מיין איינזאמען, אנטי-ראסיסטישן לעבן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 31, 2020 12:57 pm

ראובן: דאס איז דער אידעאליסטישער, ליבעראלער חלום. הלואי וואלט דאס געווען די מציאות. די רעאליטעט איז אבער,אז די שווארצע באפעלקערונג האבן אין די היינטיגע צייטן זייער א סאך געלעגנהייטן זיך ארויפצוארבעטן סיי אויף דזשאבס וואס זיי ארבעטן ביי אנדערע און סיי אין ביזנעס וואס זיי טוען אליין. נאר די הויכע פראצענט ראטע פון ווייאלענט קריים וואס זיי ווערטשאפטן אן. דאס דערשרעקט די ציווילע באפעלקערונג מיט די פאליס צוגלייך.

איך האב אליינס געזעהן נישט לאנג צוריק ווען א שווארצער שייגעצ'ל איז געפארן אויף איינס פון די קליינע, אומלעגאלע מאטאר בייקס אין מיט'ן ראוד אן א העלמעט. און ר'איז געפארן אריין און ארויס פון טרעפיק. ארויף אויפ'ן סיידוואק און נאכדעם אראפ. אונטער איהם איז געפארן א פאליס קאר מיט 2 ווייסע פאליסלייט. זיי האבן זיך געהאלטן גענוג ווייט פון איהם כדי איהם נישט צו שטערן...! ווען ס'איז נישט דער טונקלער שייגעצ'ל וואלטן זיי איהם שוין לאנג געסטאפט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך לאשיצער » זונטאג מאי 31, 2020 1:33 pm

https://www.justsecurity.org/70497/far- ... remacists/
דער ארטיקל ברענגט ראיות אז אין טייל פעלער איז א פראטעסט געווארן ווייאלענט (מיט גניבה וכו') ווייל א ווייסער פון די "פאר רייט" האט דער ערשטער צעבראכן א פענצטער...
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מאי 31, 2020 1:41 pm

לאשיצער האט געשריבן:https://www.justsecurity.org/70497/far-right-infiltrators-and-agitators-in-george-floyd-protests-indicators-of-white-supremacists/
דער ארטיקל ברענגט ראיות אז אין טייל פעלער איז א פראטעסט געווארן ווייאלענט (מיט גניבה וכו') ווייל א ווייסער פון די "פאר רייט" האט דער ערשטער צעבראכן א פענצטער...

איך זעה נישט ער זאל ברענגן איין קאנווינסינג ראיה!
דו יא?

Before the rioting started in Washington DC, Brooklyn, Denver, Atlanta, and other cities, allegations emerged that undercover police officers might be to blame for some of the worst commercial destruction in Minneapolis.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

Re: מיין איינזאמען, אנטי-ראסיסטישן לעבן

הודעהדורך אונטער חכם » זונטאג מאי 31, 2020 2:09 pm

ראובן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: זייער גוט געזאגט. נאכמער. אפילו אין די היי סקולס און קאלידזשעס לייגן די שווארצע נאציאנאליסטן פרעשור אויף די סטודענטן וואס לערנען פלייסיג און וויללן מיטהאלטן מיט די לימודים, אז זיי עקטן ..."ווייס...!

נאך דעם גרויסן בלעקאוט אין יאר 1965 האבן די שווארצע פיהרערס אויסגעדרוקט באדויער אז זיי האבן פארפאסט א געלעגנהייט צו גיין רויבן אין די גרויסע געשעפטן...! זיי האבן זיך פונקט דאמאלס געהאלטן רואיג...!

איר מעגט שוין אויסוואקסן די שטותים וואס איר האט געלייענט אין "דער איד" אין אייער יוגנט.
אזוי פלעגט טאקע שטיין אין "דער איד"?

צייט צו עפענען נאך אן ארכיוון אשכול דערמיט.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 385 מאל

הודעהדורך עזרא » זונטאג מאי 31, 2020 2:51 pm

ראובן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: זייער גוט געזאגט. נאכמער. אפילו אין די היי סקולס און קאלידזשעס לייגן די שווארצע נאציאנאליסטן פרעשור אויף די סטודענטן וואס לערנען פלייסיג און וויללן מיטהאלטן מיט די לימודים, אז זיי עקטן ..."ווייס...!

נאך דעם גרויסן בלעקאוט אין יאר 1965 האבן די שווארצע פיהרערס אויסגעדרוקט באדויער אז זיי האבן פארפאסט א געלעגנהייט צו גיין רויבן אין די גרויסע געשעפטן...! זיי האבן זיך פונקט דאמאלס געהאלטן רואיג...!

איר מעגט שוין אויסוואקסן די שטותים וואס איר האט געלייענט אין "דער איד" אין אייער יוגנט.

דער איד האט געשריבן:In the United States, acting white is a pejorative term, usually applied to black people, which refers to a person's perceived betrayal of their culture by assuming the social expectations of white society. Success in education in particular (depending on one's cultural background) can be seen as a form of "selling out" by being disloyal to one's culture. The notion could be a form (and an example) of the so-called Crab mentality

The term is controversial, and its precise meaning is hard to define. Some minority students are discouraged from achieving in school by the negative prejudices of ethnic peers; such a view has been expressed in articles in The New York Times, Time magazine, and The Wall Street Journal—and by public figures and academics across the political spectrum
עזרא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 31, 2020 3:31 pm

עזרא: דער ציטאט (קוואוט) פון ..."דער איד"... קען נישט זיין אמת. זיכער אויפגעטוישט מיט א נארמאלע צייטונג.ווייל דאס איז נישט די וויליאמסבורגע ענגליש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 31, 2020 3:35 pm

אונטער חכם האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: זייער גוט געזאגט. נאכמער. אפילו אין די היי סקולס און קאלידזשעס לייגן די שווארצע נאציאנאליסטן פרעשור אויף די סטודענטן וואס לערנען פלייסיג און וויללן מיטהאלטן מיט די לימודים, אז זיי עקטן ..."ווייס...!

נאך דעם גרויסן בלעקאוט אין יאר 1965 האבן די שווארצע פיהרערס אויסגעדרוקט באדויער אז זיי האבן פארפאסט א געלעגנהייט צו גיין רויבן אין די גרויסע געשעפטן...! זיי האבן זיך פונקט דאמאלס געהאלטן רואיג...!

איר מעגט שוין אויסוואקסן די שטותים וואס איר האט געלייענט אין "דער איד" אין אייער יוגנט.
אזוי פלעגט טאקע שטיין אין "דער איד"?

צייט צו עפענען נאך אן ארכיוון אשכול דערמיט.

אונטער חכם: איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט געווען אין יאר 1966. אבער איך בין דאמאלס געווען אין ישיבה. און איך האב אויך געהערט די רעדיאו און געליינט די ענגלישע צייטונגען. ס'קען זיין דו ביסט נאך געווען אין דיין פריער'דיגן גילגול...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

Re: מיין איינזאמען, אנטי-ראסיסטישן לעבן

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג מאי 31, 2020 4:08 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:וואס האט רויבן און זיך איינברעכן אין טארגעט אדער אנדערע געשעפטן צו טון מיט דעם אנגעבליכן דערשטיקן פון דעם שווארצן קרימינאל דורך די פאליסלייט פון מינעאפאליס?!


אנגעבליכן?
קרימינאל?

האסט געזען דעם ווידיאו?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 741 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 31, 2020 4:42 pm

פאליטיקאנט: זיכער האב איך געזעהן די ווידיא. די אלע 4 פאליסלייט וועלכע זענען אנוועזנד געווען זענען ברוטאלע רוצחים. אבער דער נפטר ע"ה האט געהאט א קרימינאלן רעקארד. און יעצט איז ער אויך אפגעהאלטן געווארן איבער א פאלשן טשעק וואס ער האט ארויסגעגעבן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך לאשיצער » זונטאג מאי 31, 2020 4:45 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:וואס האט רויבן און זיך איינברעכן אין טארגעט אדער אנדערע געשעפטן צו טון מיט דעם אנגעבליכן דערשטיקן פון דעם שווארצן קרימינאל דורך די פאליסלייט פון מינעאפאליס?!


אנגעבליכן?
קרימינאל?

האסט געזען דעם ווידיאו?


דאס וואס מ'זעט אינעם ווידעא איז א מערדעריי. ס'איז קלאר ווי דער טאג.

די איינברעכעריי און רויבעריי וואס האט אויסגעבראכן אין אזויפיל שטעט איבערן לאנד איז זייער זייער א שלעכטע זאך. ריכטיג, איין פארברעכן (אדער מערערע פארברעכנס) האט נישט צו טון מיטן ערשטן פארברעכן קעגן דזשארדזש פלויד.

ווער עס באקלאגט זיך נאר אויפן רויבעריי אין טארגעט און נישט אויפן דערשטיקן דארף זיך אליין שטעלן די פראגע "פארוואס טראכט איך אזוי?"
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » זונטאג מאי 31, 2020 6:33 pm

לאשיצער האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:וואס האט רויבן און זיך איינברעכן אין טארגעט אדער אנדערע געשעפטן צו טון מיט דעם אנגעבליכן דערשטיקן פון דעם שווארצן קרימינאל דורך די פאליסלייט פון מינעאפאליס?!


אנגעבליכן?
קרימינאל?

האסט געזען דעם ווידיאו?


דאס וואס מ'זעט אינעם ווידעא איז א מערדעריי. ס'איז קלאר ווי דער טאג.

די איינברעכעריי און רויבעריי וואס האט אויסגעבראכן אין אזויפיל שטעט איבערן לאנד איז זייער זייער א שלעכטע זאך. ריכטיג, איין פארברעכן (אדער מערערע פארברעכנס) האט נישט צו טון מיטן ערשטן פארברעכן קעגן דזשארדזש פלויד.

ווער עס באקלאגט זיך נאר אויפן רויבעריי אין טארגעט און נישט אויפן דערשטיקן דארף זיך אליין שטעלן די פראגע "פארוואס טראכט איך אזוי?"


לאמיר דיר פארציילן פארוואס מען טראכט אזוי, ס'איז א הימל שרייענדע חילוק צווישן א פארברעכן וואס א יחיד טוט און ער ווערט אנגעקלאקט דערויף ביז א רבים וואס טוט רצחענען און ראבעווען און פאליטישנס פארמאכן זיך די אויגן
נאך שווער עפעס?
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך מיימון » זונטאג מאי 31, 2020 11:15 pm

מיין איינזאמען, אנטי-ראסיסטישן לעבן. יא, גענוי אזוי שפיר איך היינט. אין מיין לעבן איז מיר נאכנישט אויסגעקומען מיטצוהאלטן קיין גרויסע נאציאנאלע מארשן אדער צוזאמקומען. וואוינענדיג אין אפסטעיט ווייט פון די עקשאן. אבער היינט ווען די אומ'יושר לעיני השמים האט געטריבן מענטשן אין אלע עקן פונעם לאנד ווי קיינמאל בעפאר זיך צו באטייליגן אין סאלידאריטעט אויסדרוקן מיט די נרדפים האב איך געהאט די געלעגנהייט צו מארשירן אין פרידן מיט נאך הונדערטער מענטשן דא ביי מיר אין שטאט, קוים א מייל אוועק פון די אידישע געגנט, אסאך האבן מיר שטארק באדאנקט פאר'ן זיך באטייליגן, טראצדעם וואס כ'האב היבש פארדעקט מיין אידישקייט.

די סיבה פארוואס כ'האב עס געמוזט באדעקן איז נישט צוליב די מיטמארשירער וועלכע זענען אלע געווען גאר פרידליך און איידל. נאר צוליב מיינע אידישע ברודער וואס זענען געשטאנען אין די זייט און געכאפט קליפס וואס זענען דערנאך צושיקט געווארן אויף אלע גרופס (יא, איך אליין באקום עס דערנאך). קיינער פון זיי איז נישט בייגעפאלן צו מיטשפאצירן אדער אפילו צו טראכטן פון דעם צער פון די נרדפים און אויסדרוקן שטיצע, פארקערט, ווי נאר די קליפס קומען אריין זענען אלע פארנומען אראפרייסן די ראיאטירער און שטערער פון ארדענונג. גלייך שטייען זיי אויפ'ן זייט פון די עקסטרעם רעכטע מויל מאכער און אויטאמאטיש זאגן זיי אלעס נאך פון די זעלבסט בארעכטיגטע צדיקים וואס ווייסן גלייך וויאזוי די לינקע און די שחורים זענען שולדיג אין אלעמען בייזן.

פארוואס זענען די פרומע אידן אויטאמאטיש אויפ'ן זייט פון די רעכטע ארדענונג מאשין? פארוואס פאלט פאר קיינעם נישט ביי אביסל מיטצופילן מיט מענטשן אין צער? איז ביי אונז געלט און ארדענונג וויכטיגער ווי מאראל און לעבן? איך שעם זיך. און דעריבער פארדעק איך זיך דאס פנים.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1242 מאל

Re: מיין איינזאמען, אנטי-ראסיסטישן לעבן

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 01, 2020 1:16 am

טייערער מיימון איך האב אויך מיטשפאצירט מיט א גרופע פראטעסטירער און איך האב א מנהג זיך צו באטייליגן יעדע יאר ביים ארמעניער דשענאסייד געדענק טאג אלס ארויסצואווייזן סאלידאריטעט מיט געליטענע.

אבער דאס גיבט נישט קיין ברעקל רעכט פאר גוואלדטאטן.
איך מיין האסט אביסל איבערגעצויגן מיט'ן צוענדיגן רעטאריש; "איז ביי אונז געלט און ארדענונג וויכטיגער ווי מאראל און לעבן?"
ניין געלט איז נישט וויכטיגער (אקעי, ס'זענען דא היימישע וואס האלטן אנדערש) אבער שטעל נישט די ראיאטן אלס מאראל. פרידליכע פראטעסטירער יא דאס איז שיין אבער דאס איז נישט געווארן קריטיקירט ביים היימישן ציבור, די עולם האט זיך גערעגט אויפ'ן מיעוט וואס דרייט איבער - און ס'איז דא וואס זיך צו רעגן!!!!
אגב ארדענונג קומט פון מאראל און יעדע פארשטענדליכע מענטש פארשטייט אז ארדענונג דארף אייביג זיין בפרט אין א צייט וואס עס ווערט פארשוועכט.

דאס אז ס'איז דא איגנאראץ ביי אונז, גערעכט, אבער ס'הייבט זיך אן פיל פריער כידוע.....

(און דארפסט זיך נישט שפירן איינזאם, כ'מיין רוב קאווע שטיבל איז מיט אייך)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 741 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 01, 2020 9:52 am

מיימון האט געשריבן:מיין איינזאמען, אנטי-ראסיסטישן לעבן. יא, גענוי אזוי שפיר איך היינט. אין מיין לעבן איז מיר נאכנישט אויסגעקומען מיטצוהאלטן קיין גרויסע נאציאנאלע מארשן אדער צוזאמקומען. וואוינענדיג אין אפסטעיט ווייט פון די עקשאן. אבער היינט ווען די אומ'יושר לעיני השמים האט געטריבן מענטשן אין אלע עקן פונעם לאנד ווי קיינמאל בעפאר זיך צו באטייליגן אין סאלידאריטעט אויסדרוקן מיט די נרדפים האב איך געהאט די געלעגנהייט צו מארשירן אין פרידן מיט נאך הונדערטער מענטשן דא ביי מיר אין שטאט, קוים א מייל אוועק פון די אידישע געגנט, אסאך האבן מיר שטארק באדאנקט פאר'ן זיך באטייליגן, טראצדעם וואס כ'האב היבש פארדעקט מיין אידישקייט.

די סיבה פארוואס כ'האב עס געמוזט באדעקן איז נישט צוליב די מיטמארשירער וועלכע זענען אלע געווען גאר פרידליך און איידל. נאר צוליב מיינע אידישע ברודער וואס זענען געשטאנען אין די זייט און געכאפט קליפס וואס זענען דערנאך צושיקט געווארן אויף אלע גרופס (יא, איך אליין באקום עס דערנאך). קיינער פון זיי איז נישט בייגעפאלן צו מיטשפאצירן אדער אפילו צו טראכטן פון דעם צער פון די נרדפים און אויסדרוקן שטיצע, פארקערט, ווי נאר די קליפס קומען אריין זענען אלע פארנומען אראפרייסן די ראיאטירער און שטערער פון ארדענונג. גלייך שטייען זיי אויפ'ן זייט פון די עקסטרעם רעכטע מויל מאכער און אויטאמאטיש זאגן זיי אלעס נאך פון די זעלבסט בארעכטיגטע צדיקים וואס ווייסן גלייך וויאזוי די לינקע און די שחורים זענען שולדיג אין אלעמען בייזן.

פארוואס זענען די פרומע אידן אויטאמאטיש אויפ'ן זייט פון די רעכטע ארדענונג מאשין? פארוואס פאלט פאר קיינעם נישט ביי אביסל מיטצופילן מיט מענטשן אין צער? איז ביי אונז געלט און ארדענונג וויכטיגער ווי מאראל און לעבן? איך שעם זיך. און דעריבער פארדעק איך זיך דאס פנים.


נרדפים??
וויאזוי פונקטליך? אז זיי קענען ראבעווען אן קיין שטראפן בשעת וואס מיין שכן ווערט באשטראפט פארן עפענען זיין געשעפט?

דיסקרימינאציע? אדרבה קום אריין קלארער ווען און וויאזוי, די פאקט אז א פאליציאנט האט זיך אויפגעפירט ווי א חיה צו איינעם טוישט נישט דעם מציאות אז די חברה פירן זיך אויף ווי חיות "טאג טעגליך".
זאג נאר, ווער רצחעט טאג טעגליך שווארצע אינגטליכע אין טשיקאגא באלטימאר און דעטרויט? נישט קיין פאליציאנטן נאר זייערע אייגענע ברודער!
דו האסט רחמנות אויף דעם שווארצן אומשולדיגן אינדיווידועל? אדרבה הייב אן פארפירן אז זייער חינוך מהלך זאל זיך דראסטיש טוישן, שטאטס פרעדיגן אז זיי זענען וויקטימס פון סאסייעטי זאל מען ארויסברענגען אידיווידועל רעספאנסיביליטי, שעדליכקייט פון סינגל Motherhood וכו

"די רעכטע מויל מאכער", ווי קומען זיי אהער?
א היימישער אינגערמאן דארף צוקומען צו די רעכטע מויל מאכער צו וויסן אז מען דארף זיך היטן פון דעם שבט?
זאג, שומרים איז באשאפן געווארן צוליב "די רעכטע מויל מאכער"?
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 01, 2020 10:07 am

און אז מען רעדט פון וויקטימס פון סאסייעטי,
ווער איז נאך געווארן אזוי וויקטימייזעד ווי אונז פאר 70 יאר צוריק?
נו, דערפאר ערלויבן מיר זיך צו ראבעווען און ראצחענען אומשולדיגע מענטשן?

און אז מען רעדט שוין, פארשידענע Studies ווייזן אז ווייסע און היספאנישע מענער זענען ענדערש אויסן צו ווערן געשאסן דורך א פאליציאנט ווי א שווארצער ווען זיי זענען אין א ענליכע צושטאנד (נישט אז מען דארף צוקומען דערצו, וויבאלד די פאקט אז די שווארצע זענען בלויז ארום 14% פון די פאפולאציע אבער מאכן אויס איבער 50% פון מערדער ערלויבט א בייעס אויף פארקערט)
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יוני 01, 2020 10:26 am

ווייסט איינער אויב ראסע איז געווען די סיבה אדער האט געשפילט סיי וואספארא ראלע און די בארבארישע רציחה?
איז דא אויף דעם סיי וואס פארא באווייז?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג יוני 01, 2020 10:36 am

ביי די הפגנות האתיופים אין א"י האב איך אויך מארשירט מיט זיי און געקריגן היבש פאזיטיווע ענעריגיע פון זייער זייט, די קאמענטירער דא האבן נישט פארשטאנען אז ווען מיימון האט דערציילט אז ער איז געווען פראטעסטירן מיינט עס נישט אז ער איז געגאנען אין טארגעט כאפן א טיווי סקרין.

יעדער נארמאלער מענטש שפירט מיט די צער פון א מינאריטעט, ספעציעל ווען מיר קענען זיך אידענטיפיצירן מיט די טרויער, שטעלט אייך פאר 3 חרדים גייען א גאנג א יאר, שטעל זיך פאר איין חרדי ווערט צודרוקט אזוי אונטער די פאליציי'ס לאפעס.

קען זיין מיר וואלטן נישט ראיאטירט ווייל מיר קענען פשוט נישט, אבער מיר וואלטן דאס געוואלט טון, נישט אז עס איז בארעכטיגט אבער ווי קען מען רעדן פון גערעכטיגקייט ווען מען פירט זיך נישט מיט גערעכטיגקייט.

און אויב האט איר טענות אז זיי לאזט מען ברעכן די שויבן און מיר טארן נישט עפענען קיינע ביזנעסער, וואס שרייבסט עס דא? דאס זענען אויך די שווארצע שולדיג?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יוני 01, 2020 12:05 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אליינס געזעהן נישט לאנג צוריק ווען א שווארצער שייגעצ'ל איז געפארן אויף איינס פון די קליינע, אומלעגאלע מאטאר בייקס אין מיט'ן ראוד אן א העלמעט. און ר'איז געפארן אריין און ארויס פון טרעפיק. ארויף אויפ'ן סיידוואק און נאכדעם אראפ. אונטער איהם איז געפארן א פאליס קאר מיט 2 ווייסע פאליסלייט. זיי האבן זיך געהאלטן גענוג ווייט פון איהם כדי איהם נישט צו שטערן...! ווען ס'איז נישט דער טונקלער שייגעצ'ל וואלטן זיי איהם שוין לאנג געסטאפט...!

דו פאליציי וואס האט אים נישט אפגעשטעל זענען ראסיטען!!!
זיי לייגן מיט דעם אין דער ערד די שווארצע געמיינדע!!!

אבער מיר קענען זיי נישט בלעמען - ווייל די פראגרעסיוו'ס האלטען אין איין ברענ-וואשען די מוחת פין די שווארצע אז זיי זענען נרדפים, וויקטאמס און לאזן זיי נישט ארויסקריכען פין די וויקטעם-האד מיינדסעט
געב נאר א קוק וואו אזוי עולם גולם קויפט אפ אז דא איז געווען א ראסע מארד!! אן קיין שום באווייז

ווער ס'האט נאר א שטיקעל הארץ קויפט נישט אפ די פאלשע פרענמעס



#לייף_מעטערס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

Re: מיין איינזאמען, אנטי-ראסיסטישן לעבן

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 01, 2020 2:19 pm

ס'איז טאקע נישטא קיין אויסדרוקליכע באווייזן אבער ס'לאזט זיך פארשטיין אז ער וואלט עס נישט געטון מיט א שווארצע....
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 378 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 741 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 01, 2020 3:04 pm

מאך זיכער האט געשריבן:ביי די הפגנות האתיופים אין א"י האב איך אויך מארשירט מיט זיי און געקריגן היבש פאזיטיווע ענעריגיע פון זייער זייט, די קאמענטירער דא האבן נישט פארשטאנען אז ווען מיימון האט דערציילט אז ער איז געווען פראטעסטירן מיינט עס נישט אז ער איז געגאנען אין טארגעט כאפן א טיווי סקרין.

יעדער נארמאלער מענטש שפירט מיט די צער פון א מינאריטעט, ספעציעל ווען מיר קענען זיך אידענטיפיצירן מיט די טרויער, שטעלט אייך פאר 3 חרדים גייען א גאנג א יאר, שטעל זיך פאר איין חרדי ווערט צודרוקט אזוי אונטער די פאליציי'ס לאפעס.

קען זיין מיר וואלטן נישט ראיאטירט ווייל מיר קענען פשוט נישט, אבער מיר וואלטן דאס געוואלט טון, נישט אז עס איז בארעכטיגט אבער ווי קען מען רעדן פון גערעכטיגקייט ווען מען פירט זיך נישט מיט גערעכטיגקייט.

און אויב האט איר טענות אז זיי לאזט מען ברעכן די שויבן און מיר טארן נישט עפענען קיינע ביזנעסער, וואס שרייבסט עס דא? דאס זענען אויך די שווארצע שולדיג?


ס'איז א גרויסע טעות פון די שווארצע געמיינדע צו בלעימען "די סאסייעטי" אויף זייערע פראבלעמען,
ס'איז נישטא קיין שום געזעץ היינט וואס דיסקרימינירט קעגן מינאריטעטן, די איינציגע וואס האלטן אפ זייער סוקסעס זענען זיי אליין מיט זייער אויפפירונג.

ס'איז קלאר אז די שווארצע האבן שרעקליך געליטן אין די פארגאנגענהייט אין אמעריקע, ס'האט אבער נישט מיט זייער היינטיגע מצב, זיי זענען שוין געשטאנען בעסער אין די דעקעידס נאך Slavery און ווי אויבן געשמועסט מיר אידן און אזוי נאך אנדערע גרופעס האבן אויך מיטגעמאכט און פארט נאך אפאר יאר הייבט מען זיך און מען גייט ווייטער, דאס בלעימען סאסייעטי לאזט זיי נישט גיין ווייטער.

די פאקט אז א פאליציאנט האט זיך אויפגעפירט ברוטאל צו א שווארצן האט גארנישט מיט סאסייעטי, און דאס וואס דו מיינסט אז דאס פאסירט כסדר צו שווארצע איז בלויז ווייל די מידיע וכו בלאזט אויף יעדע אזא פאל בשעת וואס ווען פאליציי הארגעט א ווייסן רעדט מען נישט דערפון (דאס איז נישט מיין השערה, נאר ווי אויבן דערמאנט Studies באשטעטיגן דאס)
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 01, 2020 3:21 pm

ליעב צו וויסן: איז דאך א סימן אז זיי זענען פונדאמענטאל א געזעצלאזע סאסייעטי וועלכע זוכן נאר דעם מינדעסטן פרעטעקסט (תירוץ) צו פלינדערן און רויבן. ברעכן און שטעכן. בארויבן געשעפטן.

און וואס איז געווען ביי די פארגאנגענע בלעקאוטס אין יאר 1977 און אין 2004. פארוואס האבן זיי זיך ארגאניזירט און געגאנגען בארויבן געשעפטן. און ווען דער בלעקאוט האלט אן (ח"ו) נאך א טאג האבן זיי געפלאנט צו גיין בארויבן הייזער פון נארמאלע מענטשן און אידן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג יוני 01, 2020 4:32 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:ס'איז טאקע נישטא קיין אויסדרוקליכע באווייזן אבער ס'לאזט זיך פארשטיין אז ער וואלט עס נישט געטון מיט א שווארצע....

ס'לאזט זיך פארשטיין?? וואו אזוי??

דער שווארצער האלט זיכער נישט וואו דיר
און די נאמבערס בעקען דיך נישט אפ
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג יוני 28, 2020 8:26 am

https://www.thetorah.com/article/black- ... es-honesty

(געשריבן דורך דר. אלימלך ווישוואנאט - דער פאטער פון ארעלע ווישוואנאט, וועמענ'ס אינטערוויו איז אינעם יעצטיגן וועקער 17.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1643
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1210 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 28, 2020 5:35 pm

הקטן האט געשריבן:ווייסט איינער אויב ראסע איז געווען די סיבה אדער האט געשפילט סיי וואספארא ראלע און די בארבארישע רציחה?
איז דא אויף דעם סיי וואס פארא באווייז?

ס'איז דא א רעפארט אויף גוגל ניוס אז דער פאליציאנט שאווין מיט דזשארדזש פלויד האבן זיך געקענט פון פריער ווען זיי האבן געארבעט אלס סעקיוריטי גארדס אויפ'ן זעלבן פלאטץ. אין א קלאב. מעגליך אז שאווין האט געהאט א פערזענליכן חשבון מיט דזשארדזש פלויד. עכ"פ קיין ראסיסטישע מאטיוואציע איז דא נישט געווען. נאר דער געוועזענער פאליציאנט שאווין בלייבט א רוצח במזיד פונקט אזוי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: opensiteexplorer dotbot [Bot], SEMrush [Bot] און 2 געסט

cron