א בריוו פין א חסיד צום רבי׳ן - דיינע מוסדות פירן אראפ מענטשען פינם אידישן וועג!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

א בריוו פין א חסיד צום רבי׳ן - דיינע מוסדות פירן אראפ מענטשען פינם אידישן וועג!!!!

שליחה דורך כאפצעם »

(Just a Copy Paste )

לכבוד העסקן הנגיד הערשי זילבערשטיין ני"ו 

איך האב באקומען דיין נומבער פין מיין חבר ער האט מיך געזאגט די פירסט א שטארקע סאשעל מידיע קבוצה פין אנשי שלומינו ד'סאטמאר וויליאמסבורג יצ"ו אין פין ‏דיר קען א מעסעזש אנקומען צו די ריכטיגע פלאץ 

גיי איך דא שרייבען אפאר דברים היוצאים מן הלב ‏וואס איך האף עס וועט זיין נכנסים אל הלב אין עס וועט אנקומען .  ווי עס איז פארהאן א אוזן קשבת 

מען האלט געציילטע טעג פאר די יום הדין ראש השנה. יעדער איד מאכט זיך א חשבון הנפש פאר ער טוט עפעס א עבירה.  אדער טוט איינעם וויי.   מען שטייט אויף צו סליחות .  מען לויפט צו רביס אין קברים אויסבעטען א גיט יאר.  מען גרייט זיך פאר יום טוב מען לערנט‏ מיט די קינדער. מען לויפט איינקויפען עסן מען מאכט א פיש פלייש ארדער. אלעס פארט שיין. וויליאמסבורגער באן פארט אין די שינעס 

איך בין היינט ג' סליחות ארויסגעפארען צו די ציון פין ריבניץ אין מאנסי. בעטען מיין חבר זאל זיין ראש השנה אין א שול אין צוריק קומען צו אידישקייט.  איך האב א חבר וואס האט געלערנט מיט מיך אין ישיבה. ער האט חתונה געהאט מיט א היימישע מיידל פין א שיינע היימישע שטוב. סיי זיין טאטע אין סיי איר טאטע זענען געווען ביי אלע מעמד יסוד איתן ‏אין אלף שמות
‏ליידער ליידער ליידער איז מיין חבר מער נישט קיין איד איך וויין בשעת איך שרייב די שורות. מיין חבר איז געווען א איד ווי מיך. זיין ווייב אין ער קומען פין הערליכע וויליאמסבורגע סאטמארע שטובער. אין זיי זענען מער נישט קיין אידען. זייערע קינדער זענען מער נישט קיין אידישע קינדער. אידען פארבלייבן זיי אבער איך מיין ארויסצוברענגען אז זיי ווייסען נישט פין קיין ראש השנה קיין יום הדין זייערע קינדער ווייסען נישט פין קיין יום הדין אדער פין גיין בכלל אין א שול . יא וויליאמסבורג גייט אן. יא דער רבי זאל לעבן וועט ארויפגיין אויף די באלעמער וויינען .  איך האב א זיץ אין הופער איך גיי מיטוויינען ווען דער רבי וועט שרייען אין וויינען אז אידישע קינדער פארען אפ פין אידישע דרך ‏
פאריאר ‏האט די רבי אזוי געוויינט וועגען די אפגעפארענע אפילו הושענה רבה האט די רבי נישט נאכגעלאזט. יא רבי מען וויינט איבער די אפגעפארענע

 רבי איך וויל דיך זאגען איך האב א חבר וואס איז אפגעפארען מיט זיין ווייב אין קינדער צוליב אכזריות פין דיין מוסד אין וויליאמסבורג. מען האט אים פארטריבען מיט די גרעסטע מאס רשעות. ער האט נישט געהאט ווי צו שיקען אין וויליאמסבורג. ער מיט זיין ווייב זענען ארוני'ם .   ביי די זאלוני'ם ווערן זיי נישט אנגענומען. פאפא זיכער נישט אין וויזניץ אויך נישט. האבן זיי געוואנדערט אויף ב"פ ווייל ווילאנג קען מען זיצען אין וויליאמסבורג ווען די קינדער האבן נישט קיין מוסד. דארט אין ב"פ האט מען זיך  געווארפען מיט זיי. ווייל קיינער זיכט נישט די סחורה וואס קומען פין וויליאמסבורג וועגן נישט האבן ווי צו שיקען קינדער. האבן זיי געלייגט אין א שוואכע מוסד. זיך צוצישטעלן צו די אנדערע עלטרין פין יענע מוסד האבן זיי זיך געמיזט דערקייקלען ווי זיי האלטן יעצט

רבי איך האב איין בקשה איידער איר גייט ארויף צו די באלעמער וויינען איך וויין שוין.  דער בחור איז געווען מיין ידיד ער האט געפלאנט אויפצישטעלן א בית נאמן בישראל ווי איך. רבי איך וויין אויף זיינע דורות וואס וועלן שוין נישט לייגן תפילין אדער וויסן אז ה' הוא אלוקים. רבי עס איז נישט דא נאך איינער זייט מען איז דא אין גלות אמעריקע וואס איז אפגעפארען מיט די ווייב אין קינדער. בלויז וועגן די מוסדות . דאס איז א חידוש. דאס איז א פרשה פין בערך 5 יאר צוריק אין די וויליאמסבורגע מוסדות האבן זיך נישט געלערנט. ווי זיי פירען זיך אויף . קען מען חרוב מאכן נאך שטובער.  רבי נאר די קענסט אפשטעלען די אכזריות פין די פירער פין די מוסדות‏

רבי איידער די תקיעות שופר דרשה.  שריי צו די וויליאמסבורגע פירער פין די מוסדות ראטעוועט אידישע קינדער אין עלטרין פין ווערן גוים מחללי שבתים. ‏ הערטס אויף אוועקשטיפען אין שווער מאכען צו זיין א איד אין שיקען קינדער לערנען הייליגע תורה. יעדער וויל זיין גיט אבער יעדער קומט נישט פין די זעלבע שטוב. יעדער האט נישט די זעלבע נאטור. רעכענט ענק מיט יעדע מצב


פירער פין די מוסד וויינטס ענק אויס אויף ענקערע דורות דעם רבוש"ע האט נישט מורא פין ענק. ער איז שטערקער פין ענק. ענק האבן פארטריבען מיט אכזריות זיינע קינדער. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון מען גייט אריבערפירען מיין חברס נאמען אין ראש השנה אזוי ווי ענקער. מלאכים פרעגן פארוואס איז ער אין זיין ווייב אין קינדער נישט אין שול אין מען ענפערט אז זיין ווייב האט געהאט א שייטל בשעת ארויפלייגען די קינדער אויף די באס. אין דערפאר האט מען באשלאסען די משפחה באלאנגט נישט צו זיין אידען. אין די קינדער טארען מער נישט לערנען אין א סאטמארע מוסד

איך בין נישט קיין עושר א שטילע אינגערמאנטשיק וואס ארבעט שווער על המחיה ועל הכלכלה. איך האב נישט קיין צייט אפילו צו רעדען. איך בין ארויס געפארען קיין מאנסי צו די ציון האט עס מיך געקאסט פין מיין טאש. ווייל איך ארבעט אויף די שעה. מיך גייט מען נישט אויסהערען. עס קרענקט מיך אין אויף די וועג אהיים פין מאנסי האב איך באשלאסען צו שרייבן צו דיך די ווערטער. וואס מיין חבר האט מיך געעצהט אז אפשר דורך דיך וועט עס ערגעץ אנקומען
Very long but very strong [emoji651]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כאפצעם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר