נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

נאר דער אייבישטער קען און וועט אונז העלפן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

ווען כלל ישראל איז שוין געשטאנען בלויז מיט איין פוס - אריין אין ארץ ישראל, און די אלע מתי דור המדבר האבן שוין נישט געלעבט, און ס'איז אויפגעשטאנען א נייע דור, וואס איז שוין נישט געווען אויסבויעט מיט די זעלבע הייליגע און ריינע אמונה פון זייערע עלטערן, דעם דור דעה וואס האט זוכה געווען צו די גרעסטטע התגלת כבוד ה' וואס איז נאר אמאל געווען אין די היסטאריע פינעם וועלטס - באשאף. און משה רבינו דער געטרייע פסטוך, וואס האט געטריי געפאשעט דעם הייליגען - באשעפער'ס שעפלעך גאנצע 40 יאר, אן קיין רגע מנוחה פאר זוך זעלבסט, האט געציטערט אין זיך געפארכטען, אז כלל ישראל וועט אריין אין ארץ ישראל, און יעדער וועט זיך באקוועם - מאכן, אונטער זיין וויינגארטן און אונטער זיין פייגען בוים, און מען וועט פארגעסען פונעם הייליגען באשעפער, וואס האט אונז געגבן דאס הייליג לאנד, צילוב די אויסטערלישע טיפע ליבשאפט וואס ער האט געהאט פאר אונזערע הייליגע עלטערן אברהם, יצחק, און יעקב, די אבות האומה. דעריבער האט ער זיי אנגעווארענט מיטן לעבן, באלה ובשבועה, אז מ'זאל נישט ווידערשפעניגען אינעם הייליגען באשעפער און אין זיין הייליגע תורה, און אויב יא, וועט זיין: והיו חייך תלאים לך מנגד, ופחדת לילה ויומם, ולא תאמין בחייך...

מיר שטייען אצינד עטליכע טויזענט יאר נאך דעם דעם פארכטיגען מעמד, מיר האבן שוין אנגעווארן צוויי בתי מקדשות, מיר זענען שוין דירך - געגאנגען די גזירת ת''ח ות''ט, מיר זענען שוין דירך - געגאנגען די פארשאלטענע אינקוויזיציע, מיר זענען שוין דירך – געגאנגען די הריגות ורציחות פונעם מיטל - אלטער עפאכע, מיר זענען שוין דירך – געגאנגען די תקיפה פון פראגראמען, מיר זענען שוין דירך – געגאנגען די גזירה פון די קאנטיטיסטען, מיר זענען שוין דירך – געגאנגען דעם בלוטיגען שואה, און מיר שטייען אצינד אין ארצינו הק' אין א מצב פון והיו חייך תלאים לך מנגד, ופחדת לילה ויומם, ולא תאמין בחייך...

ווען נאר די איזרעליס שטעלן – אפ די איסלאמישע באמבע – אויפרייסער, הייבן אן צופליען ראקעטען פון עזה און לבנון, און ווען די איזרעליס שטעלן שוין ענדליך אפ די טויטליכע-ראקעטען, הייבט זיך אן א מאסיווע ברוטאלישע שטעכעריי אין די גאסען פון יהודה ושומרון, אוי רבוש''ע הייליגע טאטע וואס קומט נעקסט? די פראים וועלן אונז בייסען אין די העלצער, ביז מיר וועלן אויסגיין? גיוואלד! דער געטליכער נבואה פינעם אבי הנבואים משה עבד ה', ווערט דאך פולקאם פארווירקליכט אין פולען זין און ווארט , עס איז משש א מצב אין לאנד פון והיו חייך תלאים לך מנגד, ופחדת לילה ויומם, ולא תאמין בחייך...

עס שטעלט זיך שוין ארויס צום טויזענסטען מאל אז דער כוחי ועוצם ידי ארבייט נישט, דאס איז גענצליך אומווירקזאם, דאס איז בלויז ווי מען כאפט זיך אן אין שטרוי ווען מען טרונקט זיך אין די טיפענישן פון ים הגדול.

דער חורבן איז אבער, אז דער עולם איז פאסיוו, ווייל ביי יעדען אין אין טיטיפע קעמערליך פינם מוח, ווירבלט זיך א מחשבה'לע, אז מען דארף זיך נישט זארגען די איזרעליס וועלן זיך שוין מסדר זיין מיט די אראבער. רבותי דאס עסט און קרענקט דעם ריבונו של עולם, דער פסולער געדאנק איבעלט אים ביז גאר, ווען מיר זאלן נאר זיין ביי אונז זיכער אז נאר דער הייליגער באשעפער קען אונז העלפן, און טאקע ער, און נאר ער, וואלט ער דאך נישט פרובירט אזוי פול מאל אונז איבערצוצייגען אז דער כוחי ועוצם ידי איז נישט ווערט קיין קליפת השום. דער פראבלעם איז בלויז די אמונה, אונזער הייליגער טאטע אין הימל וויל בלויז, אז מיר זאלן שוין איינמאל פאר אלע מאל אנערקענען אז: בלויז ער איז דער מצוי ומשגיח והוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה עושה ויעשה לכל המעשים.

לאמיר זיך אין דער איצטיגער שווערע עת צרה מחזק זין מיט די הייליגע אמונה הטהורה, און זיך פארלאזן נאר אויפן בורא עולם, און זיך נישט איינרעדען אפילו אויף קיין סקונדע, אז די איזרעליס וועלן אונז באשיצן... זיי האבן דאס ביז היינט נישט באוויזען, און זיי וועלן דאס קיינמאל נישט קענען באווייזען, נאר דער הוא לבדו עשה עושה ויעשה לכל המעשים, קען אפשטעלן די גרויזאמע, ברוטאלע, ציושטע בני פראים.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר