"מעוררים" פארפלייצן טעלעגראם אפליקאציע...!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 689 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

"מעוררים" פארפלייצן טעלעגראם אפליקאציע...!!

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

איך צייל מיך נישט געווענטליך צווישן די צינישע חברה. אבער די וואך האב איך געהאט די מאדנעסטע איבערלעבעניש. ס'איז שוין אן אלטע וויץ אז ווען א בוך, געשעפט וכו' ווערט גע'אסר'ט איז עס גוט פאר ביזנעס ווייל יעדער איז נייגעריג צו טועם זיין פונעם עץ הדעת און לויפט קויפן צו זעהן און הערן וואס דאס איז און וואס איז אזוי געפערליך.

איך האב שוין אויף מיין טעלעפאן די טעלעגראם עפפ א לאנגע צייט, מסתמא מער פון א יאר, אבער כ'האב עס כמעט נישט געניצט. כמעט קיינער פון מיינע חברים האבן עס נישט געניצט, און מיר האבן אייביג געניצט וואטסעפפ. פאריגע וואך האט מען דא אין וויליאמסבורג געהאנגען צעטלעך איבער די "געפערליכע" עפפ טעלעגראם וואס איז ממש א "חורבן" וכו' וכו'. כ'האב מיך אונטערגעלאכט וויסענדיג אז דאס זענען די זעלבע וואס האבן א פראבלעם מיט אזעלכע נוצבארא און אומשולדיגע זאכן ווי וואטסעפפ און טעקסט בכלל.

אבער ווי מאדנע איז אז זייט די "מעוררים" האבן אנגעפאנגען אדווערטייזן ווי געפערליך טעלעגראם איז הער איך נישט אויף צו באקומען מעסעדזשעס אז נאך איינע פון מיינע קאנטעקטס האבן עס אינטסאלירט!! טעלעגראם האט אזא משוגעת אז ווען איינער אינסטאלירט עס באקומט יעדע מענטש וואס האט טעלעגראם און האט יענע מענטש'ס נאמבער אין זיינע קאנטאקט'ס א מעסעדזש אז יענער האט עס אינסטאלירט.

אין די לעצטע וואך באקום איך יעדן טאג נאך און נאך מעסעדזשעס אז מיינע קאנטאקט'ס האבן אינסטאלירט טעלעגראם...!! אין לויף פון די גאנצע לעצטע יאהר האב איך באקומען אפשר 4-5 אזעלכע מעסעדזשעס, און אין די לעצטע וואך האב איך שוין באקומען מסתמא איבער 30!!

המעורר,
פה וויליאמסבורג

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר