ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:16 pm

אוודאי דארף מען גיין צו פאליס, אבער נאר גלייך נאכדעם וואס מען האט געגעבן פאר די הנהלה א מרחב זמן צו טוהן צו דער זאך בדרך כבוד און ריכטיג אויספארשן, און זיי האבן דאס נישט געטוהן, אבער די ערשטע זאך פאר זיכער מאכן די מעשה, צו זיך ווענדן צו פאליס איז א רשעות שאין כמוה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:22 pm

שלום,

לאמיר ארויסלאזן דעם משחית פאר א רגע, פארוואס זאל איך נישט לייגן מיין הארץ אויף זיין משפחה ? ווייל דער משחית האט נישט געקעירט פאר זיין משפחה וועגן דעם מעג איך זיי אפהרגענען לדורות ? איך כאפ נישט דיין לאגיק!

און ווער זאגט אז מ'זאל נישט קעיר נעמן, דו לייגסט עס אראפ ווי כאילו אדער גייט מען צו די אינסטאנצן, אדער בלייבט ער א משחית,! ווער האט דאס געזאגט ? דו ווייסט וויפיל קעיסעס ס'ווערט געסעטעלט אן די באהערדע ? מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,

וואס טוט די פאליציי ? אויב מאכט ער א פלי בארגעין, באקומט ער דארט אפאר יאר, און איז ווייטער אויסגעשטעלט צו פארדארבן,

איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אדער דעטאלען, אבער אז דו וועסט מאכן אביסל ריסוירטש וועסטו זעהן ווי שיין מ'האט קעירגענומען פון זיי, מ'האט טאקע נישט געהאט קיין 'נקמה מאמענט', ווייל ס'איז נישט געווען קיין טרייעל מיט א סענטענסינג, אבער די חברה זענען מער נישט קיין משחיתים און האבן אפי' מצליח געווען צו צוריק חתונה האבן און פיהרן א נארמאלען לעבן, אפגעראטעוועט דורות, יעצט שטעל דיר פאר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מ'גייט ווען צו ניין וואן וואן
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:23 pm

שש משזר האט געשריבן:פאר שלום על ישראל גיי איך מער נישט מסביר זיין, ווייל ער זוכט נישט צו פארשטיין. אבער אויב ס'דא נאך איינער וואס האלט אז זיין ענטפער איז צום זאך, זאל ער זיך מעלדן, און לכבודו וועל איך דאס יא פארענטפערן.

גערעכט. ווען איינער ווייזט דור אויף איינמאל און נאכאמאל דיין איינזייטיגקייט קעגען וויקטימס, איז ווייל ער זיכט נישט צו פארשטיין. השם יעזור.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:29 pm

שלום על ישראל האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:פאר שלום על ישראל גיי איך מער נישט מסביר זיין, ווייל ער זוכט נישט צו פארשטיין. אבער אויב ס'דא נאך איינער וואס האלט אז זיין ענטפער איז צום זאך, זאל ער זיך מעלדן, און לכבודו וועל איך דאס יא פארענטפערן.

גערעכט. ווען איינער ווייזט דור אויף איינמאל און נאכאמאל דיין איינזייטיגקייט קעגען וויקטימס, איז ווייל ער זיכט נישט צו פארשטיין. השם יעזור.

דו האסט אן איינזייטיקייט יעדן צו מאכן פאר א וויקטים.

איך זע די דעבאטע דא איז ווען מ'ווייסט נאך נישט צו ס'איז דא א וויקטים בכלל.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1843 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:32 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:

איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אדער דעטאלען, אבער אז דו וועסט מאכן אביסל ריסוירטש וועסטו זעהן ווי שיין מ'האט קעירגענומען פון זיי, מ'האט טאקע נישט געהאט קיין 'נקמה מאמענט', ווייל ס'איז נישט געווען קיין טרייעל מיט א סענטענסינג, אבער די חברה זענען מער נישט קיין משחיתים און האבן אפי' מצליח געווען צו צוריק חתונה האבן און פיהרן א נארמאלען לעבן, אפגעראטעוועט דורות, יעצט שטעל דיר פאר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מ'גייט ווען צו ניין וואן וואן


