איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?

שליחה דורך moshav zekeinim »

טאמער פארשטייען זיך די עלטערן מיט די קינדער טראץ קולטורעליעזע שפאלטונגען צווישן זיי, דאן איז עס א ברכה און נישט אויף דעם איז געווידמעט אונזער שמועס. איך וויל זיך באציען ווען דער קוךטורעליעזע שפאלט פאראורזאכט א ווירקליכער אומאראפשלינגבארער שפאלט צווישן עלטערן און קינדער, וואס ביידע צדדים זיכן דאן שטיצע ביי די געזעלשאפט, און ביידנס מהלכים זענען דערהערבאר ביי געוויסע קרייזן מענטשן:

די צד פון די עלטערן ביי חרדים, איז שארף, איינזייטיג, אן קיין פשרות און אן קיין סברות: אזוי איז עס, דאס קינד וואס לאזט איבער אונזער דרך איז אונז מצער און ער טוט א געפערליכער עוולה, נקודה.

די צד פון די קינדער ווידעראום ווערט עפ"י רוב באגלייט מיט גאנצעטע פסיכאלאגישע אויפגעקלערטע מיינונגען, און די אפעציעלע בעלי דעת טוען זיי שטיצן.

ביידע צדדים פארמאגן א געווער צו כאפן די גאס, די עלטערן "שטאטוסקווא" און די קינדער "אזויגערופענע יושר", ביידע ניצן עס גוט אויס צו זייער זייט, און אמאל געווינט דער און אמאל געווינט דער און אמאל איז נישטא קיין געווינער.

אלס איינער וואס האלט זיך אלס א בעל יושר, וועל איך געוויס נישט אננעמען די טענה פון שטאטוס קווא, און איך וועל ליבערש צולייגן אן אויער צו די קינדער וועלעכע קומען מיט סברות, און ברענגען ארויף יושר'דיגע טענות בנוגע זייער חרות.

איז אבער מיין שאלה דא, צו איז טאקע די שטאטוסקווא טענה פון די עלטערן בלויז שריים פונעם אומ'יושר'דיגן פונסטערן מיטל אלטער, און די קינדערס טענה א ריין ענלייטמענט יושר'דיגע טענה?

אפשר הערן זיך די עלטערן'ס אומזיניג און די קינדערס פארשטענדליך, טאקע דערפאר ווייל היינט איז א אמאליגער פארשטענדליכער זאך פשוט אונטערדרוקט געווארן דורך דעם דור פון חוצפה יסגי?!

קומט אויס אז די יונגע האבן נישט בעסערע סברות, זייענדיג יונג, ברויכן זיי חרות און רייטן פשוט אויף די אידילאגיע פון חרות וואס איז היינט פאפולער, בעת די עלטערן וועלעכע ברויכן אן אויסגעפארעמט לעבן (עכ"פ כלפי די שליטה אויף זייערע קינדער) פאררופן זיך אויף די אמאליגער אידיאלאגיע פון חיי טראדישן (דערמאן זיך ווי טוביה דער מילכיגער שרייט "טראדישן").


אלזא, וועלעכער אידיאלאגיע איז ריכטיגער? עס איז מיר שווער צו ענטפערן. דער רמב"ם'ס שביל הזהב איז דא אויך גילטיג, אפגעזהן פון וועלעכע מהלך עס איז ריכטיגער, לדעתי דארף דער טאטע זעהן צו פארשטיין די געברויך פונעם קינד'ס חרות, און דער קינד דארף זעהן צו רעספעקטירן די עלטערן'ס געפילן. דאס זיך נישט רעכענען פון איין צד מיטן אנדערם קען שאפן אומגעהוירע צער איינער פארן אנדערן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר