א סוכה'לע א קליינע...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4540 מאל
קאנטאקט:

א סוכה'לע א קליינע...

שליחה דורך וועטערבאריכט »

איך בין נעכטען ביינאכט ארויסגעגאנגען פאר א שפאציר מיט מיין רעבעצין ארום בארא פארק, די גאסן זענען ברוך ה' פול מיט ערב יום טוב צוגרייטן, אויף 13 ave זעט ממש אויס ווי אין ארץ ישראל וכו'. עניוועי אויפן וועג באמערק איך אז אסאך שטיבלעך אין בתי מדרשים ווי אויך להבדיל געשעפטן האבן געבויט סוכות אויפן סיידוואלק, רוב נעמען אויף א חלק פון דער סיידוואלק אפאר נעמען אויף דער גאנצער סיידוואלק, מיט א געיט וואס לאזט מענטשען נוצען דער גאס ארומצוגיין צו די אנדערע זייט. אבער ערשטוינט בין איך געווען ווען אויף 54 סטריט זע איך א סוכה וואס נעמט אויף דער סיידוואלק און כמעט א האלבע גאס. אין בין נישט קיין אנטיסעמיט אבער ווי אזוי נעמט זיך די חוצפה אזוי אראפצושליידערן א סוכה. איי דאנט געט איט. איז עס א סוכה גזולה וואס גזל'ט פון די רבים אדער נישט? אפאר טריט ווייטער איז דא דער סקולענער סוכה שיין באצירט מיט א פאמפ אין א פאר ביימער וואס דער סיטי האט געפלאנצט לעצטע יאר. באמת גייט מיר נישט קיין סאך אהן, איך וואוין נישט לעבן דער בלאק, געזונטערהייט, אבער ווי אזוי קענען די מעגא סוכות וואס ליגען אויף רשות הרבים זיין כשר?

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר