געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!

שליחה דורך נח בער »

ברוכים הבאים צום בית דין של מעלה, נאמען ביטע?
- בערקאוויטש?

וואס האסטו געטאן אין דיין לעבן?
- איך בין געווען א גרויסער איש חינוך, כ'האב אנגעפירט א בארימטן מוסד און זיך איבערגעגעבן צו מחנך זיין קינדער על טהרת הקודש.

גוט, אריין אין גיהנום.
- וו-א-א-א-א-ס???!!! גיהנום? פאר אלעס וואס כ'האב געטאן קומט זיך מיר נישט גן עדן???

ס'קומט זיך דיר, אבער ס'איז נישטא קיין פלאץ!

*

טייערע אידישע ברידער, די וואך פאנגט זיך אן סקול אין די בתי חינוך, און עטליכע הונדערט אידישע מיידלעך אין עיר התורה מאנסי זענען נישט אנגענומען געווארן אין קיין סקול! זיי בלייבן אין גאס! (דאס זעלבע קומט פאר אין עטליכע אנדערע שטעט אויך אבער אין מאנסי רעדט זיך עס פון א קאטאסטראפע ממש.)

שומו שמים! מיידלעך פון עכט נארמאלע און ערליכע שטיבער האבן נישט קיין סקול ואין פוצה פה ומצפצף. און ניין, מען רעדט נישט פון מיידלעך וועלכע האבן א שלעכטן רעקארד אדער וואס, אדער עלטערן וועלכע שטעלן זיך נישט צו. בכלל נישט! א גרויסער חלק פון די מיידלעך קומען פון העכסט נארמאלע משפחות וועלכע פאלגן אויס אלע תקנות! דער תירוץ איז, ס'איז נישטא קיין פלאץ!

מיט צוויי-דריי יאר צוריק האט זיך פארשפארט אַן ערליכע סקול אין מאנסי, צוליב געלט אישוס. עטליכע צענדליגער מיידלעך, עכט פרומע מיידלעך, זענען געבליבן אויפ'ן גאס פשוט ווייל יעדער מוסד האט געזאגט, פארוואס עפעס איז עס מיין פראבלעם? ס'איז יענעמ'ס פראבלעם. היי-יאר איז דא נאכאמאל א צרה, צוליב א סכסוך אין איין מוסד זענען פופציג מיידלעך אויף די גאס, עכט נארמאלע פרומע אידישע טעכטער. דער ענטפער פון יעדן מוסד איז, ס'איז נישט מיין פראבלעם, ס'איז יענעמ'ס. און די פופציג מיידלעך זענען בלויז א חלק פון דעם ברייטן פראבלעם.

רבותי, ווער נעמט אויף זיך די אחריות פון די הונדערטער אידישע מיידלעך וועלכע בלייבן אינדערהיים און וויינען מיט זודיגע טרערן, איבער זייער ביטערן שיקזאל, און קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג פון זיי?

ס'דארף באמערקט ווערן אז עטליכע מוסדות האבן א תירוץ אז זיי זענען ממש אנגעפולט און האבן נישט קיין פלאץ צוליב די ניי געקומענע איינוואוינער פון ברוקלין וועלכע האבן איבערגעפולט אלע קלאסן

וואו זענען די עסקנים? וואו זענען די מענטשן וואס שיקן אונז ארויס שטימען? וואו זענען די רבנים? ווער דארף זיך זארגן פאר די אידישע טעכטער אויב נישט זיי?

וואו זענען די דעוועלאפערס וועלכע שארן גאלד א דאנק די וויליאמסבורגער און בארא פארקער וואס קומען אהער און זענען מייקר השער און טרייבן ארויף די פרייזן אז ס'זאל נישט בלייבן קיין עפארדעבל הייזער פאר די ארעמע מאנסיער אידן? זיי פאר'חזיר'ן די שטאט מיט טויזנטער דירות אויף שמאלע גאסן, וואס די שטאט קען נישט פארנעמען, אבער קענען נישט אראפגעבן אפאר דאלאר צו בויען בנינים פאר די מוסדות צו קענען ארייננעמען די קינדער פון די מאנסיער איינוואוינער?

פון וואנעט נעמט זיך די רשעות פון די געציילטע מוסדות'ן וואס האבן יא פלאץ אבער נעמען אויך נישט אריין קיין מיידלעך, מחמת זארג אז זיי וועלן באקומען א שלעכטן נאמען ווייל זיי נעמען יא, ווען אנדערע נעמען נישט?

ווען א צעבראכענער טאטע רופט א רב און באקלאגט זיך אז זיין טאכטער האט נישט קיין סקול איז דער ענטפער, "וואס קען איך טאן? גיי צו יענעם און יענעם עסקן. ער העלפט עלטערן וואס קענען נישט טרעפן קיין סקולס פאר זייערע קינדער." אזוי?! דו ביסט א רב אין שטאט, ס'איז דיין אחריות. ווען ס'איז דא א קריזיס פאר וועלכן ס'פארלאנגט זיך א רב מיט קוראזש, ווארפסטו עס ארויף אויף א גוטהארציגן עסקן וואס נעבעך די הייסע טרערן פון די צעבראכענע עלטערן האבן אים צוגעטרעטן צום הארץ און דעריבער פארשווענדעט ער טעג און נעכט צו העלפן אידישע קינדער און ער באקומט נישט באצאלט קיין פעני דערפאר?

מאנסיער אידן, וואס שלאפן מיר?

גייט כאפט א בליק וואס ס'טוט זיך יעדע נאכט ביי די הענגאוט פלעצער, וואו ס'פארברענגען יונגען מיט מוידן צוזאמען. די יונגען גייען נאך מיט קאפלעך, די מיידלעך גייען שוין מיט הויזן און זיי רעדן אידיש, מאמע לשון. מיט צוויי יאר צוריק זענען עס נאך געווען געציילטע קינדער. יעצט האלט עס שוין ביי צענדליגער.

יא, צענדליגער מיידלעך זענען ארויס לתרבות רעה וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין סקולס און זייער צאל וואקסט

און אונזערע רבנים שלאפן! און אונזערע דעוואלפערס שיקן אונז ארויס וואוטן אז זיי זאלן קענען ברענגען נאך וויליאמסבורגער און בארא פארקער אידן קיין מאנסי!

אויב איינער פרובירט אנרופן א דעוועלאפער און זיך אויסוויינען צו אים איבער דעם ביטערן מצב איז א שאד זיין מי. די דעוועלאפערס האבן שוין צוויי יאר צוריק אויפגעהערט אויפהייבן 845 עריע קאוד נאמבערס, ווייל זיי ווילן נישט דיעלן מיט די ארעמע מאנסיער שנארערס וועלכע קראצן צוזאם א דאלאר צו א דאלאר כדי צו קענען קויפן א הויז, ווען די 718 אידן אפפערן באלד 50 אלפים מער כדי אז דער דעוועלאפער זאל אוועקלייגן די דירה פאר אים און עס נישט געבן פאר אן אנדערן איד. און אז ער קען באצאלן 50 אלפים עקסטערע פאר א דירה האט ער נישט קיין פראבלעם צו באצאלן נאך 10 אדער 20 טויזנט דאלאר פאר'ן מוסד צו אננעמען זיינע קינדער אנשטאט די מאנסיער קינדער.

דער אשכול פארמאגט 61 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר