בלאט 1 פון 1

ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:40 am
דורך אדנירם
[center]הקדמה.[/center]
ווי באקאנט הערשט אין די היימישע גאס די לעצטע פאר יאר, א געוואלדיגע אויפוואכונג איבערן נושא פון נישט צורירן קינדער [מאלעסטערן בלע"ז. כ'וועל ווייטער נאר נוצן לשון רמיזה]. יהיו שיאמרו אז דער דאנק קומט זיך פאר נחום ראזענבערג, יהיו שיאמרו אז מ'דארף אים אראפהאקן די קאפ, און יהיו שיאמרו אז אלו ואלו דברי אלקים חיים [ותפוס לשון אחרון]. אבער נישט דאס איז דער ציל פון מיין ארטיקל.

פאקט איז פאקט, און ס'איז א פאזיטיווע זאך אז היינט איז שוין נישט אזוי 'הפקר פעטרישקע' ווי עס פלעגט ליידער זיין, און כאטש עדיין הדבר צריך תיקון, איז עס אבער ווייט נישט אזוי געפערליך ווי אמאל. און שוין אפגערעדט אז מצד עלטערן איז היינט די וואכזאמקייט שטאפל ב"ה סאך סאך העכער ווי עס פלעגט צו זיין.

דא אין קאווע שטיבל, האט דאס שוין גענומען א ווענדונג אלס 'שלש חמורות'... נעמליך, אז דער מושג פון צורירן א קינד קען אים אוועק'הרג'ענען זיין גאנצן לעבן וכו'. כ'ווייס נישט צו מ'טרייבט דאס איבער, צו מ'טרייבט דאס אונטער, אבער דאס איז זיכער אז א מנוול דארף מען שיקן אין רייקער'ס פשוט אלס 'ועשו לו כאשר זמם ועשה לאחיו'.

אבער דאס אלעס איז נאר א הקדמה צום נושא פון וואס איך וויל דא רעדן. דהיינו, אז די סכנה איז צווייזייטיג: פונקט ווי מ'קען אוועקלייגן א קינד, דורכן אים טשעפענען. אזוי אויך קען מען אוועקלייגן אן ערוואקסענעם, דורכן אים חושד זיין אז ער האט געטשעפעט א קינד. און דערפאר זאל מען זיך צוריקהאלטן פון באשמוצן איינעם, ביז מ'איז נישט הונדערט-און-איין פראצענט זיכער אז יענער איז טאקע א מנוול.

און אט אזא מעשה וויל איך דערציילן, וואס האט פאסירט מיט מיינס א נאנטע חבר, אומגעפער א האלבע יאר צוריק. א האר אויפשטעלנדע מעשה פון אן אומשולדיגער איד וואס האט געליטן ציפקע צרות, פון א ריכטיגער בלבול [וואס איז ב"ה אויפגעוויזן געווארן קלאר גאנץ שנעל. אבער נישט גענוג שנעל צו פארריכטן אלע שאדנס].


[center]א באס דרייווער.[/center]
איר קענט דעם פיינעם געשמאקן יונגערמאן אין ביסמעדריש? אקעי, פון אזא איינעם רעדט מען דא. א באשיידענע יונגערמאן, א בעל מידות, א בא'טעמ'טער מענטש וואס באאיינדרוקט יעדן מיט זיין נח לשמים ונח לבריות'דיגע התנהגות. אפאר יאר נאכן חתונה, מטופל בבנים, האט ער מחליט געווען צו ווערן א באס דרייווער [א ווען דרייווער, ליתר דיוק], צו פירן פיצלעך קינדער אין חדר אריין. א פרנסה נקיה - אבער נישט קלה, וואס ער האט געטון בנאמנות צו יעדנ'ס צופרידנהייט.

ביז א האלבע יאר צוריק...

ווען מ'האט אנגערופן פון פאליציי סטאנציע אז מ'וויל אז ער זאל אריבערקומען צו זיי, ווייל זיי ווילן אים עפעס אויספרעגן, האט ער נישט גע'חלומ'ט אז מ'מיינט טאקע אים זעלבסט. ער איז א זיידענע יונגערמאן וואס קען כפשוטו נישט טשעפענען קיין פליג, אזא איידעלע נחבא אל הכלים. ער האט פארשטאנען אז מסתמא רופט מען אים בתורת עדות אויף עפעס, און נישט וויסנדיג קלאר - איז ער פשוט געגאנגען אין סטאנציע פרעגן וואס זיי ווילן.

אנקומענדיג אין סטאנציע, האבן זיי אים געפרעגט צו ער הייסט כך וכך, און ער האט געענטפערט יא. זייער תשובה צו דעם איז געווען, אז מ'האט אים באלד באשולדיגט אין טאטשן איינער פון די קינדער אויפן באס, און מ'האט אים אויפן פלאץ איינגעזעצט דארטן אין פאליציי סטאנציע. דער יונגערמאן האט נאכנישט געקענט צו זיך קומען פון שאק, נישט כאפנדיג וואס-וואו-ווען, נאכדערצו ווען לפי ידיעתו האט ער ניטאמאל געהאט קיין שונא וואס זאל זיך וועלן אפרעכענען מיט אים אזוי געמיין, אבער ערגער פון דעם איז געווען - וויאזוי איז מען מודיע פאר זיין ווייב/משפחה אז ער געפונט זיך פשוט אין תפיסה, צוליב...

כמובן האט זיין ווייב גארנישט געוואוסט, און נאר זעענדיג אז דער העכסט-נארמאלער מאן - וואס איז גענוג רעספאנסיבל מודיע צו זיין יעדעס מאל עפעס אויסערארדנטליך פאסירט - רופט נישט אהיים, האט זי זיך אנגעהויבן ערנסט זארגן וואו ער איז פארשוואונדן געווארן. כמדומה אז ער האט יא מודיע געווען אז ער גייט גיין אין פאליציי סטאנציע פאר 'עפעס א קלייניגקייט' וואס זיי ווילן, און דורכדעם האט מען בכלל אנגעהויבן צאמשטעלן די מעשה, אז ער איז פשוט געבליבן אין פאליציי סטאנציע. אויב כ'געדענק גוט, איז ער דארט פארבליבן איבערנאכט [כ'דארף פריש מברר זיין].


[center]נו, וואס איז טאקע געשען?[/center]
איינער פון די קינדער אויפן באס, קומט פון א צובראכענע שטוב. זיין טאטע און מאמע האבן זיך אפגע'גט אין שווערע אומשטענדן. כפי השמועה איז דער מאן געווען היבש אביוזיוו כלפי זיין ווייב. דאס קינד איז געבליבן - ווי רוב מאל - ביים מאמען. זעט אויס אז צוליב איר שווערע טראומע, האט זי פארלוירן טראסט אין מענטשהייט, און האבנדיג איין אוצר'ל האט זי אים אפגעהיטן ווי דאס שווארצאפל פון אויג. אבער באופן מוגזם מאוד.

יעדן טאג ווען דאס קינד איז אהיימגעקומען, האט די מאמע - מיינענדיג אז יעצט טוט זי דאס בעסטע פארן קינד - געפרעגט פונעם קינד אויב איינער האט אים געטאטשט ביי די פריוואטע פלעצער, און יעדן טאג האט דאס קינד געענטפערט אז ניין. אבער דאס פלעגט זיין אזא טאג טעגליכער ערשיינונג, און דאס קינד - א יונג קינד פון ארום 4 יאר אלט [צו יונגער] - האט נישט פארשטאנען על מה החרי האף הגדול הזה. אבער מיינענדיג אז די מאמע וויל עפעס הערן, איז ער איין טאג אהיימגעקומען און געענטפערט אויפן טאג-טעגליכן פראגע - 'יא'. די מאמע איז געווארן היסטעריש: 'ווער האט דיך גע'טאטש'ט'?, אויף וואס דאס קינד האט געענטפערט אז די באס דרייווער האט אים צוגערירט.

די מאמע, אנגע'פאביע'ט כדבעי, און אבוויעסלי אביסל גערירט אויך, האט אן קיין לענגערע משא ומתן גלייך אנגערופן פאליציי זאגן אז דאס קינד האט 'מסיח לפי תומו' דערציילט אז די באס דרייווער האט אים געטאטשט אין די פריוואטע מקומות. און אזויווי די סדומ'ע אמעריקאנע געזעצן לויטן, האט מען אים גלייך איינגעזעצט 'על חשד'. נוסח, 'גילטי אנטיל פראוון אנגילטי'. [אגב, אפגעהיטן זאל מען ווערן. אבער טעכניש קען דיר סיי וואספארא פרוי אנקלאגן אין סעקונדעס, ואכמ"ל].

אבער דאס קינד האט דאך נישט 'אויפגעמאכט' א גאנצע מעשה, ס'איז געווען באזירט אויף אן אמת'ער מעשה [נוסח לעהמאן'ס לעגענדעס וואס זענען געווען באזירט אויף היסטארישע מעשיות...]. היות דער קינד קומט נעבעך פון א טראבלד שטוב, איז ער א היבש צעווילדעוועט קינד, וואס איז היבש אונטערשטעליג פון זיין עידזש קינדער אין התנהגות וכו'. אויפן באס ווילדעוועט ער אויך, אבער דארט איז עס - פארשטייט זיך - אויך מסוכן. יענע טאג איז ער געווען אביסל צו 'אאוט אף הענד', און ווען דער דרייווער - א העכסט רעספאנסיבל מענטש - האט געזען אז ס'איז פשוט א סכנה ער זאל ארומטאנצן ווען מ'פארט, האט ער גע'סטאפ'ט די באס און צוגעגאנגען צום קינד, און ארויפגעלייגט די הענט אויף די אקסלן פונעם קינד און 'אראפגעזעצט אויפן פלאץ' [שווער אויסצו'משל'ן אן א בילד], און האט אים געזאגט שארף 'זעץ דיך אראפ'.

דער יונגל האט גראדע פארשטאנען דעם דרייווער, און נישט געהאט קיין טענות אויף אים [דער דרייווער האט אים ניטאמאל באוואשן אדער וויי געטאן], אבער צו בארואיגן זיין נערוועזע מאמע וואס פרעגט אויב איינער האט אים געטאטשט, איז דאס שוין געווען גענוג. און דאס איז וואס האט גורם געווען - די פאלגענדע:


[center]מורא פון אייגענעם שאטן.[/center]
דער יונגערמאן, א זיסע מענטש מיט הארץ פון פוטער, איז ממש נישט געמאכט פאר אזעלכע סיטואציעס. למזלו, האט יעדער וואס האט אים געקענט פארשטאנען אז עפעס א מיספארשטענדעניש איז דא פארגעקומען, אבער דאס איז געווען צו ווייניג. יא, מ'האט אים נעקסטן טאג ארויסגעלאזט אויף בעיל, אבער חרוב געמאכט האט מען אים. זיין דזשאב האט מען אים צוגענומען גלייך, כאטש די מוסד האט אויך פארשטאנען אז ער איז מסתמא ריין, אבער מ'נעמט נישט קיין שאנסן. חוץ מזה, האט ער ע"פ חוקי הממשלה נישט געמעגט זיין קיין דרייווער פאר קינדער, צוליב זיין אומגעשלאסענע קעיס.

גענוג האט ער געהערט שמועות אין גאס, אז ער איז יא אדער נישט קיין מנוול. און ווי דער באליבטער שפריך ווארט פון אלע אלסווייסער'ס [און אסאך ק"ש ניקס] גייט: אז מ'איז פונקט אים חושד, מסתמא איז דא א סיבה דערצו... און מ'פארענדיגט מיטן מיסטעריעזן שמייכל כאילו מ'האט דא געזאגט א שטיקל איינשטיין תורה. ער האט מורא געהאט צו גיין אין גאס, ווייל מי יודע אויב איינער וועט אים באשולדיגן. אזוי אויך, האט ער זיך פשוט געשעמט צו באווייזן דאס פנים אין גאס, מרוב בושה. נאך דאס פעלט אים אויס, אז יעדער זאל טייטלן מיטן פינגער לאמר 'כי הוא זה'...

ער האט אנטוויקלט א פחד כפשוטו פון מענטשן, און איז געזעצן אינדערהיים פארביטערט און דערשראקן אן קיין פרנסה גאר א לאנגע צייט. רבותי, עטס ווייסטס נישט וואס דאס מיינט, און עטס זאלטס נישט דארפן וויסן. אבער אזויפיל יא, די פצעים דערפון לעקט ער נאך היינט, נאכן צוריקבאקומען די זעלבע דזשאב, און ארויסווארפן די קעיס, און יעדער ווייסט שוין וואס האט פאסירט. אזא איבערלעבעניש לאזט איבער אן אפעקט לעולמי עד!!!


[center]והייתם נקיים...[/center]
למעשה איז דאס ב"ה געווען א פארהעלטנמעסיג גרינגע קעיס. ווען די שטאטישע אינסטאנצן זענען אריבער רעדן מיטן קינד דירעקט, איז ער שוין נישט געווען אונטערן דירעקטן השפעה פון זיין מאמע'ס שגעון, און ער האט געוויזן ווי מ'האט אים געטאטשט אויפן אקסל, און גארנישט מער. אזוי אז זיי האבן געזען גלייך אז די מאמע איז פשוט אביסל 'אווער-פראטעקטיוו'.

אזוי אויך, איז אלס געווען א באס-טיטשער אויפן באס. און זי האט טאקע מעיד געווען וואס פונקטליך האט פאסירט יענעם טאג. אבער דאס האט נישט געהאלפן אז זיי זאלן דאס ארויסווארפן די טאג זיי האבן געעפנט די קעיס. ס'איז א גאנצע פראצעדור, ביז זיי זענען אריבער צו איר אינדערהיים, אויסגעפרעגט, אראפגעשריבן די עדות'שאפט, וכו' וכו' ביז מ'האט ענדליך מחליט געווען - נאך אפאר חדשים - אז לא היו דברים מעולם, לא דובים ולא יער. נישט איידער מ'האט חרוב געמאכט א מענטשנ'ס לעבן, און צוגענומען זיין פרנסה פאר אפאר חדשים.

פארשטייט זיך אז די מוסד האט אים גלייך צוריקגענומען, און ליתר שאת - זעענדיג וואספארא משוגע'נער די מאמע איז - האבן זיי מודיע געווען פארן מאמען סוף יאר, אז דאס קינד האט נישט פארוואס צוריקצוקומען נעקסטעס יאר, ווייל ער איז היבש 'דילעיד' [קיינער זוכט נישט קיין קאנפראטאציעס מיט מענטשן וואס זענען אזוי משוגע].

וואס זאגט די מאמע? זי האט נישט געקענט פארשטיין די מוסד: 'כ'האב געטאן די ריכטיגע זאך פארן קינד, ניין?'.

יא, זי איז א רחמנות. אליינס א קרבן פון אביוז, האט זי געמאכט א צווייטן א קרבן פון איר אביוז. און ווי די מחקרים זאגן, אז רוב מאלעסטער'ס זענען געוועזענע קרבנות, אזוי האט זי - א געוועזענע קרבן - 'מאלעסטער'ט א צווייטן. און טאקע אט מיט דעם טענה, אז ער האט מאלעסטירט איר קינד.


[center]צום שלוס.[/center]
דאס איז טאקע א פחד פון א מעשה, און כ'וואונטש ענק אלע אן אז ענק זאלן קיינמאל נישט אדורגיין דאס אדער עפעס ענדליכס אין ענקער לעבן, אבער ס'איז גוט איינצוקריצן אין הארץ אזא מעשה, כדי נישט צו משפט'ן יענעם צו שנעל, ווען די תוצאות קענען זיין פאטאל. מ'דארף קענען וועגן און מעסטן גאר שטארק ביז מען איז מחליט גופא דעובדא היכי הוי.