די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך הוגה » פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 11:55 am

1) לויט ווי איך פארשטיי, איז זי געווען אינסטראמענטל אין שאפן געלט פון די רעגירונג פאר די נייע בנין הישיבה. דאס איז געווען א מעמד הכרת הטוב.

2) פון זיינע ווערטער זעט אויס אז רביץ איז שוין פריער געווען אקעגן די ישיבה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2900
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6687 מאל

Re: די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך גראף » פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:43 pm

That makes sense.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1016
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 546 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 7:13 pm

פון איר ויקי בלאט פארשטיי איך אביסל רביץ.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1919 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 8:36 pm

במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1012
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1632 מאל

הודעהדורך מיר'ער בחור » פרייטאג אפריל 07, 2017 10:59 am

מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

די חרדישע סדום-מערכה קעגן ישיבה "חכמי לב"

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג מאי 21, 2020 12:14 am

ישיבות חכמי לב איז א פארגאנגענהייט..! א יאר צוריק בערך האט הרב בצלאל כהן אפגעטרויטען פון זיין פאזיציע פון פירן די ישיבה פאר כמעט צען יאר, און עס איבערגעגעבן צו הרב יוני הוכמן, הוכמן וואס איז ווייט נישט וואס רבי בצלאל איז, האט אפגעמאכט צו איבערמישען דאס בלעטל, די ישיבה וועט שוין נישט הייסען חכמי לב, און וועט מער נישט אפעלירן צום מעינסטרים פונעם ליטווישע ציבור, נאר וועט זיין ווי די אנדערע צאל חרדישע ישיבות תיכונית אין א״י ווי ישיבת יישוב החדש, מערבא, נהרדעא, וכו׳, ווי מען לערענט טאקע לימודי חול און אנדערע זאכן, אבער זענען געאייגענט פאר די מאדערענע שיכט פונעם חרדישע ציבור (ווי לדוגמה די היינטיגע רב הראשי הרב דוד לאו האט געלערנט אין יישוב החדש) און זיי קומען זיך אויס מיט די עסטעבלישמענט.
דאס סתימת הגולל פון ישיבת חכמי לב איז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון ווי ״קנאות״ האט גובר געווען.
רבי בצלאל האט געוואלט אריינברענגען אינעם חרדישע וועלט די מושג פון תורה עם דרך ארץ, און אז א בחור וואס וויל נישט זיצען ביים גמרא א גאנצען טאג, נאר וויל א חוץ פון לערנען די הייליגע גמרא זיך אביסל באקענען מיט אנדערע חלקים פון די תורה און אידישקייט און אזוי אויך לערנען אביסל פון די באשעפער׳ס וועלט בנוסף פון זיין געלערנט און זיין גרייט שפעטער ארויסצוגיין אינעם גרויסען וועלט, זאל אזא בחור האבן א פלאץ ווי צו גיין.
רבי בצלאל איז א דוגמה פון א נחשון בן עמינדב וואס טאנצט אריין און טוט צו דער זאך, אונז האבן דא געהאט די זכיה אז החכם @ראובן האט אים אינטערוויוט אינעם וועקער.
אבער רבי בצלאל האט געוואלט (און וויל נאכאלץ) אנהייבען א רעוואלוציע אינעם חרדישע וועלט, ער האט געשריבען (און שרייבט נאכאלץ) גאר א סאך ביקורות אויפן סיסטעם ווי ער האט נאר געקענט, און וועגן דעם האט ער ״זוכה״ געווען צו גרויס התנגדות פונעם עסטעבלישמענט און עווענטואל האט זיך זיין ישיבה פארמאכט, איך מיין אז די לימוד פון דעם איז אז אויב וויל מען באמת אויפטוהן א שינוי וואס זאל האבן א קיום דארף עס ענדערש צוגיין דורך עוואלוציע, נאך א טריט מיט נאך א טריט, דערנאך קוקט מען צוריק אין מען זעט ווי ווייט מען איז אנגעקומען.
דאס דערמאנט מיר אביסל פונעם ארטיקל וואס @פארשטאנד האט געשריבען אין דעם אשכול: רעוואלוציע? עוואלוציע!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חוקר ודורש אום דאנערשטאג מאי 21, 2020 12:24 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מאי 21, 2020 7:01 am

אינטערסאנט אין מאנסי איז שוין פארהאן אזא ישיבה פאר יארן עס רופט זיך "שערי ארזים" ווי מען ברענגט ארויף די תלמידים סיי אין תורה און סיי אין אקאדעמיע,
איך בין אביסל באקאנט פון די אינסיידס, ס'איז א ישועה גדולה לבית ישראל
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג מאי 21, 2020 8:01 am

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אינטערסאנט אין מאנסי איז שוין פארהאן אזא ישיבה פאר יארן עס רופט זיך "שערי ארזים" ווי מען ברענגט ארויף די תלמידים סיי אין תורה און סיי אין אקאדעמיע,
איך בין אביסל באקאנט פון די אינסיידס, ס'איז א ישועה גדולה לבית ישראל

אטע דאס איז טאקע געווען דער פראבלעם פונעם אויבער חכם בצלאל כהן.

אלעס ווענד זיך אין די עדיטוד. ער איז פון די סאמע ערשטע מינוט געקומען מיט זיין נארישע אגענדע אז ער גייט 'מחנך' זיין און 'טוישן' דער עולם הישיבות, האט מען עם בליץ שנעל געלאזט הערן אז כלל ישראל איז שוין אריבער פיהל גרעסערע און שטערקערע חכמים ווי עם אבער נצח ישראל לא ישקר.

ווען ער האט ווען א טראפ שכל און אסאך ווייניגער גאווה וואלט מען אדרבה עם באווארפן מיט געלט און שטיצע ווען ער וואלט עס ווען באהאנדעלט ריכטיג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5775
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2626 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט