ווער איז משוגע?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ווער איז משוגע?

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 2:34 pm

מ'כאפט זיך אפשר נישט , אבער די ווארט "משוגע" איז עפעס וואס קנטראלט אונזער לעבן. קיינער וויל נישט זיין "משוגע". איז דאך וויכטיג אז מ'זאל איינמאל פאר אלעמאל אפטייטשען די ווארט אז מ'זאל קענען געהעריג לעיבלען מענטשן.

ווער איז משוגע? איז "זיין משוגע" א פיסכילאגישע זאך וואס א דאקטאר קען זעהן? לכאורה נישט. מ'ניצט דאך די ווארט פאר יעדער וואס איז אנדערש. למשל איינער וואס פארט מיט א בייק אין ווילימסבורג איז "משוגע" אבער איינער וואס פארט מיט א בייק אין מאנסי איז "נארמאל".

סאו איז "משוגע" נאר א ווארט וואס מיינט "ער קאנפארמט נישט" , אדער ס'האט נאך עפעס א באדייט?
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1395 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 3:51 pm

I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5762
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3403 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 3:54 pm

"ווער איז משוגע?"
קוק אויף דיין חתימה. רוב אויסגערעכנטע זענען טאטאלע [און פאטאלע] משוגעים.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15415 מאל

Re: ווער איז משוגע?

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:13 pm

@שש דאס ברענגט ער ארויס אז במקום שאין איש דארף מען ליידער צוקומען צו משוגעים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך mevakesh אום מאנטאג אקטאבער 19, 2015 5:52 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 854
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:46 pm

ווער געדענקט אלעזר לאנדא וואס האט פראקלאמירט אז מען טאר נישט זיין נארמאל, נאר מען דארף זיין משוגע?
אוי איז ער געווען גערעכט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15076
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18040 מאל

Re: ווער איז משוגע?

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 5:19 pm

stupid is as stupid does...

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1765
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2187 מאל

הודעהדורך לאשיצער » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 6:05 pm

אז מען וויל קלארמאכן דעם אפטייטש פונעם ווארט "משוגע" דארף מען קודם דיפערענצירן די סינאנימען און כמו-סינאנימען. ערשט דעמאלט קען מען טאקע פארשטיין וואס עס מיינט צו זיין משוגע.
משוגע, צודרייט, ווילד, אראפ פון זינען, נישט ביי די געדאנקען, מטורף, גייסטיג קראנק, מאדנע, אנדערש, עפעס נישט מיט אלעמען...
באניצער אוואטאר
לאשיצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 6:40 pm

דאס ווארט "משוגע" אויף א מענטש וואס איז אין קאנטראל און אין באזינען, איז א אלטער טראדיציאנאלער וואפן וואס מען ניצט אויף שוואכע רעוואלוציאנערן אין א סביבה כדי אוועק צו נעמען דעם אפעטיט פון אים אדער פון די וואס קלערן אים נאכצומאכן. טאמער איז דער רעוואלוציאנער גענוג שטארק, דאן, אדער מאכט זיין סביבה שלום מיט די מצב, אדער, טאמער שטערט זיין התנהגות צו שטארק, באקומט ער דעם נאמען רשע.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1571 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 12:14 am

באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2725 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 23, 2019 1:03 pm

ס'דא אמאל א מענטש וואס האט אן אינטערעסאנטע מיינונג, אבער מ'קען נאכאלץ רעדן מיט אים ווי א נארמאלע מענטש. נאכדעם איז דא אזעלכע מענטשן, וואס זייערע שיטות נעמען זיי אזוי שטארק איבער ביז זיי קענען שוין נישט פירן קיין נארמאלן שמועס.

פארוואס זאג איך עס ענק? ווייל כ'האב מיך יעצט אנגעשויסן אין צוויי קליפס איבער א שטיקל א מאדנע נושא, און מ'קען קלאר זען די חילוק צווישן די צוויי מענטשן. דער ערשטער איז אזוי אריינגעטון אין זיינע זאכן, אז ער האט פשוט פארגעסן וויאזוי צו רעדן ווי א נארמאלע מענטש, גלייך ביי זיין אריינפיר קען מען שוין זען מיט וועם מ'האט דא צוטון. דער צווייטער פון די אנדערע זייט, קען זיין פארנומען מיט די אלע זאכן אבער נאכאלץ רעדן נארמאל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2292
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1353 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 23, 2019 1:26 pm

לעצם הענין, נארמאל און משוגע זענען נישט איינס פארקערט פונעם צווייטן, כדלהלן:

די ריכטיגע אפטייטש פון דאס ווארט normal איז: conforming to a standard; usual, typical, or expected. די פארקערטע פון דעם רופט מען משוגע, אבער די ריכטיגע אפטייטש פון משוגע איז גאר עפעס אנדערש.

די ריכטיגע אפטייטש פון דאס ווארט crazy איז: mentally deranged, especially as manifested in a wild or aggressive way. די פארקערטע פון דעם רופט מען נארמאל, אבער די ריכטיגע אפטייטש פון נארמאל איז ווי אויבנדערמאנט.

ס'דא מענטשן וואס זענען קראנק אין קאפ, אבער זיי פירן זיך אויף ווי געווענליכע מענטשן. און פון די אנדערע זייט זענען דא מענטשן וואס פירן זיך אויף אנדערש, אבער זיי זענען הונדערט פראצענט געזונט. די צוויי זאכן האב קיין שייכות נישט.

דארף מען זיין נארמאל? אודאי יא (אויף וויפיל ס'קומט נישט אן צו שווער), ציען אטענשאן איז א שלעכטע מידה, הצנע לכת איז זאגאר פון די דריי יסודות פון אידישקייט לויט מיכה. לא יהא אדם ער בין הישנים ולא ישן בין הערים. ולא בוכה בין השוחקים ולא שוחק בין הבוכים. ולא יושב בין העומדים ולא עומד בין היושבים. ולא קורא בין השונים ולא שונה בין הקוראים. כללו של דבר אל ישנה אדם ממנהג הבריות (מסכת דרך ארץ פרק ה).

מעג מען זיין קראנק אין קאפ? חלילה וחס! (במאמר המוסגר: די דאקטורים זאגן, אז די אבסעסיע מיט נארמאלקייט איז איינס פון די מערסט פארשפרייטע קרענק, דוק ותשכח).

כללו של דבר: א. מ'דארף זיין א נארמאלע מענטש, מידות, מענטשליכקייט, נישט אריינשטופן דיינע שיטות יענעם אין פנים אריין, נישט משוגע מאכן קיין מענטשן, דעלך סני לחברך לא תעביד.
ב. מ'טאר נישט זיין משוגע, נישט טון זאכן וואס האבן נישט קיין פשט, נישט האבן קיינע אבסעסיעס, ובכללו, נישט זיין אבסעסד מיט נארמאלקייט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2292
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1353 מאל

Re: ווער איז משוגע?

הודעהדורך מי אני » דינסטאג מאי 14, 2019 7:33 am

המלוכה והממשלה האט געשריבן:ווער איז משוגע? איז "זיין משוגע" א פיסכילאגישע זאך וואס א דאקטאר קען זעהן? לכאורה נישט. מ'ניצט דאך די ווארט פאר יעדער וואס איז אנדערש.

וואו דאקטורים [פסיכיאלאגן] ניצן דאס יא, בנוגע psychopathology, ווערט ״משוגע״ דעפינירט ווען די behavior וכו׳ איז maladaptive.
IMG_4509.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג מאי 14, 2019 2:15 pm

טייל זאגן אז אין psychiatry איז מען אויך גוט צומישט אין דעם.
למשל ביז א קורצע תקופה צוריק איז Homosexuality געווען אויף די ליסטע פון די DSM אלץ איינע פון די גייסטישע מחלות. דאס מיינט אז וואס איז דעמאלץ געווען קליניקלי משוגע איז היינטיגע צייטן א נארמאלע זאך.
אזוי איז אויך מיט נאך אסאך זאכן.
איז ר' נחמן ברסלב'ער געווען נארמאל? מסתמא היינטיגע צייטן וואלט מען עם געלייגט אויף פילן. אבער דעמאלץ איז ער געווען נארמאל.
איז מענדעלע וויזשניצער נארמאל? פאר א דרויסנדיגע מענטש נישט, אבער צווישען זיין קהילה איז ער די הייליגסטע און נארמאלסטע מענטש.
ווען די גאנצע וועלט וואלט געווען מענדעליסטען, וואלט מענדעלע געווען די נארמאלסטע מענטש אין די ועלט.
על כרחך מוז מען צוקומען אז משוגע איז א דבר מוסכם פון די מענטשן, און ס'איז נישט קיין נאטורליכע זאך וואס מ'קען זאגן, "דער מענטש איז סייענטיפיש משוגע."
אדער קען מען נוצען א ענליכע הגדרה וואס קאנט האט גענוצט אויף מאראל, אויב זאל די גאנצע וועלט זיך אויפפירן אזוי, וואלט די וועלט געהאט א קיום?
אבער לויט דעם איז טאקע homosexuality אין כלל פון גייסטישע מחלות...
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1252 מאל

Re: ווער איז משוגע?

הודעהדורך מי אני » דינסטאג מאי 14, 2019 2:36 pm

דאס איז לכאורה נכלל אין די הגדרה פון maladaptive. דהיינו, אז די עצם term פון maladaptive ווענדט זיך לכאורה אין די דעמאלטיגע אנגענומענע סאציאלע צייטגייסט וכו׳.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג מאי 14, 2019 3:34 pm

גדליה האט געשריבן:טייל זאגן אז אין psychiatry איז מען אויך גוט צומישט אין דעם.

על כרחך מוז מען צוקומען אז משוגע איז א דבר מוסכם פון די מענטשן, און ס'איז נישט קיין נאטורליכע זאך וואס מ'קען זאגן, "דער מענטש איז סייענטיפיש משוגע."
אדער קען מען נוצען א ענליכע הגדרה וואס קאנט האט גענוצט אויף מאראל, אויב זאל די גאנצע וועלט זיך אויפפירן אזוי, וואלט די וועלט געהאט א קיום?
אבער לויט דעם איז טאקע homosexuality אין כלל פון גייסטישע מחלות...


די דערמאנסט דער מעשה פון ר' נחמן מיט די חלומות איבער דער משוגה ווערן פון עסן ווייסע מעהל וכו'
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט