוטעקציע ביי א שפיטאל בין איך זיכער אז ער לייגט זיך אויך אריין דערין אינגאנצן, הענגט סיינס שיסט קליפס, פשוט ווייל ער מיינט מיין טובה אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2136 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:14 pm

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:פששש, הייסט ער איז סתם א גוטע אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות ער מיינט מיין טובה.
דא איד וואס ווארט פאר א היטש אדער א איד נויטיגט זיך אין געלט אדער דארף ח״ו פרוטעקציע ביי א שפיטאל בין איך זיכער אז ער לייגט זיך אויך אריין דערין אינגאנצן, הענגט סיינס שיסט קליפס, פשוט ווייל ער מיינט מיין טובה אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות

פששש, הייסט "הצלה" איז סתם א גוטע אין כזאל זיי גלייבן בנאמנות זיי מיינען מיין טובה.
דא איד וואס זיינע קינדער באקומען נישט קיין נארמאלע עדוקעישאן, יונגערלייט האבן נישט קיין פרנסה, אדער א איד נויטיגט זיך אין געלט בין איך זיכער אז ער לייגט זיך אויך אריין דערין אינגאנצן, הענגט סיינס שיסט קליפס, פשוט ווייל ער מיינט מיין טובה אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 916
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1054 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1502 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:34 pm

ראשעקאל האט געשריבן:ריכטיג, גראדע זאגט ער זייער גוט

ראשעקאל: ער זאגט טאקע זייער גוט. טעארעטיש. איך בין מסכים מיט איהם 100%. די שאלה איז נאר וואס זיינע מעטאדן זענען. צו איז די ריכטיגע וועג צו גיין צו די רעגירונג און זיך באקלאגן אויף ישיבות...? ס'קען זיין אז אפילו די מוסדות החינוך וואס וואלטן קא-אפערירט מיט איהם האבן זיך צוריקגעצויגן ווייל אין אנהייב איז ער אריינגעקומען זייער שטארק אקעיגן דעם גאנצן סיסטעם פון חינוך. און ס'האט זיך געהערט פארביטערטקייט אין זיינע סטעיטמענטס.
נאר לויט דעם איצטיגן מצב, וואס די סטעיט רעגירונג גייט זיך ערנסט אריינלאזן אין אינוועסטיגעישנס, און ער (נ. מאסטער) וועט אפשר באקומען עפעס א פאזיציע, וועלן די ישיבות זיין געצווינגען צו פארהאנדלען מיט איהם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14705 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8394 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:45 pm

ער האקט אז רוב עלטערן ווילן אזוי. מהיכי תיתי? ווען איז געווען די פאלס? קיינער האט מיר נישט געפרעגט מיין מיינונג.
זאל ער פראבירן צו מאכן א קלאס ביינאכט פאר לימודי חול אזוי ווי עס זענען דא משניות קלאסן און ידיעות קלאסן וועט זיין לימודי חול קלאסן, עמיר זען צו עלטערן ווילן טאקע.
(זאל ער נאר ברענגן א ערליכע טיטשער, ער אליין זאגט און פארשטייט אז מיר גייען עם נישט טראסטן מיט אונזערע קינדער).

וואס איז שוין אזוי שלעכט מיט די היינטיגע סיסטעם אז נאך די חתונה ווען מ'שפירט אז ס'איז צייט זעטצט מען זיך לערנען א האלב יאר א יאר און מ'טרעפט גאנץ פיינע דשאבס.
איך קען פארזענליך אסאך מענשטן וואס זענען געגאנגן אין COPE און זענען זייער מצליח. פון אקאטענטס ביז עלעקטרישן'ס, אלע צופרידן און גליקלך.
אלץ פרנסה אויס איז די מצב נישט אזוי שלעכט אז מ'זאל מוזן טוישן די סיסטעם. אלא מאי אז ער וויל אז די קינדער זאלן אריינפאסן אין יאנקי סטעדיום על דבר זה דוה לבנו. און נצח ישראל לא ישקר.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך יואליש » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:58 pm

ירח בן יומו האט געשריבן:זאל ער פראבירן צו מאכן א קלאס ביינאכט פאר לימודי חול אזוי ווי עס זענען דא משניות קלאסן און ידיעות קלאסן וועט זיין לימודי חול קלאסן, עמיר זען צו עלטערן ווילן טאקע.



בכלל נישט דומה. וועלעכע פאראנטווארטליכע מאמע וויל ארויסשיקן א קינד אין די אווענט זיך זעצן לערנען פריש, נאכן פארברענגן איבער צען שעה אין שולע (!) די זעלבע מאמע וויל אפשר אז פיר פין די צען שעה וואס דאס קינד איז ממילא אין שולע זאל זיין געווידמעט פאר לימודי צורך. אפשר. און אפשר נישט. אבער די "מתמידים" טעסט איז נישט קיין הוכחה און ס'איז די שוואכסטע אופן תו קונה זיין א שפראך און לימודים.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2505
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3845 מאל

Re: נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:01 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:פששש, הייסט "הצלה" איז סתם א גוטע אין כזאל זיי גלייבן בנאמנות זיי מיינען מיין טובה.
דא איד וואס זיינע קינדער באקומען נישט קיין נארמאלע עדוקעישאן, יונגערלייט האבן נישט קיין פרנסה, אדער א איד נויטיגט זיך אין געלט בין איך זיכער אז ער לייגט זיך אויך אריין דערין אינגאנצן, הענגט סיינס שיסט קליפס, פשוט ווייל ער מיינט מיין טובה אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות

יא, א הצלה אינגערמאן איז געווענדליך א גוט הארץ, אין טאמער וועט ער זעהן איינער אין א נויט וועט ער צו לייגן א האנט אפי סאיז נישט קיין קשר מיט הצלה,
די הצלה לייט זענען אין די קאמיוניטי זענען א חלק פון אונזער לעבן, אין גיין בלייבן אין אונזער קאמוניטי,

זיצט דארט א אינגאטש מיט א שיינע בלאנדע טשופיק, האט מיט מיר אדער מיין קאמוניטי זירא, וואלט ״לכאורה״ הנאה געהאט אין מיין מפלה, אבער פלוצלינג דא, א זאך וואס האט מיט עיהם אין מיט זיינע קינדער קיין שום שייכות איז ער געטריי אין וויל פשוט מיין טובה אין מיינע קינדערס טובה ״בנאמנות״
טוע א טובה פרעג אן ביי די אראבער טאמער קומט צו גיין א קריסט אין הייבט זיך אן אריין לייגן אין זייערע פראבלעימן (נאר איין פראבלעים) אין ער האלט זיך נישט קיין קשר צו די קאמיוניטי, טאמער מוואלט עיהם נישט געווארפן בשם ועין,
דא קען א בלינדע זעהן, סאיז דא א עדזעדער, טאמער איז ער סתם א גוטע זאל ער גיין ראטעעוען שווארצע קינדער פון הינגער מיט ביל געיטס
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2136 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:17 pm

יואליש האט געשריבן:
בכלל נישט דומה. וועלעכע פאראנטווארטליכע מאמע וויל ארויסשיקן א קינד אין די אווענט זיך זעצן לערנען פריש, נאכן פארברענגן איבער צען שעה אין שולע (!) די זעלבע מאמע וויל אפשר אז פיר פין די צען שעה וואס דאס קינד איז ממילא אין שולע זאל זיין געווידמעט פאר לימודי צורך. אפשר. און אפשר נישט. אבער די "מתמידים" טעסט איז נישט קיין הוכחה און ס'איז די שוואכסטע אופן תו קונה זיין א שפראך און לימודים.

פיר אדער פינף שעה לימודי צורך? אר יו סיריעס? 4-5 שעה לימודי צורך? עס איז נישט דא קיין חומר צו לערנען אזויפיל שעות. דיין יונגעלע גייט נישט זיין קיין אטאם סייענטיסט ביי די בר מצוה.
אויף צו לערנען ריכטיג שפראך רעכענן און די וויכטיגע זאכן צו לעבן איז גענוג אסאך ווייניגער. חוץ אויב די כונה איז צו מאכן דיין זון א אמעריקן יענקי באי.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:22 pm

שטילער, ס'אז אביסעלע ווילד אים צו פארגלייכן צו ממש א קריסט ווס. אראבער...

איך וואלט ווען געגאנגן ווייטער, דו און איך און אלע ווייסן מיר זייער קלאר אז איינער וואס שיקט די קינדער אין די מוסדות קען זיך נישט אויפהייבן דעם שטימע און שרייען געוואלד, חוץ טאמער אז יענער איז גרייט אנשטאט זיינע קינדער זאלן לערנען נאך צוויי שעה לימודי חול, זאלן זיינע קינדער א גאנצן טאג לימודי חול, און צוויי שעה פון דזשינגל בעל (אין פאבליק סקול..) העכסטענס ביינאכט קענען זיי גיין צו מתמידים פאר לימודי קודש...

פארשטייסט וואס איך זאג? אודאי קען -ליידער- נאר אזא איינער שרייען און פארפירן. ער דארף נישט פון אונז גארנישט, האט נישט מורא אז מ'וועט טראסקענען זיינע קינדער.

ונניח אז ער האט אן אגענדע, ער איז פארווייטאגט אויף די סיסטעם וואס האט אים אויפגעצויגן, איז וואס?? מוז ער שוין שווייגען??? לאמיר זאגן אז 50% איז היינט שוין האס און נקמה, אבער בלייבט נאך איבער 50% און נישט קיין אומריכטיגע טענות און קלאגן.

דא גראדע וואלט מען געקענט ניצן דעם "קבל האמת ממי שאמרו"!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:26 pm

ירח, וואס וואלט ווען געקענט געשעהן אז אנשטאט לערנען מיט די קינדער הלכות טריפות לערענט מען אביסל מער קאמפיוטערס, ענגליש, רעכענען, ניין, לערן זיי נישט אויס די היסטאריע ווער ס'איז געווען פרעזידענט אין 1991, אבער ס'מינומום וואס ער גייט דארפן נאך די חתונה פארוואס זאלסטו עס אים נישט געבן?

אפגערעדט אויב רעדט מען פון די מיידלעך וואס דארט גייט דאך קיין חיוב פון לימוד התורה בכלל נישט אן, גיי פארשטיי פארוואס זיי האבן "פיינעלס" אויף שמואל ב' און הלכות מליחה??!!!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך yatzmachp » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:34 pm

מר מאסטער מיינט אונזער טובה און ער גייט אפילו מאכן פאנדרעיזערס פאר אלע מוסדות און אלע פרייע אידן גייען געבן אסאך געלט כדי מען זאל קענען באצאלן פאר אלע טיטשערס און די עלטערן וואס ווילן עס אזוי שטארק גייען באצאלן דאפלט שכר לימוד און צום סוף גייען אונזערע קינדער אויסקיקן ווי די הויכגעשעצטע אמעריקאנער היי סקול און קאלעדזש גרעדועטס וואס רובם ככולם זענען גארנישט ווערט מען מוז אימפארטירן די געלערענטע פון טשיינע און אינדיע. ווער עס איז אמאל געווען אין קאלעדזש ווייסט אז א ריזיגער פראצענט פראפעסארן און סטודענטן זענען נישט קיין אמעריקאנער
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 5:09 pm

ירח בן יומו האט געשריבן:ער האקט אז רוב עלטערן ווילן אזוי. מהיכי תיתי? ווען איז געווען די פאלס? קיינער האט מיר נישט געפרעגט מיין מיינונג.
זאל ער פראבירן צו מאכן א קלאס ביינאכט פאר לימודי חול אזוי ווי עס זענען דא משניות קלאסן און ידיעות קלאסן וועט זיין לימודי חול קלאסן, עמיר זען צו עלטערן ווילן טאקע.
(זאל ער נאר ברענגן א ערליכע טיטשער, ער אליין זאגט און פארשטייט אז מיר גייען עם נישט טראסטן מיט אונזערע קינדער).

וואס איז שוין אזוי שלעכט מיט די היינטיגע סיסטעם אז נאך די חתונה ווען מ'שפירט אז ס'איז צייט זעטצט מען זיך לערנען א האלב יאר א יאר און מ'טרעפט גאנץ פיינע דשאבס.
איך קען פארזענליך אסאך מענשטן וואס זענען געגאנגן אין COPE און זענען זייער מצליח. פון אקאטענטס ביז עלעקטרישן'ס, אלע צופרידן און גליקלך.
אלץ פרנסה אויס איז די מצב נישט אזוי שלעכט אז מ'זאל מוזן טוישן די סיסטעם. אלא מאי אז ער וויל אז די קינדער זאלן אריינפאסן אין יאנקי סטעדיום על דבר זה דוה לבנו. און נצח ישראל לא ישקר.

כ'ווייס נישט אויב רוב עלטערן ווילן אזוי, אבער רוב חברה דא אויף קאווע שטיבל ווילן זיכער אזוי. ליין נאר דורך אונזערע טענות אויפן סיסטעם ותמצא נחת. און אויב רוב עולם וויל נאכאלס נישט א טשעינדזש, איז דאס זעלבסט א חורבן און א תוצאה פון אונזער סיסטעם...

קלאסן ביינאכט?! @יואליש האט שוין גוט אפגעענטפערט.

וואס איז שלעכט מיט די היינטיגע סיסטעם? וואס נישט. דו זאגסט אז ביז א האלב יאר נאכן חתונה טרעפט מען זיך גוטע דזשאבס. כ'וואלט זיך געשעמט צו זאגן אזעלכע ווערטער. רוב עולם האט נישט קיין גוטע דזשאבס, און זענען נישט מצליח, און זענען נישט גליקליך און צפרידן ווי דו לייגסט עס אראפ. פאר א סיבה זענען אונז די גרעסטע צדקה נעמערס [ליין: סעקשאן 8, פוד סטעמפס, מעדיקעיד, וויק, ועוד] פון שטאט. דו וואוינסט אפשר אין לאס אנדזשעלעס?! ווייל אין די היימישע געגענטער ביזטו קאמפליטלי ראנג.

חוץ מזה, אפילו די וואס זענען יא מצליח, זענען דען מצליח אזויווי חברה ארויס פון קאלידזש? ברענג מיר נישט א ראי' פון די פאר מוצלחים. בדרך כלל, איז נישטא קיין היימישע לויער, דאקטאר, א.א.וו. אזויווי מ'קומט ארויס מיט א דעגרי פון קאלידזש.

אלס פרנסה אליינס איז די מצב ביטער ווי א זית, כ'ווייס נישט אין וועלכע לאנד אדער פלאנעט דו לעבסט. זעט אויס אויפן 'לבנה' [סימן לדבר: ירח בן יומו...]. ווייל ביינונז איז די מצב הפרנסה אין די 'ערד', צרכי ישראל מרובים ואין מושיע לצעקתם.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15501 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:55 pm

די סיבה פארוואס אזוי פיל פון אונזערע, נעמען צדקה פון די רעגירונג איז אינגאנצן נישט ווייל מען קען נישט טרעפן א נארמאלע דזשאב, וואס צו דעם וועט סעקולארע עדקיואציע העלפן, עס איז מער ווייל מען איז אזוי איינגעוואוינט פון יוגנווייז אן, אז וויפיל מען קען נעמען זאל מען נעמען אנשטאט צו זעהן וויפיל מען קען ארבעטן און פארדינען זאל מען טוהן, אויב וויל ער עכט אויפטוהן זאל ער בעסער קאמפיינען צו אויסלערענען אונזערע קינדער אחריות אויף זיך און אויפן לעבן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4872 מאל

Re: נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז

הודעהדורך smart » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:02 pm

לויערס אקןוינטינג א.ד.ג. גייט מען איןחדר נישט לערנען נאר פשוט ענגליש וואס דעעס לערנט מען שוין יעצט
אינזערע קינדער האלטען נישט דערביי וואס מען לערנט שוין יא.. (זאג וואס האסטו געווארפען אויף דיין טיטשער עפלעך אדער בארען...) אין עכטע לימודים איז נוגע ווען מען איז עלטער אין די יארן פון 51 בין 02 נו ווילען מיר דען אז מזאל דאס לערנען אין ישיבה

איך כאפ נאכנישט וואס ער קען דא אויפטוהן
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 244 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:44 pm

שש משזר האט געשריבן:חוץ מזה, אפילו די וואס זענען יא מצליח, זענען דען מצליח אזויווי חברה ארויס פון קאלידזש? ברענג מיר נישט א ראי' פון די פאר מוצלחים. בדרך כלל, איז נישטא קיין היימישע לויער, דאקטאר, א.א.וו. אזויווי מ'קומט ארויס מיט א דעגרי פון קאלידזש.

אלס פרנסה אליינס איז די מצב ביטער ווי א זית, כ'ווייס נישט אין וועלכע לאנד אדער פלאנעט דו לעבסט. זעט אויס אויפן 'לבנה' [סימן לדבר: ירח בן יומו...]. ווייל ביינונז איז די מצב הפרנסה אין די 'ערד', צרכי ישראל מרובים ואין מושיע לצעקתם.

די מיינסט אז ביי די גוי וואס האט יא געלערנט מער ענגילש יונגערהייט גייט עם עס אזוי גרינג מיט א דזשאב? איך ווייס נישט אין וועלכע פלאנעט די לעבסט אבער חפון די הויפט דאגות פון אמעריקא איז דזשאבס. איינער וואס האלט (ערענסט) ביים עפעס אויפטוהן מיט א האלב יאר COPE (און אביסל סייעתא דשמיא) איז ער נאך אזא לייט ווי די געלרענטע גוי. די אידישע מארקעט געבט גענעוג און נאך דזאבס וואס דער לימודי חול געבט צו דעם גארנישט צו (מלמדים, חינוך מיוחד, אתרוגים, סת"ם, כשרות, עסען געשפטן וכו'), די אנדערע דשאבס איז מיט אביסל טרעינינג (קאמפיוטער וכו') פאר א היימישע יונגערמאנשטיק אסאך ווייטער ווי יעדער גוי.
אונז לעבען אין דעם טעות אז ביי די גוי איז אלץ פיין נאר אונזערע סיסטים איז נישט גוט. וועק זיך אויף פון די זיסע חלום.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:28 am

א שאד זיך צו טענה'ן אויף פאקטן, אבער כ'וויל נאר וויסן איין זאך: צווישן די אלע וואס טרעפן ענדליך יא א דזשאב, וויפיל מאכן וועכנטליך [די ערשטע פאר יאר] איבער פינף אלפים א חודש?
פליז, רעד מער צום זאך.
דאס אז ער איז נישט קיין קוימען קערער, מאכט אים נאכנישט פאר קיין געלונגענער ארבעטער מיט א שיינע פרנסה. B & H שטעלט נאכאלס אוועק די גרעסטע פרנסה צענטער פאר היימישע אידן, און פאר א [ווייטאגליכע] סיבה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15501 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:41 am

איך האב א ידיד וואס האט געלערנט אין ישיבה, נאך זיין חתונה האט ער זיך צוגעלערנט קאמפיוטער פראגרעמינג, און היינט ארבע ער אין b & h, וואס איז ווייטאגליך מיט דעם?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4872 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:04 am

איינער שרייבט דארט ביי די קאמענטס "גייט אייך אינטערזיכן" :lol:
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 840 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: איסר האטלקי און 9 געסט