אין שרעק פון די שווארצע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

אין שרעק פון די שווארצע

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

יאפ, דאס יאר גייט מען קויפן דאס אתרוג'ל איידער יום כיפור, אויסצומיידען די נערווירענדע געיעג, טאקע ווען עס איז נאך פארהאן א שפע פון אתרוגים אויפן מארק. נו, איך בין אריבער צו יחיאל שמואל שו"ב, מרדכי מנשה'ס א פלומעניק, דער אויסגערופענער מוכר וסוחר. עס שמעקט שוין דעם אתרוג גערוך, אה, איך שפאנציר דורך די באלאטען און ביציקלעך אין קעלער ביז איך דערזעה מיך אינעם שאץ-קאמער פון אתרוגים.

אן ערהאבען בילד האט זיך אנטפלעקט פאר מיר, א בילד וואס וואלט אנע קעגנערשאפט זיכער געווינען דעם "פוליצער פרייז". פון אלע זייטן שטייט מען מיט נעזער וואס האלטן אינטער די גלעזער און לאאפ'ס אין די האנט, יונגעלייט, בעלי בתים און זקנים, ביינעזאם מיטן אויסגעשפילטע דיאמאנטן סוחר וואס שפילט נאך מבין.

עס הערשט אן ערענסטקייט און א געוויסע סארט שטילקייט אינעם צימער אזש מען קען הערן די נאז בלעזלעך אטעמען אריין און ארויס. דער מעסט דעם גידול, ווען דער מעסט צו די גארטעל איז טאקע חניוקיש. און א דריטער איז גאר באוואפענט מיט א הויפן אינסטרומענטן, אפערירענדיג אן אתרוג'ל אן איינשלעפן נעבעך. מיט טוט פיקס, א נידעל, און גאר מיט שפייעכטס צו ארום וואשן... און אין פאל פון פארלוירענקייט, זיך באוואפענט מיט חלב פון די הבדלה ליכט.

אה, וואס ברויכט איר געוואגטער, ווענדט יח"ש שו"ב זיין באסאווע שטימע צו מיין ריכטונג. איך דארף א יאנעווע דאס יאר, ס'דאך שמיטה.

ער קומט צו גיין מיט א האלצערנעם שאכטל אתרוגים.

ווי אזוי ער ערלויבט זיך צו האלטען אזא האקעלע צומח ווי אתרוגים ווייס איך נישט, הענט וואס זענען פסול צו טאטשען עופות ווייל זיי דערווערגען זיך בלויז בנגיעה, הענט וואס קאמפיטען מיט 'גסות' ווי פאניע-בראט. צריך לאוקמי אז זיין געשאנקענע מזל מאדים היט אים אפ.

ער רופט זיך אן, האלב צו מיר האלב צום חלל: געוואגטער, שוין 15 יאר וואס די ביסט נישט דא געווען, איך האב געמיזט סטאפען דיר אוועקצולייגן, הא, האסט געמיינט וועסט טרעפן עפעס געמיינער? (=בעסער אין רוסיש, א שפראך וואס ער ליבט צו ניצן, א שטייגער ווי א 'חסיד של פעם' גאר יעצט ארויס פון רוסלאנד.) איך האב מיר פאררויטעלט, וויסענדיג וואס עס גייט מיר ערווארטן, אבער איך מיין עס איז נאך ווערט נאכן שפארען זיך ארום פינעוו זעקס טויזענט דאלער די יארן.

איך הייב אן קוקען אהין און הער, נע, זאג איך מיט קווענקלעניש, ברענג עפעס בעסערס. נאך א קורצע אינטערזוכונג איבער די געשטעל פונעם נאניע, קומט ער שוין צו גיין מיט די סמעטענע, אלע געפירקלט מיט אומברעכבארע מיליטערישע קאודס, אלטץ פארפאקט אין די האריגע וואונדלען וואס ענדעלט ווי עס איז פאבריצירט דורך די בערד אין מקוה. ער לייגט אראפ די סחורה, פארגעסט נישט צו צולייגן די יערליכע מעסידזש: ווייסטאך 'דעי יאר' איז דא א מורא'דיגע שארטעדזש, ווי צו צו גרייטן, אויף חמש מאות פלאס...

אינדערזייט פון מיר שטייען א גרופע מבינים, מען ווייזט זיך די ארכיאלאגישע געפינסן המונחים בין שקיעה לבליטה, אלע איינגעבויגן מיט ערענסטע געזוכטער, מען זוכט דעם פארברעכער פונעם יאר הינדערט, די שווארצע באקטעריעס. אלע מיט לאופס צו די האנט, 20x, 17x, און אפי' א 25x loop!, לויטן גאנג פון די יארן, שאץ איך פאר ביז דריי יאר קומט טעלעסקאפען... אויף מיין עהערן ווארט!

ער קומט ווידער צו גיין, דאס מאל וואקט ער צו צו א בעלבתישע יונגערמאן, מיט צוויי אתרוגים אין האנט, שושקענדיג, דער דומ"ץ האט געהאלטן אן אויג אויף די צוויי פאר זיין צווייטע אויסוואהל, כאפ נאר א בליק דערויף, איך ווייס נאך נישט צו איך זאל עס בכלל פארקויפן, אפשר גיי איך גאר נעמען פאר מיר זעלבסט.

יאפ, דאס האט שוין געכאפט די אויגן פונעם בעלבעטישע [עמעראצישע] יונגערמאן, אראפ געלייגט 900 מאות עובר לסוחר. און ארויס א גליקליכער [און בא'גנב'עטער]

נאך דער באזוך איז מיר שוין אין איינוועגס פארענטפערט געווארן די גמרא אין בבא קמא, אז מען שאצט 'נזיקין' וויפיל א מענטש איז זיך גרייט צו לאזן קאסטן אויף אפצושניידן די נאז. אוודאי! די גאנצע פרייז פונעם אתרוג ווענדט זיך דאך נאר לויט די אויסקוק פון די נאז...

הכלל, איך האב געצאלט מיין חלק און ארויס געגאנגען פון דארט מיט אויפברויז, און באשלאסן גלייך צו שרייבן איבער די אתרוגים סאמאטוכע, און דאס אלטץ וואס די ליינסט יעצט. דאס איז אלעס פריש פון א שעה צוריק.

[center]~~~~~[/center]

דאס איז א חלק פון מיינע באמערקונגען איבער די שווינדלערישע געשעפט וואס שפילט זיך איבער יאר יערליך, ואין פוצה פה:

~ א גרויסע פראצענט פון אונז קויפט אתרוגים מיט גאר קנאפע ידיעות, ווייסן כמעט בחייכון וביומייכון וואס זיי קויפן בכלל.

מען זוכט און זוכט, גריבלען און נישטערן, און ווייסן ניטאמאל אז כמעט יעדער אתרוג איז כשר לכתחילה! (און אזא אפענע הלכה אין מחבר אז "ירוק כעשב השדה פסולה" האט מען נישט קיין איינונג!)

און אז די ווילסט דייקא יא גרובלען, ווייסטו אז לולבים איז זעלטן דא כשרים?!

~ דאס איז ברור אז רוב סוחרים שאצען לויט דיינע הרגשים און דיין אויסזעהן. (עצה טובה, ווייז נישט ארויס קיין הרגשים און התפעלות, עס וועט זיך דערקענען אין טייסטער)

~ ווי זענען די דיינים? ווען די סוחרים האבן געהויבן די פרייזן פון פיש, האבן די חכמים ברוב רחמנותם מבטל געווען די מצווה פון פיש לכבוד שבת. ווי זענט עטץ רבנים ווען מען דארף אייך?

~ יונגערמאן! ווען איר שאקעלט ווען בחדרי חדרים אן ארום ווייזן דאס אתרוג פון מעכל צו רעכל, וואלט איר אויך געצאלט אן אלפ'ל, (און אפי' יא, האלט איך נישט אז עפ"ר איז עס חביבות המצווה, נאר ענדערש מחמת ס'האט זיך אזוי אריינגעגעסן)

~ סוחר לעבן! די מיינסט ווייל היינט צוטאגס איז מען אייך שוין מצרף למנין פאר זאת חנוכה, מיינט אז איר זענט אויס שודדים ומלסטי הבריות?

נו, איז דער שחור פון "פורים אין באגדאד" נישט הייליג גערעכט ווען ער שרייט: "אר יאו מעיקינג א ליצאנעס אף מי? 800 באגס פאר א לימען ענד א סטיק??!!"

האטס מיר אלע א שמחת יום טוב, און א כשר'ע ביליגע ד' מינים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דער געוואגטער יונגעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר