זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך בן אדם » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:02 pm

אוודאי, אין חסידישע ספרים ווערט דאך שוין דערמאנט דער ענין נשיקין קדישין.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:05 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז טאקע אינטערעסאנט צו באטראכטן וויאזוי דאס איז געשען, ווייל איך מיין אז פאר'ן קריג איז יא געווען נארמאל זיך צו געבן א קיש,
אפשר איז דאס געשען ביי די מלחמה איבערלעבער דור וואס זיי האבן פארלוירן געוויסע געפילן,

גראדעמעכעלע: דאס גיט חומר למחשבה. נאר איך מיין אז דאס האט צו טון מיט אכשר דרא'דיגקייט. וואו איינער וויל איבערשטייגן דעם צווייטנ'ס משוגעת'ן. ווייל די מלחמה איבערלעבער דור (אונזערע עלטערן און זיידעס/באבעס) זענען געווען גאנץ נארמאל. און זיי האבן נישט גורס געווען די היינטיגע פאררוקטע אכשר דרא'דיגע, פאררוקטע זאכן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13652
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8766 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:22 pm

איז קושן די אהבה אליינס ? אדער נאר א וועג וויאזוי אויסצודרוקן די אהבה,?
איך מיין אז ס'איז די צווייטע,

די ריכטיגע וועג וואזוי מ'האט ליעב איינעם, איז נישט מיט'ן טוהן זאגן, אדער טוהן מעשים [וואס טראגט אזוי פיל געוויכט ווי זאגן ] פון אהבה, נאר די אמתע אהבה קומט ארויס ווען מ'האט מיטגעפיעל מיט יענעם, דו העלפסט ארויס אינדערהיים כדברי וואנצעס,
א גוטע דוגמא איז די אלע שוואכע אידן, וואס קענען זינגען הקב"ה אנחנו אוהבים אותך אינמיטן גאס פאר 24 שעה רצופות, אבער האט א קנאפע שייכות מיט תורה ומצוות וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון אונז צו טוהן.

האב עכטע אהבה, און די אלע אויסערליכע זאכן זענען איבעריג, דיין קינד וועט אסאך מער ארויסנעמען ווען ער וועט זעהן די רעספעקט וואס דו גיבסט אפ פאר דיין ווייב, ווי דו העלפסט איר אא"וו, ווי ווען דו זאלסט איר האגן יעדע נאכט ביי סאפער און נישט צולייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער אינדערהיים,

אונטערשטע שורה, נישט פארמישן דעם עיקר מיט עפעס וואס איך ווייס אפי' נישט צו ס'איז א טפל
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:25 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:איז קושן די אהבה אליינס ? אדער נאר א וועג וויאזוי אויסצודרוקן די אהבה,?
איך מיין אז ס'איז די צווייטע,

די ריכטיגע וועג וואזוי מ'האט ליעב איינעם, איז נישט מיט'ן טוהן זאגן, אדער טוהן מעשים [וואס טראגט אזוי פיל געוויכט ווי זאגן ] פון אהבה, נאר די אמתע אהבה קומט ארויס ווען מ'האט מיטגעפיעל מיט יענעם, דו העלפסט ארויס אינדערהיים כדברי וואנצעס,
א גוטע דוגמא איז די אלע שוואכע אידן, וואס קענען זינגען הקב"ה אנחנו אוהבים אותך אינמיטן גאס פאר 24 שעה רצופות, אבער האט א קנאפע שייכות מיט תורה ומצוות וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון אונז צו טוהן.

האב עכטע אהבה, און די אלע אויסערליכע זאכן זענען איבעריג, דיין קינד וועט אסאך מער ארויסנעמען ווען ער וועט זעהן די רעספעקט וואס דו גיבסט אפ פאר דיין ווייב, ווי דו העלפסט איר אא"וו, ווי ווען דו זאלסט איר האגן יעדע נאכט ביי סאפער און נישט צולייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער אינדערהיים,

אונטערשטע שורה, נישט פארמישן דעם עיקר מיט עפעס וואס איך ווייס אפי' נישט צו ס'איז א טפל

איז אמירת שמו"ע די ריכטיגע תפילה? ניין. עבודה שבלב זו תפילה. נאר וואס דען? מחמת קוצר ה'אטענשאן-שפאן, אנטלויפן די מחשבות, און די איינציגסטער וועג צו פארזיכערן א ריכטיגע תפילה, איז אז מען זאגט ארויס די ווערטער מיטן מויל. נארישע חצוניות, אבער פארט א מיטל. וכן באהבה.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:37 pm

שלום על ישראל: עפעס האט זיך צופיפן ביי מיר. כ'ווייס נישט אויב ס'איז דער סארקאזם דיטעקטאר אדער דער תמימות און נאאיוויטעט פייפער. ווייל אוועקצומאכן די תפילת שמו"ע וועלכע די אנשי כנה"ג האבן מתקן געווען אז ס'איז נאר א טפל, איז פונקט אזוי ווי א פאר תמימים זאגן אז דער ----י---ל וועגט איבער דעם שולחן ערוך און די גמרא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13652
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8766 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:39 pm

אינטערעסאנט אז דעם שרעק-אנווארפנדן "ראשית חכמה", און אנדערע ספרים פאר וועלכע ס'איז נישט באמת דא קיין איבריגע אהבה, איז מען יא מחנך צו קושן דייקא מיט די ליפן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2536
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10037 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:45 pm

נא האסטו די תירוץ, אויב די געפיל צום ראשית חכמה געבט מען ארויס אין פארעם פון א קיש, וויאזוי זאל מען טון דאס זעלבע צום איידעלע באליבט ווייבל,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך Kool man » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:49 pm

כדברי רויטע וואנצעס, ועוד, מ'זעהט ביי אוה"ע ווי זיי קושען זיך און הערען נישט אויף צו ווייזען ליבשאפט, ווען מ'ווייסט אז אינערליך קענען זיי זיך רייסען ביי די קעפ אגאנצען טאג, פיהל פון די מנשקים ומנשקות הרג'ענען זיך צומאהל איינער דעהם אנדערען, און אלע נשיקות ווערען צואינען ווי א זייפען בלאז, איך האב געזעהן ביי מיינע עלטערען שעצונג, קערינג און שערינג און געפיהל, ווען מיין מאמע האט זיך צובראכען א פיס איז מיין טאטע איר געשטאנען ארויסהעלפען און אהיימגעקומען פריער איר צו שטיין ביי די האנט, ווען מיין טאטע האט געדארפט עסען האט ער געפרעהגט מיין מאמע צו זי האט שוין געגעסען, אא"וו, און די זעלביקע פון מיין מאמע צו די טאטע, ס'יז געווארען ביי אונז איינגעפלאנצט אז די טאטע מאמע האבען גרויס אהבה, און מיט דעהם זעמיר אויפגעוואקסען, א קוש וואלט נישט געהאט קיין גוטען עפעקט
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:05 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:שלום על ישראל: עפעס האט זיך צופיפן ביי מיר. כ'ווייס נישט אויב ס'איז דער סארקאזם דיטעקטאר אדער דער תמימות און נאאיוויטעט פייפער. ווייל אוועקצומאכן די תפילת שמו"ע וועלכע די אנשי כנה"ג האבן מתקן געווען אז ס'איז נאר א טפל, איז פונקט אזוי ווי א פאר תמימים זאגן אז דער ----י---ל וועגט איבער דעם שולחן ערוך און די גמרא...!

די נאאיוויטעט ליגט ביי אייך. ווער מאכט אוועק די תפילת שמו"ע? מיין נקודה איז זייער קלאר: די די אנשי כנה"ג האבן עס מתקן געווען ווייל מחשבות פליען אהין און אהער, און מ'דארף עס ארויסברענגען בפועל. די זעלבע מיט ליבשאפט. כדי אנצוהאלטן א שטארקע בונד, פעהלט זיך אויס עס צו ארויסברענגן בפועל.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:28 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז טאקע אינטערעסאנט צו באטראכטן וויאזוי דאס איז געשען, ווייל איך מיין אז פאר'ן קריג איז יא געווען נארמאל זיך צו געבן א קיש,
אפשר איז דאס געשען ביי די מלחמה איבערלעבער דור וואס זיי האבן פארלוירן געוויסע געפילן,

אויף וויפיל כ'האב געליינט / געזען / געהערט איז דאס נישט געווען די נארמע אין ערגעץ, ביי 'טראדיציאנאלע' אידן (ד.ה. לאו דוקא מדקדקים בקלה כבחמורה נאר נאכנישט מאדערן געשטימט. אירעלעוואנט די מאס שמירת תומ"צ).

ליבי אומר לי אז דאס צייגן ברבים אהבה בין איש לאשתו איז א מאדערנע זאך, א אפנויג פון 'טראדיציאנאלע' קאנסערוואטיווע ווערטן און רעליגיעזע מנהגים. כ'וואלט זיך געטרויט צו זאגן (ביז מ'וועט מיר אפווענדן) אז ביי גוים איז דאס אויך נישט געווען די נארמע ביז די מאדערנע תקופה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4652 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1753 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:38 pm

ראובן האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דעם שרעק-אנווארפנדן "ראשית חכמה", און אנדערע ספרים פאר וועלכע ס'איז נישט באמת דא קיין איבריגע אהבה, איז מען יא מחנך צו קושן דייקא מיט די ליפן.

ראובן: אז מ'רעדט שוין. די מלמדים וועלכע לערנען ראשית חכמה און קב הישר (די שרעקעדיגע חלקים, וואו ס'רעדט זיך פון שאול תחתית און כף הקלע) מיט קליינע קינדער דארף מען מעביר זיין. מיין רבי האט דאס געלערנט אין קלאס. און איך און מיינע חברים האבן ביי ריסעס געשפיעלט אז אונז זענען מלאכי חבלה און מ'ווארפט איינעם אין כף הקלע. אונז זענען געווען זייער שטארק דזשעלעס אויף די מלאכי חבלה...! אבער ס'איז דא קינדער וועלכע האבן נייט-מעירס און ווערן זייער שטארק דערשראקן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13652
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8766 מאל

הודעהדורך לאשיצער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:36 pm

דעת תורה האט געשריבן:ליבי אומר לי אז דאס צייגן ברבים אהבה בין איש לאשתו איז א מאדערנע זאך, א אפנויג פון 'טראדיציאנאלע' קאנסערוואטיווע ווערטן און רעליגיעזע מנהגים. כ'וואלט זיך געטרויט צו זאגן (ביז מ'וועט מיר אפווענדן) אז ביי גוים איז דאס אויך נישט געווען די נארמע ביז די מאדערנע תקופה.

דאכט זיך אז דו ביסט גערעכט. אויך ביי גויים איז דא א הייסע אנגייענדע דיסקוסיע איבער דעם ענין זיך קושן בפרהסיא (זע לדוגמא דעם ארטיקל פון צוריק מיט דרייסיג יאר)
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:52 pm

@דעת תורה, דו רעדסט וועגן צייגן אהבה ברבים, די שמועס דא איז איבער זיך פירן באהבה אינדערהיים פאר די קינדער,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1803
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2312 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:54 pm

ס'א גרויסע חילוק פון קושן בפרהסיא, אין פארענט פון פרעמדע, און פאר די אייגענע קינדער.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:59 pm

השתא דאתית להכי אז קושען איז א דבר צנוע , קען פארנט פון קינדער אויך זיין א חסרון אין צניעות ,והנח להם לישראל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:22 pm

ImageUploadedByTapatalk1442794943.707654.jpg
ImageUploadedByTapatalk1442794943.707654.jpg (98.74 KiB) געזען געווארן 1818 מאל
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:22 pm

באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:43 pm

ירא שמים: די סצענע וועלכע איז אראפגעמאלן אויפ'ן פאסט קארטל איז דאך פון פרייטיג צו נאכטס. אפשר ראש השנה שחל להיות בשבת. נו, ס'שטייט דאך אזוי אין אתקינו סעודתא פון אר"י הק'. ..."יחבק לה בעלה, וביסודא דילה, דעביד נייחא לה, יהא כתיש כתישין...!
(נאך א מזל ס'איז אויף אראמיש, און די קינדער פארשטייען עס נישט, האפנטליך...)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13652
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8766 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 9:49 pm

זייער א שטארקע נקודה, @וכדומה.

ווי דער עולם זאגט שוין איז לאו דוקא די ווארט קיש. די ווארט איז ארויסציווייזן אהבה ואחוה, וואס דאס איז די געזונטסטע זאך פאר די קינדער.
אויף צו קענען געבן א קיש אין פארענט פון די קינדער, דארף מען קודם טוישן די גאנצע מענטאליטעט ביים היימישן ציבור, אזוי אז דער קינד זאל דאס נישט אנקוקן ווי די טאטע מאמע זענען אראפ פון זינען, וואס דאס אליין קען אים שאטן.

מאנכע פירן זיך צו שיקן מעסיזשעס צו די מאמע, אז זי איז דאס אדער יענץ וכדו'. דאס איז דאס ערגסטע זאך וואס מען קען טון מיט א קינד, אים צו נוצן אלס שטעקן קעגן די ווייב. אבער מדה טובה מרובה, מען קען שיקן א מעסיזש מיט א קינד אז דאס קינד זאל איבערגעבן פאר די מאמע אז מען האט איר זייער ליב, און אז זי איז די בעסטע וכו'. וכן אני נוהג.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4032 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:15 pm

דעת תורה האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז טאקע אינטערעסאנט צו באטראכטן וויאזוי דאס איז געשען, ווייל איך מיין אז פאר'ן קריג איז יא געווען נארמאל זיך צו געבן א קיש,
אפשר איז דאס געשען ביי די מלחמה איבערלעבער דור וואס זיי האבן פארלוירן געוויסע געפילן,

אויף וויפיל כ'האב געליינט / געזען / געהערט איז דאס נישט געווען די נארמע אין ערגעץ, ביי 'טראדיציאנאלע' אידן (ד.ה. לאו דוקא מדקדקים בקלה כבחמורה נאר נאכנישט מאדערן געשטימט. אירעלעוואנט די מאס שמירת תומ"צ).

ליבי אומר לי אז דאס צייגן ברבים אהבה בין איש לאשתו איז א מאדערנע זאך, א אפנויג פון 'טראדיציאנאלע' קאנסערוואטיווע ווערטן און רעליגיעזע מנהגים. כ'וואלט זיך געטרויט צו זאגן (ביז מ'וועט מיר אפווענדן) אז ביי גוים איז דאס אויך נישט געווען די נארמע ביז די מאדערנע תקופה.

א ריכטיגע נקודה. אין דער היסטאריע פון טעלעוויזיע איז באקאנט ווען עטליכע צענדליגער יארן צוריק איז דאס ערשטע מאל געוויזן געווארן א קינג-סייז בעט פאר איש ואשתו.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2536
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10037 מאל

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:19 pm

ברסלבר וואס פונקטליך איז ראנג מיט אונזער ממענטאליטעט ? דאס זיך נישט קושען איז א ענין פון צניעות , און ליבשאפט ארויסווייזען קען מען אננדעם אויך איז וואס איז די פראבלעם ?!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:23 pm

ראובן האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דעם שרעק-אנווארפנדן "ראשית חכמה", און אנדערע ספרים פאר וועלכע ס'איז נישט באמת דא קיין איבריגע אהבה, איז מען יא מחנך צו קושן דייקא מיט די ליפן.

דיסלייק
ראובן ספאסט נישט פאר דיר .
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:24 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ירא שמים: די סצענע וועלכע איז אראפגעמאלן אויפ'ן פאסט קארטל איז דאך פון פרייטיג צו נאכטס. אפשר ראש השנה שחל להיות בשבת. נו, ס'שטייט דאך אזוי אין אתקינו סעודתא פון אר"י הק'. ..."יחבק לה בעלה, וביסודא דילה, דעביד נייחא לה, יהא כתיש כתישין...!
(נאך א מזל ס'איז אויף אראמיש, און די קינדער פארשטייען עס נישט, האפנטליך...)

פארדעם טאר מען נישט לערנען קבלה פאר די פערציג ! בוסט שוין פערציג ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:16 pm

ירא שמים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ירא שמים: די סצענע וועלכע איז אראפגעמאלן אויפ'ן פאסט קארטל איז דאך פון פרייטיג צו נאכטס. אפשר ראש השנה שחל להיות בשבת. נו, ס'שטייט דאך אזוי אין אתקינו סעודתא פון אר"י הק'. ..."יחבק לה בעלה, וביסודא דילה, דעביד נייחא לה, יהא כתיש כתישין...!
(נאך א מזל ס'איז אויף אראמיש, און די קינדער פארשטייען עס נישט, האפנטליך...)

פארדעם טאר מען נישט לערנען קבלה פאר די פערציג ! בוסט שוין פערציג ?

אונזער באלעגאלעה איז שוין אסאאאאאאאך עלטער דערפון!!
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 675 מאל

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:22 pm

וואו זוי וויסטו ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט