פון "בכיה של חינם" צו "בכיה לדורות"!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

פון "בכיה של חינם" צו "בכיה לדורות"!

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]א ווידיאו קליפ וואס שפילט אויף די ספינקא רבי פון וויליאמסבורג ביי זיין טאטע'ס קבר אויף זיין יארצייט טאג, כ"ז אב, איז פארשפרייט געווארן אין סאציעל-מידיע, און האט ארויפגעברענגט א ביטערע שמייכעל אויף יעדען רעכדענקיגער איד'ס געזיכט. מ'שטיינס, מ'האלט דרשות אויפן בית עולם? מ'איז דורש אל המתים? ביי אידן איז א בית עלמין בכלל נישט געווען א מקום וואס מ'פארברענגט דארט, ביותר חסידים וואס פירן זיך עפ"י זוהר, וואס שרייבט בכמה מקומות אז אזא פלאץ פיל מיט רוחות און שלעכטע כוחות. קוים קוים וואס מ'האט מתיר געווען בדיעבד צו זאגן תהילים, כידוע אז די פוסקים פארענטפערן דאס ווי כאילו מ'בעהט סך הכל אז אין זכות פונעם נקבר פה זאל די תפילות נתקבל ווערן. גייט מען מיט א גאנצע טראסק, א שטענדער, בענקל, האנטוך און מה נשתנה ליכט און מ'פראוועט דארט כאילו לא היה?! ווער ווייסט וויפיל צרות דאס ברענגט אויף די וועלט?!

און צוגאב, א נוסף'דיגע שמייכעל איז ארויף, ווען מ'זעהט ווי דער רבי שטייט/פאלט צוזאם און שרייט "טאטע! טאטע!" דר'עולם איז שטיל, מ'קוקט, מ'הערט זיך צו, איינער כאפט אפילו ווידיאו. פלוצלינג, די רבי געהט א שריי "פארוואס זענט עטץ שטיל??!! שרייטס טאטע!!! – ווי געטרייע חסידים הערט זיך באלד יאמערליכע קולות, אין א בחינה פון גדול העונה יותר, און א בחינה פון יגביה קולו מן המברך.

דאס ליצנות אונטערן שלייער פון געוויינעריי איז ליצי-ליצנות.

ביי אונז אין וויזניץ איז דא א פורים-ווערטעל אז אין רבי'ן מגילת אסתר שטייט אריינגעצייכענט "כאן צריך לבכות", ווארום די רבי וויינט יעדעס יאר ביי א באשטימטע ארט, ווען מ'זאגט די ווערטער "מדוע אתה עובר את מצות המלך"...

וואס מיינט דאס ווען א מענטש וויינט? – ס'ווייזט אז ער איז א קלעם, פיזיש אדער גייסטיש. יעדעס קינד ווערט אזוי געבוירן, מ'לערנט נישט אויס ווען און וויאזוי צו וויינען. – איך דערמאן זיך ווי יאר יערליך ראש השנה פראביר איך צו וויינען, אלץ פחד פון דאס וואס איז שטייט אז ווער ס'וויינט נישט... אבער ס'גייט נישט, מ'קען נישט – אויסער שפילער'ס – וויינען לשם וויינען. וויינען איז א ריינע לויטערע שפראך וואס א מענטש רעדט ווען ס'טוט אים וויי.

וויאזוי גייט נאר די ניגון? אז דער רבי לאכט, לאכן אלע חסידים... ספינקא רבי האט מחדש געווען אז דער רבי קען הייסן דעם עולם וויינען, און אויף די רגע! אלע וויינען, נישט סתם, נאר אויפן קול!

נו, וואס גייט מיר אן אז מענטשען וויינען ווען מ'בעהט זיי צו וויינען?

פשט איז, כ'האב זיך אזוי מתבונן געווען איז מיר אויסגעקומען אז כל תורת החסידות לערנעט מען זיך אויס על רגל אחת פון די מינוטיגע קליפ! – וואס איז חסידות? ס'איז הלכה? ס'איז א חיוב? ס'איז א מסורה? ניין. ס'איז א תוספת, וואס אן עובד ה' מתוך אהבה יתירה, לייגט צו צו די מצוות, א חסיד נעמט אראפ מער פון זיך און איז דאס מקריב לשם ה'. ער איז נישט צופרידען פון סתם נישט אראפשערען די פאת-הראש, נאר ער לאזט עס וואקסען וויפיל ס'גייט. איין שעה דאווענען מאכט אים נישט רוהיג אז ער האט שוין געדאווענט היינט, ער פיהלט ער מוז צולייגן א שעה קודם און א שעה נאכדעם. זיין יראת השם איז גרויס, און איז מחמיר אויף נאך שיטות כדי צו זיין זיכער אז די מצוה איז געטוהן געווארן בשלימות על צד היותר טוב.

הייסן און צווינגען א מענטש צו זיצען א שעה פארן דאווענען, אים באצווינגען צו זיך מתבונן זיין ביז צו די הכרה פון שפלת עצמו און גדלות הבורא, איז זינלאז. חסידות איז כל כולו הרגשה. א געפיל. אנדערשט ווי טרוקענע הלכה וואס איז מחייב דעם מענטש צו היטן שבת, קענסטו אבער נישט מחייב זיין א מענטש צו טאנצען ביי לכה דודי. אויב פילט ער א שמחה צום שבת מלכתא, וועט ער קלאטשן ביי בואי בשלום, אויב נישט, איז זיין קלאטשן א דירקעטע אפ'חוזק'קייט פון די וואס קלאטשען יא מתוך שמחה.

היינט, אז חסידות איז געווארן א זאך וואס מ'הייסט טוהן, איז שוין שמחת חתן וכלה אויך געווארן א פאלטשע שמחה און א ליצנות. אנשטאט וואס חברים זאלן משמח זיין די חתן מתוך אהבה וקורבה, דינגט מען א "חברה טאנצערס" וואס קענען די מלאכה פון אויפשפילן וויאזוי ס'קוקט אויס ווען איינער איז טאקע פרייליך.

אז מ'לעבט מיט אזא מהלך, אז ענינים וואס איז בעיקרו א תוצאה פון א געפיל, א תוצאה פון יראת השם, א תולדה פון אהבת השם, און א ביטוי פון שמחה, איז א "חוב", צו דו פיהלסט יא צו דו פיהלסט נישט, איז שוין זייער פשוט און פארשטענדליך, אז ווען דער רבי הייסט וויינען, וויינט מען.

דאס קען זיין אפשר בדרך רמז וואס חז"ל זאגן אויף די מרגלים "באותו לילה 'ותשא העדה את קולה ותבך', ועל זה אמר הקב"ה: 'אתם בכיתם בכייה של חינם ואני אקבע לכם בכייה לדורות'! אז די וויינען איז שוין אויך פאלטש, וואס קען מען ערווארטן פון אונזערע דורות?[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר