סוכות אין די קאנטרי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3540
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5801 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3932 מאל

סוכות אין די קאנטרי

שליחה דורך שמעון וואלף »

וואס א יאר ס'גייט אדורך ווערט אלץ מער און מער אריינגעכאפט צווישן עולם דאס פארן אין קאנטרי אויף סוכות. א צען פופצן יאר צוריק איז געווען אינגאנצן 3-4 פלעצער וואס זענען געווען אפען סוכות: שילעי, טאבאק און אלפיין און אפשר נאך איינס. מיט די צייט איז דער עולם בכלל געפארן מער אין קאנטרי דורכ'ן יאר און פון זיך אליין האט מען אפגעמאכט אז ס'איז זייער איינגענעם פאר סוכות אויכעט און כהיום האלטן זיך אויף טויזענטער משפחות איבער יום טוב אין די קעטסקילס לארכה והרחבה, זאל עס זיין וואודריטש, סאוט פאולסבורג, סוואן לעיק, וואדבורן, העריס וכו' וכו'.

א חידוש אין די לעצטע דריי פיר יאר איז אז דער עולם בלייבט שוין אויף ביז נאך שמחת תורה. ביז נישט לאנג צוריק איז איינער וואס איז אנטלאפן שמחת תורה געווען אפגעפרעגט, כאטשיג קיינער האט נישט געוויסט וואס פארא שווארץ יאר מ'האט פארלוירן אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג. פונדעסוועגן דאך איז אזוי געווען און די וואס זענען אוועקגעפארן אויף סוכות זענען אבער אהיים געקומען אויף שמחת תורה. לעצטענס הער איך אבער פון מער און מער האטעלס און קאנטרי וואס זענען אפען שמחת תורה אויכעט. הקיצור מ'לאזט איבער די רביס טאנצן און זייערע ריזיגע בתי מדרשים און די וואס ווילן האבן א ריכטיגע שמחת התורה "נגינה ושמחה בך" פארן אויף די בערג און לאזן איבער אלע איבלען אים שטאט.

פראקטישע אנווייזונגען

אין די קעטסקילס זענען פארהאן דריי גראסעריס וואס זענען אפען א גאנץ יאר: 1) ביי רייט אין וואודריטש, וואס אגב בלייבט ער אין סענטער וואן ביז נאך סוכות, 2) יגדיל, נעבן ישיבה סאוט פאולסבורג און די גראסערי אין קרית וויזניץ - גיבערס. אויך איז דא א פיצא שאפ אין וואודריטש און ביי די פאור קארנערס איו פאולסבורג. שאפ רייט אין מאנטיסעלא האט אויך אסאך כשר'ע פראדיקשן.

צו אינטערטענען די קינדער חול המועד קען מען גיין לאקאלי צו קיאמישע לעינס אדער האולידעי מאונטען וואס עפענט ספעציעל פאר חול המועד אויך ABC toys און סאוט פאולסבורג איז אפען פאר קלענערע קינדער. טאמער וויל מען פארן א צוואנציג מינוט קיים מידעלטאון האט מען גאר א גרויסע אויסוואל פון אינטערעסאנטע פלעצער צו פארברענגן. אויך ווייזט מען מרוויח פאר פרויען און גרעסערע מיידלעך אין היברו דעי סקול אין קיאמישע, די זעלבע וואס מ'ווייזט אין שטאט. דאס איז אלץ איינער וואס וויל דווקא גיין ערגעץ. אבער באמת אין קאנטרי קען מען האבן פרייע אינטערטענמענט מיט פארשידענע אקטיוויטעטן ווי בייקס און באולס.

ס'נאך דא אסאך מאריך צו זיין ועוד חזון ווייל יעצט דארף איך לויפן צום שיעור.
רעאגיר