גם אני מצטרף, נאר מענטשן וואס שעפן זייער גאנצע אינפארמאציע פון א האס-ליין קענען אזוי רעדן, איך בין פערזענליך געווען פארמישט אין צוויי קעיסעס וואו די הנהלה האט קעיר גענומען שנעל, ריכטיג, צו יעדן'ס צופרידנהייט, און בדרך כבוד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:35 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:שלום,

לאמיר ארויסלאזן דעם משחית פאר א רגע, פארוואס זאל איך נישט לייגן מיין הארץ אויף זיין משפחה ? ווייל דער משחית האט נישט געקעירט פאר זיין משפחה וועגן דעם מעג איך זיי אפהרגענען לדורות ? איך כאפ נישט דיין לאגיק!

און ווער זאגט אז מ'זאל נישט קעיר נעמן, דו לייגסט עס אראפ ווי כאילו אדער גייט מען צו די אינסטאנצן, אדער בלייבט ער א משחית,! ווער האט דאס געזאגט ? דו ווייסט וויפיל קעיסעס ס'ווערט געסעטעלט אן די באהערדע ? מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,

וואס טוט די פאליציי ? אויב מאכט ער א פלי בארגעין, באקומט ער דארט אפאר יאר, און איז ווייטער אויסגעשטעלט צו פארדארבן,

איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אדער דעטאלען, אבער אז דו וועסט מאכן אביסל ריסוירטש וועסטו זעהן ווי שיין מ'האט קעירגענומען פון זיי, מ'האט טאקע נישט געהאט קיין 'נקמה מאמענט', ווייל ס'איז נישט געווען קיין טרייעל מיט א סענטענסינג, אבער די חברה זענען מער נישט קיין משחיתים און האבן אפי' מצליח געווען צו צוריק חתונה האבן און פיהרן א נארמאלען לעבן, אפגעראטעוועט דורות, יעצט שטעל דיר פאר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מ'גייט ווען צו ניין וואן וואן

ווער זאגט דען אז דו זאלסט נישט לייגן דיין הארץ אויף זיין משפחה? נאר נישט די גאנצע.

זיי מיר מסביר וויאזוי קען א מענטש אויף די וועלט מאכט ריסוירטש איבער וואס דו זאגסט, אז די גאנצע ענין גייט צו בסוד סודות, און אפילו זיינע שכינים און אידן וואס דאווענען איז זיין ביהמ"ד ווייסן נישט אפצוהיטן זייערע קינדער פון דעם קראנקען?!

זיי מיר אויך ביטע מסביר וויאזוי זענען די חברה דעווארן אויס משחיתים? א עמעטשור אנלייסענסד סיקאלאדזשיסט האט אים געהייסן גיבן $10,000 קנס און זאגן תיקון כללי צוויי מאל צופרי און נאך יעדע מאלעסטעשאן?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:38 pm

פרעגט מען זיך נאך אנאנים דא אין שטיבל און מען ווערט געוואר שוין פון צוויי אידן אז יא, די מוסדות כהיום וועלן עפ"י רוב קער נעמען פון אזעלעכע פראבלעמען,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:38 pm

א. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא. דעריבער טאמער מ'קען און מ'דארף עפעס טוהן צו א מענטש וועגען זיין שלעכט'ס וכמבואר בשו''ע חו''מ סי' ב', איז זיין משפחה נישט וויכטיג.
ב. דאס אז ווען מ'האט נגיעות וועט מען אנדעריש טראכטען איז נישט קיין לאגישע טענה. דעריבער זענען ברכות/קללות נישט צום זאך.
ג. פאדערען פון א מענטש א בלינדע גלויבונג אין עסקנים/עשקנים און מנהלים איז אויך נישט אין פלאץ. יא, זיי זאגען אז זיי ווארפען ארויס, אבער ווער נעמט אחריות אז ער וועט נישט גייען ערגעץ אנדעריש? מ'שיקט אין טערטפ''י? וועלכע? ווער זאגט אז ס'איז א גוטע טעראפ''י? ווער נעמט אחריות אז ער וועט אנגייען דערמיט?
ד. מיין נסיון אין חינוך איז אז מנהלים זוכען וואס מער זיך אויסצודרייען ווי עפעס טוהן. ט'פארוואס זאל איך גלויבען אז אפילו עפעס ווערט געטוהן? אפשר איז דער עסקן גאר איינער פון דא וואס האלט אז פגם משפחה איז ע נושא?
ה. אבער פארקערט אויך. לכאורה איז דער פאליציי און געריכט סיסטעם נישט קיין עצה מחמת זייער גרייטשאפט צו מאכען עסקים מיט'ן עולם און ווי לייכט ס'איז צו שפילען מיט'ן סיסטעם. אבער קיינער ווערט נישט קיין שייגעץ פאר'ן זיי נוצען, ווייל קיין ברירה האט ער נישט.
ו. מחמת דער מינדס'טע חשש דארף מען נישט דערווייטערען א מענטש פון קינדער. דער תורה ווייזט אונז דער וועג זיך צו פיהרען, און אז מ'פאלגט איהם, דארף מען נישט חושד זיין פאר שלעכט'ס. איי, וועסטו זאגען, וואס וועט זיין אז א קינד איז געשעדיגט געווארען ווייל מיר האבען נישט געהאט גענוג אויפווייזונגען? לא מחכמה שאלת זאת. דאס אז מ'איז נישט חושד פאר א צד רחוק מיינט נישט אז דער צד עגזיסטירט נישט. אבער דער תוצאה איז מן השמים ווייל מ'האט זיך באשיצט כדין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:39 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,

עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:41 pm

ליפא האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:פאר שלום על ישראל גיי איך מער נישט מסביר זיין, ווייל ער זוכט נישט צו פארשטיין. אבער אויב ס'דא נאך איינער וואס האלט אז זיין ענטפער איז צום זאך, זאל ער זיך מעלדן, און לכבודו וועל איך דאס יא פארענטפערן.

גערעכט. ווען איינער ווייזט דור אויף איינמאל און נאכאמאל דיין איינזייטיגקייט קעגען וויקטימס, איז ווייל ער זיכט נישט צו פארשטיין. השם יעזור.

דו האסט אן איינזייטיקייט יעדן צו מאכן פאר א וויקטים.

איך זע די דעבאטע דא איז ווען מ'ווייסט נאך נישט צו ס'איז דא א וויקטים בכלל.

איך מאך יעדן פאר א וויקטים? נישט וואהר.
קוק וואס איך האב געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:קודם וויל איך מקדים זיין מיטן זאגן אז ארויפווארפן א קול פון א מאלעסטער אויף אן אומשולדיגן מענטש איז אסאך ארגער פון קאלט-בלוטיג מערדערן איינעם פאונט-בלענק! די אומפאררעכטבארע שאדן פאר דעם מענטש און זיין משפחה איז שרעקליך ביז גאר. (דאס איז אויסער די שאדן וואס דאס טוט אפ פאר אלע ריכטיגע מאלעסטעשאן-קרבנות, וואס פארלירן די לעגיטימעסי נאכן שרייען "וואלף!". אבער איך לייג דאס איינגערינגלט, כי לא זו העיקר.)

און קוק וואס 'האב געשריבן דא
שלום על ישראל האט געשריבן:למען האמת, אפילו איך רעד אמאל שארף, פארשטיי איך זייער קלאר אז די איינציגסטע מיטל צו באהאנדלען אזעליכע אומבא'טעמ'טע פרשיות, איז מיט א קיהל קאפ, און אויב שמעקט נאר האלבוועגס אז יש דברים בגו, מישט מען גלייך אריין אדער די געזעץ אדער כאטש א וועד ההורים אדער עסקנים, מסתמא דורך אויסעווייניגערס (נישט איינער וואס איז אויף די מוסד'ס פעיראל).

אבער צו האבן טענות פארן נישט טראסטן די מוסד'ס מאטיוון, דארף מען זיין גאר נאיוו.

און דא
שלום על ישראל האט געשריבן:אמת אז אויב די חשד איז לעכערליך, דארף מען אכטונג גיבן וואס מ'טוט ווייל אפילו א פשוט'ער פאליציי-אינוועסטיגעשאן קען אוועקלייגן דעם נחשד, אבער זיך נישט וויסענגדיג מאכן (ווי למשל "מ'עט שוין קער נעמען..."), איז נישט קיין אפציע!
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

הודעהדורך Kool man » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:41 pm

נאך איין ווארט אביסעל קלאהר צו שטעלען די לופט נאך די אלע ספין פון די אזויגערופענע קינדער רעכט פרעהדיגער, [וואס ס'רוב פון זיי האבען זיך ארויסגעשטעלט מעהר אלץ מענטשען פרעסער ווי קינדער באשוצער ואכמ"ל], די בלענקעט סטעיטמענט אז קיין מוסד פלעהגט זיך נישט וויסענדיק מאכען פון קיין קינדער אביוז ביז דער באקאנטער מנוול האט זיך גענומען רעדען ניוול פה אויף זיין האט ליין און גענומען באשמירען מענטשען שולדיקע און אומשולדיקע צוגלייך, וכו', דאס איז שטויות ושטוית!

זיכער אז די אויפמערקזאמקייט - אוועירנעס איז היינט פיהל מעהר, אבער צו זאגען אז א מנהל אדער מחנך האט געוויסט אז א קינד ווערט מאלעסטעד און ער האט זיך פארמאכט די אויגען, איז נאריש און אבסורד! צו זאגען אז ווען א טאטע אדער מאמע איז געקומען קאמפלעינען אויף מאלעסטעישען האט מען זיי גאהר ארויסגעווארפען אדער ווייס איך וואס געטוהן, איז טיפשות'דיק און אבסורד!

ווער ס'ווייסט אביסעל פון מוסדות צו זאגען, און ווער ס'האט אביסעל שכל אין קאפ ווייסט אז די זאכען זענען גאהר שטרענג ביי די היימישע מוסדות, דער מנהל/מלמד/חבר הנהלה וויל אויך נישט אז אין זיין מוסד ./קלאס זאל מען מאלעסטען קינדער, ולא עוד, זיי האבען אליין קידנער אין די מוסד, זיי ווייסען די געפאהר, זיי גייען נישט סיסטעמאטיש פארמאכען די אויגען און לאזען די רוצחים ארומשפאצירען אין די מוסדות און קעמפס און באלעסטיקען קינדער,

נאר וואס דען, ס'האט זיך געמאכט אויסנאם פעלער, מעהגליך אז מ'האט אמאהל באשולדיקט א נאנטע משפחה פון די מנהל, אדער א חבר פון כ"ק אדמו"ר פון די מוסד, וכהנה, און מ'האט עס נישט באהאנדעלט ווי מ'באהאנדעלט עס געוועהנליך, יא, זיכער אז ס'האט פאסירט פעלער, און ס'איז א הימעל שרייענדיקע עוולה, און מ'דארף אזוינע מענטשען צאמשטעלן די מנהל מיטען באשולדיקטען און אנפראקען אינאיינעם אז ס'זאל שפריצען בלוט, אבער, דאס איז אבסאלוטלי אין ערגעץ נישט געוועהן די נארמע, אלע ווייסען און האבען געוויסט אז די ענינים זענען פון די מערסט אומטאלערירטע זאכען אין אונזערע קרייזען
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:43 pm

געוואלדיג האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,

כ'האב שוין געהערט פון דעם כמה פעמים. קודם כל - ווי ווייט מיין ריסורטש האט דערגרייכט - האב איך נישט געקענט פעסטשטעלן קיין איינציגסטע קעיס ווי מען האט פאקטיש דורכגעפירט אן אפעראציע. צווייטענס, די אפעראציע פארריכט נישט אלעס, כמובן.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 4:46 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא. דעריבער טאמער מ'קען און מ'דארף עפעס טוהן צו א מענטש וועגען זיין שלעכט'ס וכמבואר בשו''ע חו''מ סי' ב', איז זיין משפחה נישט וויכטיג.
ב. דאס אז ווען מ'האט נגיעות וועט מען אנדעריש טראכטען איז נישט קיין לאגישע טענה. דעריבער זענען ברכות/קללות נישט צום זאך.
ג. פאדערען פון א מענטש א בלינדע גלויבונג אין עסקנים/עשקנים און מנהלים איז אויך נישט אין פלאץ. יא, זיי זאגען אז זיי ווארפען ארויס, אבער ווער נעמט אחריות אז ער וועט נישט גייען ערגעץ אנדעריש? מ'שיקט אין טערטפ''י? וועלכע? ווער זאגט אז ס'איז א גוטע טעראפ''י? ווער נעמט אחריות אז ער וועט אנגייען דערמיט?
ד. מיין נסיון אין חינוך איז אז מנהלים זוכען וואס מער זיך אויסצודרייען ווי עפעס טוהן. ט'פארוואס זאל איך גלויבען אז אפילו עפעס ווערט געטוהן? אפשר איז דער עסקן גאר איינער פון דא וואס האלט אז פגם משפחה איז ע נושא?
ה. אבער פארקערט אויך. לכאורה איז דער פאליציי און געריכט סיסטעם נישט קיין עצה מחמת זייער גרייטשאפט צו מאכען עסקים מיט'ן עולם און ווי לייכט ס'איז צו שפילען מיט'ן סיסטעם. אבער קיינער ווערט נישט קיין שייגעץ פאר'ן זיי נוצען, ווייל קיין ברירה האט ער נישט.
ו. מחמת דער מינדס'טע חשש דארף מען נישט דערווייטערען א מענטש פון קינדער. דער תורה ווייזט אונז דער וועג זיך צו פיהרען, און אז מ'פאלגט איהם, דארף מען נישט חושד זיין פאר שלעכט'ס. איי, וועסטו זאגען, וואס וועט זיין אז א קינד איז געשעדיגט געווארען ווייל מיר האבען נישט געהאט גענוג אויפווייזונגען? לא מחכמה שאלת זאת. דאס אז מ'איז נישט חושד פאר א צד רחוק מיינט נישט אז דער צד עגזיסטירט נישט. אבער דער תוצאה איז מן השמים ווייל מ'האט זיך באשיצט כדין.

זייער שיין ארויסגעברענגט, און שיין צוזאמגענומען. קומסטו ווען אריין פריער, וואלט מיינע פינגערס נישט געווען טשארלי-הארסט, און מיין באלאבוס וואלט נישט געדארפט שרייען אז גארנישט ווערט נישט פארטיג היינט...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 966 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 7:50 pm

דאס ברענגען עקסטרעמע מעשה'ס פון ביידע זייטען העלפט נישט לייזען די פראבלעם, ווייל פאר יעדער מעשה איז דא א פארקערטער אויך. פאר יעדער עסקן וואס איז געטריי, קען איך טרעפען צען וואס זענען גרייט צו ארבעטען למען ה'כלל' און דער פרט זאל גייען פייפען. דעריבער דארף מען קוקען די זאך פון ביידע עקען.
ס'איז מעגליך אוועקצושטעלען א סיסטעם אויף צוויי וועגען. אדער מער לטובת הקינד אדער מער לטובת ה'ערוואקסענע'. ד.ה. די ערשטע גייט שוין נעמען יעדער חשד כאילו ס'איז קרוב לוודאי און מ'גייט טוהן וואס ס'פעלט אויס צו פארזיכערען אז קיין שום קינד זאל נישט באשעדיגט ווערען. דאס קען צומאל וויי טוהן אן ערוואקסענע מענטש, איהם אוועק נעמען די פרנסה און מאכען גרויסע בזיונות, אבער דער קינד איז באשיצט.
דער אנדערע וועג גייט מיט א מהלך פון חזקת כשרות און קיין שום מענטש קען מען נישט באשולדיגען אן קלארער אויפווייזונגען. טאמער א קינד קען אמאל ליידען דערפון, טארען מיר אונז נישט וויי טוהן א מענטש יעצט אויף א ספק היזק פון א קינד.
רוב פון אונז פאלען ערגעץ אינדערמיט, אבער דער וואס זאגט נאר איין זייט פונ'ם מטבע, פארגעסט פון האלב די מעשה.
יעצט ווען מען דערמאנט א מעשה מיט א באס דרייווער זעה איך נישט קיין תועלת ווען ס'איז נישט אלס א חלק פון די גאנצע ענין.

און לגבי מוסדות אמאל האט מען נאכאמאל דער ערסטרעמע צד. ווען א מנהל גייט אריין אין אן אלקערל אין זיין מוסד און טרעפט א מלמד ללא שום ספקות מיט א קינד אין א נישט כ'ניאקישע אופן, וועט ער אוודאי טוהן צו די זאך, יהיה מי שיהיה. די פראבלעם איז אז מ'איז נישט אייביג אזוי גליקליך צו כאפען די זאך כמכחול בשפופרת. מ'האט נאר השערות און חששות. וויבאלד ס'איז א זייער אומאיינגענעמער נושא צו באהאנדלען, דעריבער האט מען ליבערשט זיך געמאכט נישט וויסענדיג מיט'ן רעכטע תירוץ אז מ'האט נישט קיין ראיה דערצו. מ.האט טאקע נישט געגלויבט, ווייל צו גלויבען איז זייער נישט געשמאק. דער נייע עפאכע, זאל זיין מחמת נ''ר אדער טראץ נ''ר, לאזט נישט צו אזא מצב. ס'האט אויך פאראורזאכט ליידיגע באשולדיגען און מ'דארף דן זיין ווי גרויס איז די הפסד און וואס פאר א פרייז איז מען גרייט צו באצאלען. אבער מ'דארף מיט אפענע אויגען אנערקענען די פרייז.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:02 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא.

#על שהעמידו דבריהם על דין תורה
ביטע קום מיר נישט יעצט מיט די תורה. עס קומט נישט אריין אינעם שמועס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15251
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18444 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

הודעהדורך ירא שמים » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:20 pm

ווי שטייט אין די תורה אז א מאלעסטער באקומט א עונש ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

הודעהדורך גר ותושב » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:26 pm

ירא שמים האט געשריבן:ווי שטייט אין די תורה אז א מאלעסטער באקומט א עונש ?

ער זאגט נישט אז עס שטייט ער זאגט נאר אז ווען מען זעיט אז מען גיט א עונש על פי תורה ביי אנדערע זאכן איז נישט דא קיין תירוץ מדארף רחמנות האבן אויף די משפחה נאר להיפך למען ישמעו ויראו.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:39 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא.

#על שהעמידו דבריהם על דין תורה
ביטע קום מיר נישט יעצט מיט די תורה. עס קומט נישט אריין אינעם שמועס.

דא קומט אריין דער ליטוואק.
רגשות הלב, מענטשליכקייט, שכל אנושי, פארנעמט נישט קיין פלאץ.
"וואס שטייט אין שולחן ערוך?" - זהו ותו לא מידי. [גראדע שפעטער פרובירט ער יא, אן הצלחה, צו מסביר'ן מיט שכל].

עכשיו יבוא הבעל עגלה ויאמר הבדיחה הידועה אז יעדע ליטוואק האט א צלם אין הארץ וכו'...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15660 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:48 am

פאר די וואס מיינען אז די תורה רעכנט זיך אינגאנצן נישט מיט געפילן,

מִי שֶׁאֲמָדוּהוּ וּכְשֶׁהִתְחִיל לִלְקוֹת נִתְקַלְקֵל מִכֹּחַ הַהַכָּאָה בֵּין בְּרֵיעִי בֵּין בְּמֵימֵי רַגְלַיִם אֵין מַכִּין אוֹתוֹ יוֹתֵר שֶׁנֶּאֱמַר (דברים כה-ג) 'וְנִקְלָה אָחִיךָ לְעֵינֶיךָ' כֵּיוָן שֶׁנִּקְלָה פָּטוּר.
רמב"ם שופטים יז ה
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך יהושע חיים » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 1:00 am

ירא שמים האט געשריבן:ווי שטייט אין די תורה אז א מאלעסטער באקומט א עונש ?


א רודף אחר הזכר מעג מען מציל זיין מיט רציחה און אויף דעם זאגט די פסוק "לא תחוס עינך'"‏
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 479 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 1:06 am

און וואס שטייט אין תורה אויף א מסלף פשט הפסוק?

די תורה רעדט קיינמאל נישט פון מאלעסטירן, נאר פון משכב זכר. אויף מאלעסטירן באקומט מען - ע"פ תורה שבכתב - ניטאמאל קיין מלקות.

יתכן אז חז"ל בכוחם וואלטן געקענט געבן מכת מרדות, און ווען איך האב די כח - געב איך אויך מכת מרדות. אבער מיש נישט אריין פסוקי התורה וואס רעדן נישט פון דעם.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15660 מאל

ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

הודעהדורך ירא שמים » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 1:18 am

וואס שטייט אין שולחן ערוך?" - זהו ותו לא מידי. [גראדע שפעטער פרובירט ער יא, אן הצלחה, צו מסביר'ן מיט שכל].

דאס איז געווען די אמאליגע ליטוואקעס די היינטיגע האבן שוין א ״דעת תורה״ מיט א ״תורה׳דיגע השקפה״ …
לכאו׳ כדי עס צו פארשטיין דארף מען דורכלערנען ליטוואקס אשכול די תורה און שכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך יהושע חיים » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 1:22 am

איך קען נישט די פראקטיק פון מאלעסטן אבער לויט ווי איך האב פארשטאנען איז עס (אפשר נישט אין אלע פעלער) בערך משכב זכר. נו, קען זיין איך האב געלעבט אין א טעות.

דרך אגב איז ר' שש עפעס זייער עגרעסיוו און בייסיג ביי דעם שמיעס (הגם ער האט ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה)
על כן האלט איך מיר צוריק פון זאגן מיין מיינונג (אויף אדווייל)
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 479 מאל

הודעהדורך ריכטיג » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:16 am

איך בין עפעס שטארק מסופק אויב נקמה פונעם וויקטים אינעם מאלעסטערער איז א long term רפואה, ליבי אומר לי אז ווען מ'ווערט עלטער האט מען אביסל חרטה אויב דעם.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2376
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1919 מאל

Re: ווען דער אפיציעלער 'מנוול' איז גאר געווארן א קרבן!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 6:44 am

איך בין נישט קיין צדוקי, און אחוץ תושב''כ איז אויך דא א תושבע''פ. דאס איז א פאקט, נישט נאר עפעס מיט וואס צו רודערען חנוכה ווען מ'האט נישט וואס צו טוהן און מ'דארף פעניען אפאר שעה ביי די לעכט, און מ'זאגט תורות מקשר צו זיין רבי תנחומ'ס און מסביר זיין כבתה זקוק לה למ''ד אין זיקה. דער תושבע''פ באשטייט פון א סוגיא אין יבמות ועוד, וואס אין טור שלחן ערוך איז עס אין חו''מ סי' ב' און אויך ערגעץ איו די שפעטער ש'ס. איך קען יעצט נישט נאכקוקען. דארט רעדט מען פון איינער וואס שעדיגט א צווייטען וואס דארף מען טוהן. דוכט זיך איחוד פעלד פלעגט האבען א חלק דערפון אין זיין חתימה. דארט האנדעלט מען נישט זיין משפחה, זיי קומען נישט אין באטראכט. און אויב עפעס זעט מען פארקערט 'אין חל משפחה שיש בה מוכס שאין כולם מוכסין, מפני שמחפין עליו' וכן לעניינינו.
מיר דוכט זיך אז איך האב ארויף געברענגט אפאר נקודות. פאר עפעס א סבה דער איינציגסטע נושא וואס וועקט אויף דער עולם איז ווען מ'קען שרייבען אקעגען די תורה. אוודאי מיט'ן אויסרייד פון די אלטע לאזונג פון עמי הארץ 'על שהעמידו דבריהם על דין תורה', וואס איז דער איינציגסטע גמרא וואס מ'דארף קענען צו זיין א בעלעבאטישע חסידישע איד, 'שטייט זיך צוזאמען מיט 'הלכה כדברי המיקל בעירוב'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט