די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך ראובן » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:26 pm

אין ירושלים עקזיסטירט א ישיבה קטנה מיט'ן נאמען "חכמי לב", אנגעפירט דורך הצדיק והחכם, מתלמידיו של נחשון בן עמינדב, הרב בצלאל כהן שיחי'.

Cohen_Bezal.jpg

הרב בצלאל כהן

הרב כהן איז אן איידעלער 40-יעריגער חרדישער ליטווישער איד, טאטע פון זעקס קינדער, א תלמיד פון קול תורה, פאנעוויזש, און מיר, וועלכער איז שוין יארן לאנג אקטיוו צו העלפן חרדישע אידן מיט פרנסה-מעגליכקייטן און בילדונג. אין יאר תשע"ד האט ער געעפנט א ישיבה מיט'ן נאמען "חכמי לב" וואס גיט פאר די תלמידים, בנוסף צו די לימודי קודש, אויך וועלטליכע בילדונג זיי צוצוגרייטן פאר דער ברייטער וועלט. וואס מיר וויינען און שרייען אז אונזערע קינדער דארפן האבן, איז פאר הרב כהן א פראגע פון "למעשה". ער ווארט נישט אויף קיין כבוד, און טראץ שרעקליכע רדיפות אויף טריט און שריט, פירט ער זיין ישיבה ברוב כוח ואמיץ אונים.

"חכמי לב" איז אויסגעשטעלט ווי א קלאסישער ישיבה, מיט אלע טראדיציאנעלע לימודים, און צו דער זייט ווערן די תלמידים געלערנט תנ"ך, היסטאריע, ענגליש און מאטעמאטיק. די ישיבה האט אויך א ציל צו בויען דעם כאראקטער פון יעדן תלמיד, כל אחד לפום דרגא דיליה, און געבן פאר די תלמידים זיך צו בויען מיט ספארטס, מוזיק און ארט.

יעדער געזונטער טאטע אדער מאמע וואס הערט וועגן די מעגליכקייט פון אזא סארט ישיבה פאר זייערס א קינד ווערט נאר מלא רגש און איבערגענומען. אבער נישט די חרדישער פירערשאפט. פאר זיי מיט זייערע פופעט-צייטונגען איז דאס א "מוסד שעטנז" און אן "אסון".
453.jpg


452.jpg

א שיעור אויף תשובה, פארגאנגענעם חודש אלול, אין ישיבת "חכמי לב"

אין תשע"ד האט "חכמי לב" געזאלט באקומען א שטח פון דער רעגירונג פאר דער ישיבה, אבער די חרדישע פירערשאפט האט געפירט א פייערדיגע מערכה דערקעגן מיט'ן אויסרייד אז דער שטח קומט אויפ'ן חשבון פון אנדערע חרדישע מוסדות. אין די יעצטיגע טעג שטייט די צוקונפט פון "חכמי לב" ווידעראמאל אויפ'ן וואגשאל, ווען די רעגירונג איז דן איבער געבן אן אנדערן שטח פאר דער ישיבה – דאסמאל א שטח וואס וועט זיין אויפ'ן חשבון פון די חילונים. אבער נישט די חילונים פירן די פרישע מערכה. די חרדים האבן געמאכט עמערדזשענסי מיטינגען צו מטכס עצה זיין וויאזוי אוועקצונעמען די מעגליכקייט פון "חכמי לב" צו באקומען א שטח פאר דער ישיבה, און לייגן פרעשור אויף דעם ראש העיר ניר ברקת אז ער זאל בשום פנים ואופן נישט געבן דעם שטח פאר "חכמי לב"!
Kikar.JPG


יא, די וויכטיגע אסיפה וואו רבנים און עסקנים זיצן בכובד ראש איז נישט וויאזוי צו העלפן חרדישע ארימעלייט באקומען א מקור חיונה, נאר וויאזוי אפצושטעלן א חרדישע ישיבה וואס גיט פאר בחורים א שטיקל עדיוקעישאן!

כסדום ועמורה היינו.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10032 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:27 pm

א חינוך-דרשה פון הרב כהן אין תשע"ד


ארטיקל איבער דער יעצטיגער מערכה:
http://www.nrg.co.il/online/11/ART2/726 ... 107&loc=21
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10032 מאל

Re: די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:28 pm

די חסידישע זענען אויך אינוואלווד אין די מערכה ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:21 pm

א חשוב מקום, איך קען איינע פון די מייסדות, תליט"א, זי מיינט עס לשם שמים.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8510 מאל

Re: די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:10 pm

אכן נודע הדבר סהאט א מייסדת …
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:16 pm

איך בין בכלל נישט שאקירט. דאס איז א זייער טיפיקעל התנהגות אין די חרדי'שע געזעלשאפט. מען טאלערירט נישט קיין שום טויש, אפגעזעהן אויב מען האלט אז עס איז ריכטיג צו נישט. טויש איז שלעכט, אויסער אויב עס קומט פון צדיקי ומאורי דורינו שליט"א. א רוב הניכר האלטן אז די סעקולארער עדזשוקעישאן אין די חרדי'שע מוסדות דארפן א תיקון גדול, אבער די זעלבע מענטשן וועלן פירן א מערכה אקעגן די אלע וואס ווילן טון עפעס למעשה איינצופירן א שינוי, טראץ דעם וואס עס איז לטובה. די זעלבע איז מיט כפרות, אפילו די וואס האלטן אז די כפרות סיסטעם איז שרעקליך וועלן אבער האלטן אז מ'מוז אנהאלטן דער "מסורה" פאר אלע קאסטן, אפילו ווען עס איז קלאר נגד התורה. וכן יש עוד הרבה דוגמאות. הצד השווה שבהן, דאס ערגסטע זאך ביי חרדים איז "טויש". איז וואס איז די חידוש דא?



.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6591 מאל

Re: די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך mevakesh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:43 pm

טאקע נישט שאקירענד אבער עס ציפט יעדעס מאל וואס מען זעהט עס נאכאמאל
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:58 pm

ירא שמים האט געשריבן:אכן נודע הדבר סהאט א מייסדת …

דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד מיינער א באקאנטער וועלכער איז שוין בעלמא דקשוט, און ער האט באלאנגט צו א געוויסן חסידות אדער קהילה. (זיי אליינס ווייסן נישט קלאר. זיי זענען זיך נאכאלץ מפלפל. צו זענען זיי א קהילה אדער א חסידות) און זיינע טעכטער האבן געלערנט אין א מוסד וועלכע האט באלאנגט צו א געוויסן אמעריקאנער רבי וועלכער האט אויכעט א תלמוד תורה...ס'האט זיך געמאכט פראבלעמען און דער איד האט ארויסגענומען זיינע טעכטער פון דעם סקול. ויהי היום. און ער האט זיך געטראפן מיט דעם רעבי. (זעהט אויס אז ער איז געווען פון די גבירים און ר'האט אויפגעהערט שטיצן די מוסד.). פרעגט איהם די רעבי..."וואס איז די פראבלעם...?" זאגט מיר ווער איז די מורה (לערערין). און איך וועל עס ערלעדיגן. האטציך דער איד אנגערופן..."זעהט איהר. דאס איז די פראבלעם, אז איהר זאגט ..."מורה"... באלד וועט נאך איינער פרעגן...."און וואס איז געווען די סוף פון די מעשה...?... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13630
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8743 מאל

די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 7:02 pm

ווען גייט זיך עפענען דאהי אזא מוסד פארן היימישען עולם ?!
נו ראובן , למעשה !!!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:00 pm

ירא שמים האט געשריבן:ווען גייט זיך עפענען דאהי אזא מוסד פארן היימישען עולם ?!
נו ראובן , למעשה !!!

In
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8510 מאל

Re: די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:04 pm

ק/פ פון פעיסבוק
כמו כולם נחשפתי אתמול להתנכלות החוזרת ונשנית לישיבת חכמי לב. שמחתי לראות את ההתגייסות הגדולה של כל מי שהדבר נגע ללבו, ובמקביל ראיתי לא מעט תגובות של אנשים המזדהים אמנם עם חזון הישיבה, אך מנסים לסנגר על ההתנהלות הנגדית בתואנה שמדובר ב"ויכוח לגיטימי" על דברים שהם ציפור נפשה של היהדות החרדית.
על הנושא הזה לא ארצה להרחיב במילים מעבר למה שכבר כתב ידידי הרב בצלאל.
אני רוצה לתרום זווית אחרת לכל הפרשה הזאת.
אני מוצא כאן שוב דיון מופשט על רעיונות, אידיאולוגיות ואידיאות. האם נכונה דרכה של הישיבה, האם לגטימי להלחם בה וכו'.
רק שעבורי לא מדובר ברעיונות ואידיאות. זכיתי השנה להצטרף לצוות הישיבה ולשמש כמחנך ור"מ שיעור ג'. זכיתי ללוות בני עליה מיוחדים העמלים בתורה וירא"ש המתמודדים בצורה נחושה ולא פשוטה עם אתגרי החיים בשלב כה קריטי בחייהם. עבורי הישיבה איננה רעיון, היא מקום קיים. אני לא חושב על "דרך" כי אם על דוד, אהרון ויעקב. עבורי מדובר במציאות חיה של בחורים מדהימים שנגזר עליהם להתמודד עם תנאים מחפירים שאני אישית לא בטוח שהייתי מצליח להתמודד איתם בגילם.
למרות הקשיים הדבר לא ניכר על הבחורים. עברנו בישיבה חודש מדהים של התעלות בתורה ויראת שמיים, של אהבת הזולת והבנת החיים. זאת ללא שום תלונה או ליאות מצידם של הבחורים. אני לא יודע כמה בחורים היו מתמודדים עם מציאות כזאת בצורה כה בוגרת.
אולי לא כולם יאהבו לשמוע אבל חכמי לב היא עובדה! אין שום שאלה על המשך דרכה. אם נגזר עלינו להמשיך להתקיים בתנאים כאלה, נמשיך לעשות זאת בגאון ומתוך תחושת שליחות. הדבר היחיד שנותר בכל המאבק הזה הוא להמשיך לאמלל את חייהם של אותם בחורים שחשקה נפשה בתורה והם מצאו בישיבה בית מכיל המקדם אותם באופן אישי במקום המיוחד בו הם נמצאים בחיים.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:56 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אכן נודע הדבר סהאט א מייסדת …

דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד מיינער א באקאנטער וועלכער איז שוין בעלמא דקשוט, און ער האט באלאנגט צו א געוויסן חסידות אדער קהילה. (זיי אליינס ווייסן נישט קלאר. זיי זענען זיך נאכאלץ מפלפל. צו זענען זיי א קהילה אדער א חסידות) און זיינע טעכטער האבן געלערנט אין א מוסד וועלכע האט באלאנגט צו א געוויסן אמעריקאנער רבי וועלכער האט אויכעט א תלמוד תורה...ס'האט זיך געמאכט פראבלעמען און דער איד האט ארויסגענומען זיינע טעכטער פון דעם סקול. ויהי היום. און ער האט זיך געטראפן מיט דעם רעבי. (זעהט אויס אז ער איז געווען פון די גבירים און ר'האט אויפגעהערט שטיצן די מוסד.). פרעגט איהם די רעבי..."וואס איז די פראבלעם...?" זאגט מיר ווער איז די מורה (לערערין). און איך וועל עס ערלעדיגן. האטציך דער איד אנגערופן..."זעהט איהר. דאס איז די פראבלעם, אז איהר זאגט ..."מורה"... באלד וועט נאך איינער פרעגן...."און וואס איז געווען די סוף פון די מעשה...?... :lol:

געהערט פונ'ם בעל הסיפור אליין. פארשטייצעך ווען ער איז נאך געווען בעלמא הדין... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13630
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8743 מאל

די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 9:49 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ווען גייט זיך עפענען דאהי אזא מוסד פארן היימישען עולם ?!
נו ראובן , למעשה !!!

In

וואס בוסטו גרייט צו אפערן ? א בנין ?
דיין ראש ישיבה קאנדידאטור ?
ענגליש פרינצעבל ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 9:52 pm

איך גלויב אז אין אמעריקע וואלט אזא סארט ישיבה נישט באקומען אזויפיל היץ ווי אין אר"י. דארט איז מען זייער אויסגעשפראכן בכלל קעגן ארבעטן און מאכן געלט, און אז אינער שטעלט גאר אוועק די בחורים אויף א וועג אז זיי זאלן קענען מצליח זיין אין לעבן, איז דאך ממש אחת דתו.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4032 מאל

Re: די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך לבלר » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:26 pm

ברסלבער האט געשריבן:איך גלויב אז אין אמעריקע וואלט אזא סארט ישיבה נישט באקומען אזויפיל היץ ווי אין אר"י. דארט איז מען זייער אויסגעשפראכן בכלל קעגן ארבעטן און מאכן געלט, און אז אינער שטעלט גאר אוועק די בחורים אויף א וועג אז זיי זאלן קענען מצליח זיין אין לעבן, איז דאך ממש אחת דתו.

ברסלבער פרעג נאר יואלי ראטה אויב אין אמעריקא האט ער נישט באקומען היט...
נאר וואס דען אויב נעמט ער סא קאללאד נארמאלא בחרים פין פיינע שטיבער אין ער לערענט מיט זיי secular education דעמאלץ קען עס זיין א פראבלים, אבער פאר שוואכע בוחרים האט נישט קיינער קיין פראבלים מיט עס....
לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב שעסק לפרנסתו
באניצער אוואטאר
לבלר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 8:46 pm
געפינט זיך: ירושלים והסביבה
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:26 pm

די ליטווישע זענען שרעקליך משוגע דארט , בפרט רב אויערבאכס חסידים .
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:28 pm

יואלי ראטה לערנט סעקולער לימודים ? ער נעמט ארויסגעפאלענע בחורים אום זינגט מיט זיי און מאכט התבודדות מיט זיי , נישט אזוי ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך עזריאל » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:36 am

ברסלבער האט געשריבן:איך גלויב אז אין אמעריקע וואלט אזא סארט ישיבה נישט באקומען אזויפיל היץ ווי אין אר"י. דארט איז מען זייער אויסגעשפראכן בכלל קעגן ארבעטן און מאכן געלט, און אז אינער שטעלט גאר אוועק די בחורים אויף א וועג אז זיי זאלן קענען מצליח זיין אין לעבן, איז דאך ממש אחת דתו.

זאגסט גוט.
זיי וואלטן ניטאמאל געלאזט מאכן א סביבה פאר טאטעס מיט פערצן קינדער זיך צו לערנען א פאך וואס קען חס ושלום ברענגן פרנסה. זאלן די אמעחיקאנע טיפשום אהער געבן דאס געלט.... צו וואס ארבעטן זיי אויב דען נישט אז מיר זאלן קענען אנברענגן די צייט דא אין בני ברק.... מיר זענען דאך פארנומען מיט דברים העומדים ברומו של עולם... א שטייגער ווי ווער ס׳איז די גדול הדור (וואס פאר מיר עזריאל איז דאס די עקלדיגסטע מחלוקה מאז היתה ישראל לגוי).
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1731 מאל

Re: די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך ירא שמים » דינסטאג יאנואר 19, 2016 7:37 pm

https://m.youtube.com/watch?v=NJ5u6HGLP ... ntinue=201
וואס איז דאס? די זעלבע זאך אדער עפעס אנדערש?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך גנדי » מיטוואך יאנואר 20, 2016 6:19 pm

הוגה האט געשריבן:
איך בין בכלל נישט שאקירט. דאס איז א זייער טיפיקעל התנהגות אין די חרדי'שע געזעלשאפט. מען טאלערירט נישט קיין שום טויש, אפגעזעהן אויב מען האלט אז עס איז ריכטיג צו נישט. טויש איז שלעכט, אויסער אויב עס קומט פון צדיקי ומאורי דורינו שליט"א. א רוב הניכר האלטן אז די סעקולארער עדזשוקעישאן אין די חרדי'שע מוסדות דארפן א תיקון גדול, אבער די זעלבע מענטשן וועלן פירן א מערכה אקעגן די אלע וואס ווילן טון עפעס למעשה איינצופירן א שינוי, טראץ דעם וואס עס איז לטובה. די זעלבע איז מיט כפרות, אפילו די וואס האלטן אז די כפרות סיסטעם איז שרעקליך וועלן אבער האלטן אז מ'מוז אנהאלטן דער "מסורה" פאר אלע קאסטן, אפילו ווען עס איז קלאר נגד התורה. וכן יש עוד הרבה דוגמאות. הצד השווה שבהן, דאס ערגסטע זאך ביי חרדים איז "טויש". איז וואס איז די חידוש דא?



.


הסלוגן החרדי:

כל המשנה ידו על התחתונה
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1447 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 2:34 am

ירא שמים האט געשריבן:יואלי ראטה לערנט סעקולער לימודים ? ער נעמט ארויסגעפאלענע בחורים אום זינגט מיט זיי און מאכט התבודדות מיט זיי , נישט אזוי ?

ירא שמים: און ער געט זיי אויך הדרכה.וויאזוי זיי זאללן זיך פיהרן אין לעבן. צו זיין אנשי קודש. צו גאט און צו לייט. און די אונגארישע מאמעס פון וויליאמסבורג מעגן שעלטן און קריצן מיט די ציין (וועלכע זיי פוצן נישט) וויפיל זיי ווילן. און אפילו האלטן סיינס אקעיגן איהם. ס'וועט זיי גארנישט העלפן... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13630
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8743 מאל

Re: די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך ירא שמים » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 11:47 am

הפנים אז דאס יהדות החרדית אין א״י איז אסאך מער קריאטיוו, זיי בויען כסדר נייע ישובים נייע ישיבות נייע סארט ישיבות, סלעבט! משא״כ דא ווי די עולם איז פויל ווי…
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך יהושפט קליין » זונטאג יאנואר 24, 2016 3:59 am

כ'פארשטיי נישט,
איינער מאכט א ישיבה, עלטערן וואס ווילען, שיקען זייערע קינדער, וואס מישען זיי זיך אריין ?, זיי האלטען נישט דערפין, זאלען זיי נישט שיקען זייערע קינדער,
ס'איז א חוצפה,
א חוצפה נוראה,
ווער האט זיי געגעבען בעלות אויף יענעם'ס קינדער ?
לאז יענעם לעבען ! וואסי דעיס ?
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג יוני 30, 2016 12:39 pm

די סדום-מערכה אין פולן קראפט.
בייגעלייגטע פיילס
1234.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10032 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:02 pm

וואס מיינט ''לימודי בגרות''? סקוקט אויס א ספאָקי ווארט, זענען די חסידישע אויך אינוואלווד אין די אנטי מאוומענט?

אוועראול קוקט מיר עס אויס זייער מאדנע אז מענטשען זאלן טראגן דאגות פאר יענעם, חוץ אויב זיי באטראכטען עס כאילו סאיז א שמד צענטער איז דאס פאר זיך אליין מאדנע..
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot], הדסים און 4 געסט