petergrifin האט געשריבן:איך האב עס געזעהן עדווערטייזט אין דער בלאט מיין איך און ס'איז טאקע א חידוש אז מען הערט נאך נישט קיין מחאה אנטקעגן די פערצע. אבער פארוואס זאל דיין בחור זיך צו לערנן עדווענסד מאטעמאטיק אין אידיש? פארוואס נישט אין ענגליש?
ברסלבער האט געשריבן:איך מיין אז זייער הצלחה קומט פון זאגן דעם אמת, און נישט זיך פארשלייערן אז אלעס איז נאר גענומען פון ריינע אידישע מקורות...
איינער האט שוין געליינט דעם בוך? לוינט זיך עס צו קויפן?
ברוך בער האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:איך האב עס געזעהן עדווערטייזט אין דער בלאט מיין איך און ס'איז טאקע א חידוש אז מען הערט נאך נישט קיין מחאה אנטקעגן די פערצע. אבער פארוואס זאל דיין בחור זיך צו לערנן עדווענסד מאטעמאטיק אין אידיש? פארוואס נישט אין ענגליש?
אן ענגליש ביכל אפילו מאטעמאטיק איז בל יראה אין קארידארן פון ישיבות, מינימום איז עס א שטארק אראפגעקוקטן זאך פאסט נישט פאר א בחור א למדן. איך קלער אין היימיש אידיש דורך א היימיש מו"ל וועט עס מאכן כשר און אפילו א גרויס לכתחילה פלייסיגע קינדער און בחורים צו לערנען אין די זייט. פונקט ווי רובא דרובא וואס קויפן יעצט קארנעגי'ס בוך על טה"ק וואלטן עס נישט געקויפט ארגינאל אפילו נישט אין חלום. פארשטייט מיין נקודה האף איך.
ברסלבער האט געשריבן:איך מיין אז זייער הצלחה קומט פון זאגן דעם אמת, און נישט זיך פארשלייערן אז אלעס איז נאר גענומען פון ריינע אידישע מקורות...
איינער האט שוין געליינט דעם בוך? לוינט זיך עס צו קויפן?
ברוך בער האט געשריבן:זיי שרייבן אז ר' מיכאל בער זי"ע האט באפוילן זיין פאנדרעיזער צו קויפן דעם בוך.
איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי זיי האבן זיך אן עצה געגעבן מיט איבערזעצן פארשידענע זאכן אין אידיש נאך וואס עס האט געמוזט זיין אקוראט, צב"ש איינס פון די דריי זאכן וואס פרויד זאגט טרייבט א מענטש. (תאוה הידועה הנקרא געשלעכטס אין מאמע לשון).
איך קען עס נישט שרייבן ברבים משום גילוי, אבער כ'ווייס ממקור ראשון אז [הרב] איצו גליק האט געקאלט די נייעס אויסגאבעס אז מען טאר עס מער נישט אדווערטייזן, און ווי איך פארשטיי איז דאס אויך די סיבה פארוואס עס איז מער נישט אין די געשעפטן.
אבטולמוס האט געשריבן:באקומען אין אישית:איך קען עס נישט שרייבן ברבים משום גילוי, אבער כ'ווייס ממקור ראשון אז [הרב] איצו גליק האט געקאלט די נייעס אויסגאבעס אז מען טאר עס מער נישט אדווערטייזן, און ווי איך פארשטיי איז דאס אויך די סיבה פארוואס עס איז מער נישט אין די געשעפטן.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 5 געסט