קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!

הודעהדורך בעל מדות » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 6:41 pm

נטורי קרתא איז איינס פון די מערסט מאדנע פענאמענאלן אין אינזער "גלות-דור", עס איז א אומגליקליכע סעקטע, א קרייז מענטשן וואס יעדן פון זיי קען מען דיאגנאזירן מיט מאדנע בוכשטאבן, זיי שטייען עלנד און אפגעריסן פון יעדע קהלה און גייען זייער פאנאטישע קאמף אנזייענדיג קטריגים אין הימל און חילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו מיט זייערע "משיגענע" קאנטראווערסיאלע טאטן.


מענטשן האבן זיי "פיינט" בשנאה שאינו חנם, און נישט דוקא צוליב זייער עקסטרעמע שנאה קעגן "ציוניזם" וואס סאטמאר שטייט נישט צו אפגערוקט דערפון, נאר צוליב זייער גאנג וואס האט אין זיך איסורים אין די תורה, אוממענטשליכקייטן, און אקטן וואס ברענגען שטוינונג און אויפברויז.


עס איז א טעמע וואס "גייט שוין פון די נאז" און גרילצט די פרישע דור, מען עקלט זיך פון דעם נושא אבער "העפענס טו ב"י" איז דא אין קאווע שטיבל איז נאכנישט געהעריג דאקומענטירט און אראפגעשריבן אט די פראקציע וועלכע שיסן פון אפשיי מיט זייערע אנשויאונגען, ליבנדיג ישמעאל העכער ישראל טוענדיג זייערע גרוילליכע מאסנאמען צו די צארן פון עם ישראל, און אריבער גאר צו די נישט אידישע וועלט.


עס זענען דא עטליכע טעמעס אויסצושמועסן, מען קען זיי באגיסן מיט די נידריגסטע טיטלען און סטיגמעס; זיי שעלטן און אפשפעטן אבער דאס איז נאר גוט ווען מען קומט מיט א "ארטיקל" זיי ארומצונעמען און באטראכטן פון די נאנט זייער לעבן, וואס עס טרייבט זיי צו טון זאכן וואס יעדער וואלט זיי אפגערעדט דערויף; און אראפגעקוקט, און וואס איז ווארצל פון דעם גאר מאדנע שיטה פון "לעקן דעם אראבער" וואס איז נישט אויסשליסלעך ארטעדאקסיש, נאר באקאנט אויך ביי געוויסע לינקע גרופעס און ארץ ישראל ווי פרייע חילונים גייען צו אראבישע ערטער און טוען דאס וואס נטורי קרתא טוט, (מר"ץ צום ביישפיל).


זינט עס איז פאראן די פראבלעם פון שלעגערייען צווישן אידישע "ציונים" וואס ליבן ציון ארויס פון יעדן פראפארץ, און אראבישע איינוואוינער וואס נעסטיגן אין יעדן ווינקל איבער גאנץ ארץ ישראל איז נישט פאראן קיין שום לעזונג וויאזוי מען קען זיך באגיין אז "יעדער זאל זיין צופרידן.

ליידער זענען דא בלוטיג-פארשמירטע ערד אין ארץ ישראל, און די היסטאריע איז זייער ביטער, קברים און שווערדן זענען עדות דערצו, עס זענען געפאלן מענטשן צו רציחה פון ביידע זייטן און עס איז נאך ביז אין דעם מאמענט וואס די שורות ווערן געשריבן נאכאלץ נישט דא די ענדגילטיגע געוויסן אז עס איז שוין "רוהיג אין לאנד" און מיר ערליכע אידן ווייסן און האפן אז משיח צדקנו וועט איין טאג ערשיינען און ליכטיג מאכן די וועלט מיט שלום ושלוה.

ווי באקאנט האבן די "ציונים" געטון פילצאליגע פעולות צו דעראבערן די טעריטאריע פון פאלעסטינע און עס איז נאך פארוויקלטע שלאכטן און היסטארישע טרייסלונגען געגעבן געווארן די לאנד צו די "ציוניסטישע באוועגונג" די אידן דאן זענען אויסגעשטאנען שווערע נסיונות און דאס רוב טייל פון כלל ישראל איז ליידער געווארן אפגע'שמד'ט אין יענע תקופה צו די איינרעדעניש אז דאס איז די גלות-ענדע ווערנדיג איבערצייגט דורך מכלומרשטע "ניסים", ווערנדיג צוגעשפילט צום פאקט אז גאר גרויסע רבנים אין יענע צייט זענען געפאלן אין קעלבערנע התפעלות צום "ציוניזם" געדאנק.


דער געשעעניש איז אבער געווען א ביטערע איבערגאנג פאר א קלענערע צאל "ערליכע אידן" וואס האבן פארשטאנען אז השי"ת וואלט נישט באפרייט זיין פאלק מיט אזאנע טאקטיקן און ווידער מיט א צעבראכענע געמיט אויסגעלאזט אלעס אין לאנד און איגנארירט די ווילדע "עליה" מאשין וואס די יונג לענדל האט געלאזט אין גאנג.

קייען שטרוי איז נישט אינטערסאנט, איז לאמיר מקצר זיין יעדער ווייסט אז סאטמאר רב ז"ל אינאיינעם מיט נאך אסאך רבנים אין יענע דור האבן שטארק געוויינט אויף דעם פראבלעם און האבן געטון כסדר דערוועגן, דא האט זיך פארמירט אין עטליכע ברוקלינע דירות מיט אויסגעברענטע אודים מוצלים מאש, די סאטמארע שיטה וואס דאס איז באקאנט צו יעדער.


איז אבער געווען אז מאנכע קנאים אין ארץ ישראל איז איינגעפאלן צו עפענען א ארגענעזאציע וואס זאל זיך באפאסן מיט פרובירן "חנדלען" די צעהיצטע אראבער און ערקלערן אז ווען זיי פירן דורך טעראר אטאקעס זאלן זיי אינאכט נעמען אז עס זענען פאראן א גרופע מענטשן וואס זענען אפגעשיידט אדער אנערקענען נישט די "סטעיט אוו איזראעל".


די נטורי קרתא וואס די אפטייטש דערפון איז די "באהיטער פון די שטאט" איז געגרינדעט געווארן אונטער די איינפלוס פון די גרויסע קנאי הרב ר' עמרם בלוי ז"ל און איז נישט געווארן אויפגעכאפט אפילו ביי די קנאי'שע קרייזן.


אבער נישט דאס איז וואס עס שטערט מענטשן כאטש עס איז נישט אנגענעם צו זען אידן מיט בארד און פאות, גיין און שטיין אינאיינעם מיט אראבער.


נטורי קרתא איז גענומען געווארן דורך מענטשן און עס געטראגן צו אן עקסטרעם.


איך וועל אויסלאזן אלע רוחניות און דרשות, און אפילו דאס וואס די סאטמאר רב האט געזאגט אויף דעם גרופע וועלמיר איגנארירן.


פארגאנגענעם "מחאה אדירה" וואס אידן האבן דורכגעפירט אין מאנהעטן אין די גאסן פון מאנהעטן, איז אין איינע פון די גאסן געשטאנען אונטער די וואך פון די פאליציי א גרופע פון די נ"ק און האבן מוחה געווען אויף די מחאה; ד.ה. אגודת ישראל, די ליטווישע קרייזן, און אפילו די סאטמארע עולם האט זיך פאראייניגט צו איין מבצע פון פרובירן ווייזן פאר די וועלט אז מען איז נישט צעפרידן פון דאס וואס גייט פאר אין ישראל.

שטייען דארט זעלבסטפארלוירענע פערזאנען מיט אומפאסיגע שילדן, און שעלטן דעם בני ברק'ן ראש ישיבה, די אידן דערטראנקען אין עצבות מיט פארבאנדאדזשירטע גלעזער האבן שוין מיט דעם נטורי קרתא לבוש אינטערגענימען פרישע מיסיעס. פון פארבעסערן אינערן פראבלעמען ביים יהדות און טון ווילדע זאכן וואס לא שערום אבותינו.


און דאס איז די דיפערענץ פון די היגע "רעפארמירטע" גרופע ווייט אפגערוקט פון די שיטה (אדער שטיה)... וואס האט אפציעל באדייטעט נטורי קרתא.


די מאנסי-מאנרוי נטורי קרתא גרופע איז א פראקציע פון נטורי קרתא אבער האבן גענומען גאר א עקסטרעם נארישע דרך און אזוי פארלוירן יעדעס ביסל שטיצע ביים פאלק.



אין אנדערע ווערטער איז נטורי קרתא א איינפאל פון פרובירן בארוהיגן אראבער, געווארן א גרופע צו מוחה זיין און פארטונקלען מענטש'נס לעבנס מיט זייער קרומע דעות.



די סעקטע פון מאנסי האט שוין ווילד פיגורירט אין די נייעס אין די היסטאריע; ארויסנעמענדיג מענטשן פון די גלייזן, כלים, און פון ווי נישט.


די פירער פון די איבערגעמאכטע גרופע, וואס פאררופן זיך נאכאלץ אונטער דעם נאמען כאטש וואס "שורש העצבות" וואלט געווען מער א פאסיגערע נאמען צו זיי; הייסט ר' מב"ב א איידעלע מענטש וואס טשעפעט נישט קיין פליג נאר לעבט איינזאם און באשיידן מיט זיין הייפל אנהענגער אין מאנסי ומצודתו פרוסה צו א מנין צוויי און וומסב"ג, מאנרוי, ענגלאנד, און קאנאדע.



ער איז א תמימות'דיג איינגערעדטער מענטש וועלכע זעט אין יעדן בלעטל א ציוני; און אין יעדן בוים א מדינה, און זיין געזיכט איז פארפיינטעט ביי די ציונים, ווי קנאים צוגלייך אזש מען וואלט געקענט עפענען א דריטע ארגענעזאציע צו פארשפרייטן אז נטורי קרתא רעדט נישט אין נאמען פון קיינעם, נאר בלאזן זייער אגענדע מיט קוים שטיצער.


די גאנצע גרופע הוילע קעפ, וועלכע האבן פארלוירן די שכל ביים געבורט ווערט געפירט אינטער זיין אימאם סטיל איינפלוס.

די הויפטקווארטיר איז אין מאנסי; ווי מען פראוועט אין א שמוץ-פארפולטע בעיסמענדל, מיט א טיש אויף מילך קעסטלעך פארמאגנדיג דארט ערגעץ ווי א אור אלטע "טייפרייטער" אויף וואס מען האקט פאשקעווילן מיט א דראנג.



דארט זיצט מען אין מען קרעכצט אויף "לעבן" און פון דארט גייען ארויס די מערסט קוריאזסטע באשלוסן, סתם געדאנקען וועלן ווערן אוועקגעמאכט און נאר ראדיקאלע פלענער ווערן גענומען אין באטראכט.

די סעקטע האט א באזינדערע מעלה פון נישט טראסטן "קיינעם", אלעס איז היימיש, נישטא קיין התאחדות, וואלאווע אדער או. יו. אלעס איז טריפה, מעיד אין איזראעל, און אנגעשטעקט מיט דעות כוזבות.

זיי וועלן אליין זייען, אקערן, דרעשן, און קלויבן אין גארטן צוויבל און קנאבל.

נישטא קיין שום רבנישע פארקערפערשאפטן, נישטא קיין ערליכע אידן, נישטא קיין "וידגו לרוב בקרב הארץ", נישטא קיין "אחרון אחרון חביב" יעדער איז אפגעפרעגט, זיי קענען קוים ווארטן אז משיח זאל ערשיינען מיטן אייזל, עס וועלן געוויס יעדער בלייבן דא און נאר עטליכע מרה שחורה'דיגע אידישע-אראבער וועלן אים אויפנעמען אין שפיץ פון רב בעק מיט אנטי ציונים שילדן און "יהודי לא ציוני-יארמולקעס", פארשטענדליך אז אויב משיח וועט ווילן אויפנעמען אנדערע קרייזן וועט ער תיכף פארשריגן ווערן "התחברות לרשעים"...


די פראבלעם הייבט זיך אבער אן ווען זיי מכלומרשט -אין נאמען פון אידן- (זיי פארקויפן פאר רעפארטערס אז כלל ישראל שטייט אינטער זייער דעמאגאגיע) פארקויפן זייער לאקשן ווען נישט נאר זענען מיר נישט מיט זיי אויף איין בלאט, כלל ישראל איז דערקעגן! זיי זענען אויסגעשפיגן ביים מאיאריטעט מענטשן וואס זאגן שמע ישראל יעדן טאג עטליכע מאל.

און איין מינוט וועלכע כלל ישראל פארטרעטן זיי, אין וועלכע טיפע אילוזיעס לעבן זיי?... ווער איז אינטערסירט אז זיי זאלן זיין די פארטרעטערס.

א רגע ווי פארטרעטן זיי?

מיט עטליכע יאר צוריק איז פארגעקומען א קאנפרענץ אין איראן ווי "אכמעדינדזשאד" די פריערדיגע פרעזידענט אין איראן האט גערעדט בנוגע די האלאקאסט, אופסס! ניין... בנוגע לייקענען דעם האלאקאוסט.


א שיירה פון בנעשעקלעך מיט שווארצע זאקן האבן געמאכט דעם וועג קיין איראן אין שפיץ פון דעם גייסטישן אימאם, און מען האט דארט אויפגעטראטן מיט רעדע'ס.


די אווענט איז א שוידערליכע פארברעך, אוישוויץ וואלט געשריגן ווען זי קען ווען שרייען, די "אריינגעקריצטע נומערן" ביי די שואה איבערלעבער וואלטן געקומען צו פליען אהין זיי ארויסצושלעפן פון דארט די וועלט טוט וויי אז עס קימט פאר אזא פארברענג אויף די בלוט פון קרבנות, קומען א גרופע אידן און באטייליגן זיך אלץ געסט ביי דעם קאנפערענץ.


עס איז א חילול השם, א פארשוועכונג אין די זעקס מיליאן קדושים, א ווייטאג וואס זיפעצט, א אקט וואס ברענגט דעם גוי צו ברויזן ווארום איראן איז א פארפיינטעטע לאנד און אין איר האדעווען זיך נוקלעארע איינריכטונגען, נאכדערצו אין יענע יאר -עטליכע יאר נאך די "ניין-עלעווען" אטאקעס, מיט די קאדענץ פון אכמעדינדזשאד וואס האט ארויסגענומען יעדעם פון די גלייזן.


ניטאמאל א פליגער האבן זיי געהאט קיין איראן, אמעריקא האט נישט קיין דירעקטע פליגער'ס אהין און די נטורי קרתא האבן געזאלט מאכן געוואגטע סטאפס אין עגיפטן און אין אנדערע לענדער.

א צייט שפעטער איז די וועלט געווארן אויפגעטרייסלט ווען עס זענען ארומגעפארן בילדער ווי דער אימאם פון נטורי קרתא קישט די איראנער פרעזידענט, זייער מרא דאתרא, אים קישנדיג מיט אמת'ע ליבשאפט, ריין אהבה האט געפלאסן הין און צוריק, זיך האלזנדיג און קישנדיג מיט ישמעאל וואס צו זייער באליבטע פריינטשאפט איז נישט דא קיין גרעניץ, טרערן פון התרגשות האבן זיך אנגעזען אויף די געזיכטער.

טויזענטער מיילן אוועק זענען געשטאנען די פאמיליעס פון די העלדן און מיט אנגסט ארויסגעקוקט אז זייערע מיטגלידער זאלן בלייבן לעבן זיך רישנדיג אויפן ערגסטן.

עטליכע יאר נאך זייער "מסע המלכות" לעיר הקודש איראן "צום אלטן היים" איז די וועלט פריש געווארן אויפגעשאקלט.


יאסיר אראפאט האט געפייגערט, ער איז געווען א פירער אין א רעבעלן גרופע, ידים ידי עשיו, א מערדער, א ווילדע פערזאן מיט פעאיגקייטן אין שיסן. פששש...ברוך דיין האמת האבן די נטורי קרתא צוזאמגעקלאפט די הענט, אבער מזל האבן זיי געהאט זיי זענען פונקט געווען אין יענעם לאנד, -אויב איך געדענק גוט, פאריז- און זיי זענען געקומען קלאגן אויפן אבידה, מצות הלוית המת.. אראפלייגנדיג א קראנץ בלומען אויפן מיטה.


די אלוועלטליכע פרעסע האט געדעקט די נייעס, ווי א אידישע גרופע "ראבייס" אין נאמען פון כלל ישראל געבן אפ "כבוד האחרון" פאר דעם טעראר מייסטער און זיינע בלוט פארשמירטע פלייש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בעל מדות אום מאנטאג אקטאבער 26, 2015 7:07 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1900 מאל

הודעהדורך בעל מדות » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 6:42 pm

די וועג ווי עס ארבעט אז "מען פארט אוועק ערגעץ" גייט געווענליך צו אזוי אז מען באשליסט אז מען דארף עפעס אינטערנעמען נאך לאנגווייליגע טעג אנע מחאות אדער סאטיספאקציע מיט רעבעלירן אידישע אייגנטומער וואס ערשיינען מיט פרישע איינפאלן צו שפייזן די געזונדל.


ווען וועט עס פארקומען? ווען עס וועט זיין געלט!... די גאנצע ציבור גייט אהיים מיט די שנאר מיסיע און הייבן אן גיין נאך געלט וויינענדיג צו מענטשן פאר א פרוטה, מענטשן וואס וואלטן קיינמאל נישט געגעבן קיין קוואדער פאר די "נטורי קרתא משיגעת" ליידיגן זיך אויס די טאשן ווייל מען האט רחמנות אויף די צדקה-גייער. (גניבת דעת? עבירה גוררת עבירה...) ווען עס שטעלט זיך צוזאם די נויטיגע סכום באשטעלט מען טיקעטס אויסשפילענדיג די סיסטעם אז אמעריקא לאזט נישט פארן קיין איראן, מען מ-ע-ל-ד-ט איין די בני בית אז פאר ביזדערווייל זענט איר לעבעדיגע יתומים און אלמנות און ווער ווייסט צו אפשר עגונות, איך האב ביזנעס אין איראן...


(מיטגעהאלטן א געשיכטע פון די נאנט ווי א שיינע רעבישע שטוב האט שיעור נישט אפגע'גט א איידעם וואס האט זיך דערקלערט נטורי קרתא און מיטגעפארן ביי איינע פון די ריזיקאלישע רייזעס ב.מ.)


איראאאאןןןן????...האסט נישט בעסער וואס צו טון? יא! מיר פארן קיין איראן, איראק, זימבאמווע און אפשר צום ציון אין מעקא זאגן אביסל תהלים, מיר קענען נישט לאזן די ציונים טון וואס זיי ווילן...

די פאמיליעס באגרייפן נישט די מצב: פון ווי גייען מיר האבן געלט צו לעבן דא?
"שרייב אויף אין גראסערי. און אז ער לאזט נישט זאג אים אז מיר וועלן ווארפן פאשקעווילן, אז די לענדלארד מאכט קונצן רענט זאג אים אז מיר וועלן אראנדזשירן א מחאה ווען מיר קומען צוריק!

אלעס פאר קידוש שם שמים...


די משפחות רעאליזירן שנעל אז זיי מיזן אויסשטיין צו די טאטנ'ס קאפריזן און מ'דארף גרייט מאכן דעם רענצל, מיט טרערן אין די אויגן פאקט מען איין עטליכע טישו באקסעס, לויט ווי די נאז האט חזקה צו פארלאנגען, א "שמירת עינים שאל" זיך צו ארומנעמען אין לופטפעלד, עטליכע ארגעניק באנאנעס, צישניטענע גרינצייג, א באטל וואסער, א טעיפריקארדער מיט עטליכע "קאסעטן" פון אלטע פראטעסטן צו הערן אויפן וועג.


פארשטייט זיך מ'דאוונט ביחידות פארמאגנדיג נאר 6 מענטשן (הלכה אין א זייט געלייגט)

איז דא אזאך אז יעדער קען קומען און פארקויפן אירע אגענדעס פאר יעדן איינעם אין נאמען פון כלל ישראל אדער זי איז נאכנישט אינגאנצן פאר "סעיל". ביי די מחרובי קרתא איז נישט דא גארנישט, קיין דעת תורה, קיין אנפרעגן אנדערע, און ווער עס זאגט יא ווערט אפגעפרעגט למפרע נאך פון יארן פריער.


לאמיר לייגן אין די זייט דער טענה.

וואס זאל זאגן די אלוועלטליכע באפעלקערונג אריינגערעכנט אוהבי ישראל און שטיצער, גוים פון אמעריקא, ווען זיי האסן די אראבער אויף די טעראר וואס זיי זייען אן, פראוואקאציעס און באמבעס, זעלבסטמארד און פארברעכן וואס ברעכן דורך אלע אינטערנאציאנאלע געזעצן.

דא פאמיליעס אין אמעריקא וואס קלאגן נאכאלץ אויף די אומקום פון נאנטע ביים אומפארגעליכער טעראר אטאקע אום סעפטעמבער 9 און דא קומען אידן און און קלאפן דעם אראבער אין רוקן, לאכן צו זיינע שרצים, און טיילן מתנות.


די יעניגע אבער פארגעסן נישט צו יעגן נאך יעדן רעגירונג פראגראם, בגניבה או בגזילה אן צוריקטון די מינימאלע ערווארטונגען ווי גיין ארבעטן, זיי ווייסן פון איין סארט לעבן, טאטע שיק מיר הויזן, און מאכן סענזאציאנאלע מחאות אויף די גאסן קעגן אלץ און אלעמען, זיי אטעמען ציונות, עסן ציונות, רעדן פון ציונות, און טראכטן פון ציונות, ווען זיי הערן א בשורה קשה אז עמיצער א קרוב וכדו' איז אוועק וועט די ערשטע רעאקציע זיין, די ציונים האבו עס געטון? אדער: איז ער געווען אנגעשטעקט מיט ציוניזם?

זיי מאכן פאפולער די מדינה מיט זייער אור אלטער טראדיציאנאלער אנטי מגן דוד סימבאל וואס רינט פון די נאז.


די נטורי קרתא האבן במשך הזמן באקומען א ליבע צו פראוואקאציעס; א פארגעניגן צו שטיין איזאלירט פון יעדן ברנש, און שרייען דעם ביטערן "פוי" ווארט פון די בויך טיפענישן.

לעצטענס איז עס פון א ליבע געווארן א דראנג מסוכן פשוט און גראד, אויב האבן זיי נישט געהאט אויף וואס צו מוחה זיין האבן זיי מוחה געווען אויף דעם וואס זיי האבן נישט געהאט אויף וואס צו מוחה זיין...און עס איז נישט קיין וויץ פון ליבאוויטש ביז הייקינד, פון ק"י סקול דיסטריקט ביז דושינסקי אויף אלעם איז דא א פאלדער און מען זיגלט אפ די פרישע אפדעיטס גאר אפט.

זיי פארמאגן א האטליין, אכך און וויי איין שטיק יאוש, זיי בעטן פאר געלט אויף יעדן קנעפל.


זיי קומען ארויס מיט א זויערע אויסגאבע "האמת" פרובירנדיג מחזק זיין די אינערליכע גאזן.


איבעראל קען מען טרעפן זייער גראפיטי "יהודי לא ציוני" וועלכע לייגן צו צום קידוש ה'.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בעל מדות אום מאנטאג אקטאבער 26, 2015 7:09 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1900 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 6:57 pm

ביי די רעדע פון די פאלעסטינער פירער אין די יו.ען. יעצט חול המועד
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2714
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2324 מאל

הודעהדורך רפאל » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 9:23 pm

ליינענדיג דעם קעפל האב איך ערווארטעט צו ליינען אן אפהאנדלונג איבער די אידילאגיע פון די נטורי קרתא אידן. וואס זייער שיטה איז, און פארוואס זיי זענען נישט אויסגעהאלטן.
דערווייל ליין איך א קוגל פון האס און שנאה, אויסגעמישט מיט פערזענליכע אטאקעס וועלכע זענען בכלל נישט צום ענין.
.I told the doctor I broke my leg in two places. He told me to quit going to those places
Henny Youngman ~
באניצער אוואטאר
רפאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:31 pm

לייענעדיג דיין תגובה, האב איך ערווארטעט צו הערן א קאמפלימענט פאר בעל מידות'ן ווי שיין און אמתדיג ער צולייגט אויף קליין געלט די פאריקטע געזעמל, דערווייל ליין איך א בני יואל'ר וואס שוימט פאר כעס פארן אראפ מאלן די שמייליגע ארגענעזאציע מיט אזעלכע טינקעלע פארבן
סמבטיון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 805 מאל

הודעהדורך בעל מדות » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 11:08 pm

רפאל האט געשריבן:ליינענדיג דעם קעפל האב איך ערווארטעט צו ליינען אן אפהאנדלונג איבער די אידילאגיע פון די נטורי קרתא אידן. וואס זייער שיטה איז, און פארוואס זיי זענען נישט אויסגעהאלטן.
דערווייל ליין איך א קוגל פון האס און שנאה, אויסגעמישט מיט פערזענליכע אטאקעס וועלכע זענען בכלל נישט צום ענין.


באשטעלטע שרייבעריי קאסט געלט.

דער נאמען רפאל מאכט סענס, די ביסט א קאשוי'ער? און ביידעוועי וואס גייט פאר מיטן פיס?
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1900 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:02 am

רפאל און סמבטיון איר זענט ביידע גערעכט, דער ארטיקל איז א גוטס אבער ס'איז נישט אראפגעלייגט בשלימות, און דער אמת איז אז ס'איז נישט מעגליך אראפצולייגן בשלימות, יעדער מעמבער דארטן איז א מסכתא בפני עצמו און איז דארט פאר אן אנדערע סיבה. א נחמה פורתא איז עס, ווייל זיי פארשטייען זיך נישט ציווישן זיך אליינס אויך נישט און יעדער האט דארט אן אנדערע שיטה און אגענדע און אפילו שפראך - נוסח דור הפלגה, מילא צו ווייט קענען זיי נישט אנקומען. (די ארטיקל דערמאנט די שנארעריי וועל איך נאר צולייגן אז רמב"ב גייט נאך געלט פאר די צוועקן בלויז צו אזעלעכע וואס ער ווייסט אז זיי זענען מסכים, סוכ''ס איז ער זייער אן ערליכער און ער היט זיך מחשש גניבה.)
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1845
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1374 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:26 am

בעל מדות האט געשריבן:
רפאל האט געשריבן:ליינענדיג דעם קעפל האב איך ערווארטעט צו ליינען אן אפהאנדלונג איבער די אידילאגיע פון די נטורי קרתא אידן. וואס זייער שיטה איז, און פארוואס זיי זענען נישט אויסגעהאלטן.
דערווייל ליין איך א קוגל פון האס און שנאה, אויסגעמישט מיט פערזענליכע אטאקעס וועלכע זענען בכלל נישט צום ענין.


באשטעלטע שרייבעריי קאסט געלט.

דער נאמען רפאל מאכט סענס, די ביסט א קאשוי'ער? און ביידעוועי וואס גייט פאר מיטן פיס?

ניין: ער וואלט ענדערש געדארפט קראטשעס אויפ'ן קאפ. דער מח איז ליידער געשעדיגט... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9868
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6131 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

בערל כ'האב נארוואס ערהאלטן א אישי פון דיין הארץ דאקטאר. ער טענה'ט אז עס איז זייער נישט גוט פאר דיין הארץ און בלוט דרוק זיך צו דרייען אין דעם אשכול. ער זאגט מיר קלאר אויב ווילסטו זוכה זיין צו אריכות ימים ונשים... זאלסטו שטיין ווייט פון ציגערעטלעך און נטורי קרתא אשכולות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14365
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16798 מאל

הודעהדורך רפאל » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 9:41 am

כ'האב פארשטאנען אז דאס וועט קומען... איך פארשטיי אבער נישט ווי קום איך דא אריין אין בילד?
איך האב מיט די נטורי קרתא קיין שום שייכות, און איך בין נישט דא פארצושטעלן זייער אגענדע. איך האב אבער יא א נאטורליכע דראנג און חשק צו וויסן דעם אמת אין יעדע זאך.
ווען עס האט גע'מבול'ט א ים מיט פאמפלעטן און אויפקלערונגען איבער די הארבקייט פון אויפגראבן א בית הקברות אין ב"ש, האב איך פרובירט נאכצוגיין די פאקטן, און געזען אז דער גאנצער מערכה איז הוילע בלאף מיט א לבוש פון "בלתי לה' לבדו".
ליינענדיג אבער די הסברות פון די נטורי קרתא, און נאכגייענדיג די פאקטן, האט מיר יא אויסגעזען אז זיי רעדן מער צו דער זאך. איך רעד נישט פון די מענטשן וועלכע באלאנגען דארט, באשר הם מענטשן (אדער אוממענטשן). איך רעד פון דעם געדאנק פון גיין לעקן די אראבער אדער צו גיין צוזאמען מיט די אראבער אויף פראטעסטן.
ווען דיין בעק-יארד וואלט זיך געגרעניצט מיט אן אויפגערעגטן גוי'ס בעק-יארד, און איינער איז געקומען און געשעדיגט דעם גוי'ס פראפערטי, און דער גוי, מיינענדיג אז דו האסט עס געטון, האט זיך אויפגערעגט עד כדי רציחה ועד בכלל. וואלסטו זיכער זיך געגאנען לעקן צו אים און אים אויפקלערן אז דאס האט גארנישט מיט דיר, און דו וואלסט מיטגעגאנגען מיט אים צו די פאליציי, און אפילו ביז צום געריכט, צו העלפן מיט די אויספארשונג און אויפווייזן אז דו האסט נישט קיין שייכות מיט די שאדן, ולא עליך תלונותיו. דאס איז זייער גלייך געטראכט, און דאס איז וואס דער געדאנק פון די נטורי קרתא טראגט מיט זיך.
דו מוזט נישט מיטשטימען דערמיט. האסט די פולסטע רעכט דאס אפצופרעגן. אבער מיט'ן רעדן פון זייערע באנדאזשירטע ברילן, און צי זיי לאזן איבער די פאמיליע און דאווענען אן מנין, און צי זיי דרייען זיך אין א שמוץ-פארפולטע בעיסמענדל, מיט א טיש אויף מילך קעסטלעך, און אז מענטשן האבן זיי פיינט און זיי זענען אראפגעקוקט וכו'; מיט דעם האסטו קיינעם נישט אפגעפרעגט, און גארנישט ערקלערט.
.I told the doctor I broke my leg in two places. He told me to quit going to those places
Henny Youngman ~
באניצער אוואטאר
רפאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:04 am

רפאל האט געשריבן:ווען דיין בעק-יארד וואלט זיך געגרעניצט מיט אן אויפגערעגטן גוי'ס בעק-יארד, און איינער איז געקומען און געשעדיגט דעם גוי'ס פראפערטי, און דער גוי, מיינענדיג אז דו האסט עס געטון, האט זיך אויפגערעגט עד כדי רציחה ועד בכלל. וואלסטו זיכער זיך געגאנען לעקן צו אים און אים אויפקלערן אז דאס האט גארנישט מיט דיר, און דו וואלסט מיטגעגאנגען מיט אים צו די פאליציי, און אפילו ביז צום געריכט, צו העלפן מיט די אויספארשונג און אויפווייזן אז דו האסט נישט קיין שייכות מיט די שאדן, ולא עליך תלונותיו. דאס איז זייער גלייך געטראכט, און דאס איז וואס דער געדאנק פון די נטורי קרתא טראגט מיט זיך.


אבער וואס וואלט פאסירט ווען דער גוי פארשטייט נישט זיין שפראך, ער כאפט נישט וואס ער וויל? און לאמיר זאגן אז ער קען אים גלעטן, אבער א דאנק דעם איז ער גורם אז זיינע שכנים זעען אז די אידן זענען אליין צוריסן צווישן זיך. און לאמיר זאגן ער כאפט יא וואס ער זאגט, האט ער אים נאך אלס פיינט. איין אראבער הארור האט זיך לעצטענס אויסגעדריקט: מיר האבן זיי נישט פיינט וועגן ארץ ישראל, מיר האבן זיי פיינט ווייל עס איז א מצוה זיי צו הרג'נען רח"ל..
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1468
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

הודעהדורך רפאל » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:23 am

דו זאגסט שטארקע נקודות. דאס מיינט אבער נישט אז דער מענטש וואלט נישט כאטש "פרובירט" צו טון וואס ער קען. וואס טוט דען נישט א מענטש להציל את נפשו? אפילו ווען ער איז נישט זיכער אז עס וועט זיך ארויסשטעלן צום סוף סוקסעספול.
ביי אונזער פאל ווייזט דער מציאות אז כאטש וואס עס זענען טאקע דא איבערגענוג אראבערס וועלכע וואלטן צוריסן א איד, אפגעזען צי ער איז זיין פיינט אדער נישט. איז אבער נאכאלץ דא א גרויסע פראצענט פון זיי וואס פארשטייען יא דעם קאנצעפט, און עס האלט זיי צוריק פון שעדיגן א איד, ווען ער ווייסט אז יענער שטייט אויף זיין זייט.
דאס איז א פאקט וואס ווערט באשטעטיגט פון אסאך אראבישע נייעס קוועלער און באריכטן. און איך האב עס שוין אמאל מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן.
.I told the doctor I broke my leg in two places. He told me to quit going to those places
Henny Youngman ~
באניצער אוואטאר
רפאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!

הודעהדורך סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:40 am

לאמיך הערן די מעשה וואס דו האסט מיטגעהאלטען מיט די אייגענע אויגען.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2714
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2324 מאל

הודעהדורך רפאל » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 11:50 am

איך בין געווען אונטערוועגנס אין א לופטפעלד מיט א גרופע אינגעלייט. ווארטענדיג אויפ'ן צווייטן פליגער זענען צוגעקומען צו אונז א גרופע אראבערס, און אונז געזאגט אז לויט אונזער טראגע זעט אויס אז מיר זענען נישט פון די שלעכטע וועלכע ווילן זיי טשעפענען. (עס איז געווען דעמאלט אנגעצויגן אין אר"י). מיר האבן געשמועסט מיט זיי, זיי האבן אונז געזאגט אז זיי האבן געליינט די וועבסייטס פון די נטורי קרתא און זיי פארשטייען דעם קאנצעפט, זיי האבן געבעטן אז זיי ווילן האבן א בילד מיט אונז.
דאס איז געווען מיין ערשטער ערפארונג מיט די נטורי קרתא, און דאס האט מיר געברענגט צו ליינען מער פון זיי און צו וועלן פארשטיין וואס זייער ציל איז.
.I told the doctor I broke my leg in two places. He told me to quit going to those places
Henny Youngman ~
באניצער אוואטאר
רפאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:15 pm

דער וואס קען די אראבישע מענטעליטי ווייסט אז דאס מיינט גארנישט.
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2737
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1275 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:21 pm

פרייוויליג האט געשריבן:
רפאל האט געשריבן:ווען דיין בעק-יארד וואלט זיך געגרעניצט מיט אן אויפגערעגטן גוי'ס בעק-יארד, און איינער איז געקומען און געשעדיגט דעם גוי'ס פראפערטי, און דער גוי, מיינענדיג אז דו האסט עס געטון, האט זיך אויפגערעגט עד כדי רציחה ועד בכלל. וואלסטו זיכער זיך געגאנען לעקן צו אים און אים אויפקלערן אז דאס האט גארנישט מיט דיר, און דו וואלסט מיטגעגאנגען מיט אים צו די פאליציי, און אפילו ביז צום געריכט, צו העלפן מיט די אויספארשונג און אויפווייזן אז דו האסט נישט קיין שייכות מיט די שאדן, ולא עליך תלונותיו. דאס איז זייער גלייך געטראכט, און דאס איז וואס דער געדאנק פון די נטורי קרתא טראגט מיט זיך.


אבער וואס וואלט פאסירט ווען דער גוי פארשטייט נישט זיין שפראך, ער כאפט נישט וואס ער וויל? און לאמיר זאגן אז ער קען אים גלעטן, אבער א דאנק דעם איז ער גורם אז זיינע שכנים זעען אז די אידן זענען אליין צוריסן צווישן זיך. און לאמיר זאגן ער כאפט יא וואס ער זאגט, האט ער אים נאך אלס פיינט. איין אראבער הארור האט זיך לעצטענס אויסגעדריקט: מיר האבן זיי נישט פיינט וועגן ארץ ישראל, מיר האבן זיי פיינט ווייל עס איז א מצוה זיי צו הרג'נען רח"ל..

@פרייוויליג דאכט זיך מיר אז @רפאל האט געשריבן גלייך אנהויב אז ער זאגט נישט אז זייער מהלך איז די ריכטיגע סך הכל אז זיי האבן א מהלך וואס זיי האלטן אין לאמיר דן זיין איבער דעם אהן שרייען און בילען. איז עס וואלט גיוועהן ערווארטעט אז ווען איינער עפענט א אשכול די געשיכטע פון נתורי קרתא! זאל ער זיי אביסל באשרייבן וואס זייער שיטה איז און וואס די כותב האלט איז נישט ריכטיג וכו' אבער נישט סתם שפעטן און גיסן שנאה.
פאר אזא אשכול קען ער מאכן א קעפל נטורי חרתא און יעדע וואלט געוויסט וואס די כותב וויל.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1266 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:29 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:בערל כ'האב נארוואס ערהאלטן א אישי פון דיין הארץ דאקטאר. ער טענה'ט אז עס איז זייער נישט גוט פאר דיין הארץ און בלוט דרוק זיך צו דרייען אין דעם אשכול. ער זאגט מיר קלאר אויב ווילסטו זוכה זיין צו אריכות ימים ונשים... זאלסטו שטיין ווייט פון ציגערעטלעך און נטורי קרתא אשכולות.

:lol: :roll: :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9868
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6131 מאל

Re: קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!

הודעהדורך יעלה ויבא » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 4:54 pm

C/P ‏יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר אראפאט זי"ע
חסידים זענען מתפלל על קברו
בייגעלייגטע פיילס
uploadfromtaptalk1447275166934.jpg
uploadfromtaptalk1447275152666.jpg
uploadfromtaptalk1447275152666.jpg (43.19 KiB) געזען געווארן 984 מאל
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 213
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 1939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 251 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 4:58 pm

Old picture
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1761
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1533 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 12:20 pm

ליפא האט געשריבן:Old picture

נאך אלץ א רשעות
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1103
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 12:51 pm

גערעכט. ווייז מיר ווען און וואו נאך, זענען ערליכע אידן געגאנגען באזוכן א קבר פון א גוי טמא ומטמא...!
און זיי זענען נאך גערעכט... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9868
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6131 מאל

Re: קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 4:59 pm

קברי עכו''ם איז נאר נכון להחמיר אז ס'איז מטמא.
ווידער קברי צדיקים זענען, עכ''פ לויט די געפסקנ'טע הלכה, יא מטמא.
ביטע פאררעכטען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5664
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5380 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:04 pm

ליטוואק רעדט הלכה; בערל השקפה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14365
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16798 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:43 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:ליטוואק רעדט הלכה; בערל השקפה.

שמעקעדיג: א ליטוואק בלייבט א ליטוואק. (נאטהינג פערסאנאל. ליטוואק פון בודאפעסט.(
מ'דערציילט אז ס'זענען אמאל געזיצן דריי אידן און האבן געלערנט צוזאמען, ווען ס'איז זיי אונטערגעקומען די גמ' וואו ס'שטייט איבער די תלמידים פון ר' עקיבא, וואס דער קלענסטער פון זיי איז געווען יונתן בן עוזיאל. זאגט דארט די גמ'..."עוף הפורח באוויר נשרף"...רופט זיך אן דער חסיד מלא התפעלות. רבותיי קוקט'ס וואספארא הייליגער איד דער יונתן בן עוזיאל איז געווען...!
דער ליטוואק האט אריינגעטראכט אויב יונתן בע"ז איז מחוייב צו באצאלן, ווייל ער האט גורם געווען אז די עוף זאל פארברענט ווערן.
און דער אונגערישער האט געזאגט...ס'ארא גוט שטיקל געבראטן פלייש... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9868
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6131 מאל

Re: קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!

הודעהדורך ירא שמים » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:47 pm

נאכאמזל סאזי נישטא קיין קבר פון היטלער, אפשר איז יא דא אין ארגענטינע? איינער ווייסט?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 992 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט