תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי 2 יאר צוריק?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1060 מאל

תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי 2 יאר צוריק?

שליחה דורך גר ותושב »

תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי פאר די פאריגע עלעקשאנס???

בטרם אתחיל וויל איך זאגן אז איך אליינס האב נאך נישט אפגעמאכט וואס די ריכטיגע זאך צו טוהן, איז איך וויל בסך הכל איבערשמועסן דא וואס איך הער אין גאס, און מיין מיינונג, און זעהן וואס דער עולם האלט, צי די עולם איז יא אדער נישט מסכים מיט מיר.

איך וויל עס אוועק שטעלן אויף דריי חלקים.

חלק א. ביסטו יעצט אין א בעסערע מצב ווי צוויי יאר צוריק?

חלק ב. ווי אזוי קוקסטו פאר וועט אויסקוקן די קומענדיגע צוויי יאר ביז די קומענדיגע אלעקשענס?

חלק ג. ווי אזוי וועט עס אויסקוקן אין דריי יאר ארום נאך די עלעקשנס?

חלק א:
זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי צוויי יאר צוריק בעפאר די עלעקשנס? (פארשטייט זיך די שאלה איז נאר פאר די וואס האבן דא געוואוינט דעמאלט און וואוינען נאך אלץ דא)

אויב די ענטפער איז יא מיינט דאס אז איר זענט פון די אזוי גערופענע עסקנים וואס האבן פארדינט גרויסע געלטער אויף אונזער חשבון, אדער א קרוב אדער א ארבעטער צו זיי, אדער וואוינט איר נישט אין מאנסי, און ביטע שטעלט אייך אפ, דאס איז נישט געשריבן געווארן פאר דיר, אדער לייען עס יא און צי צוריק פון דיינע מעשים תעתועים, אדער אויב זענט איר איינגעשפארט בד' אמות של תורה און מ'האט אייך איינגערעדט שטותים דורכן קאנעקשנס און קול מבשר און איר גלייבט א יעדע ווארט באמונה שלימה ואין להרהר אחריה דאן זייט ממשיך צו ליינען, אפשר וועט איר קלוגער ווערן.

למעשה עס איז נישט קיין סוד אז תושבי מאנסי זענען אין אסאך א שווערערע מצב יעצט מער ווי צוויי יאר צוריק, אנגעהויבן מיט טרעפיק וואס איז נישט צום אויסהאלטן, סיי יעדן טאג בשעת די סקול באסעס דרייען זיך אויפן גאס, און בפרט ערב שבת ויום טוב וואס איז ממש כמהפכת סדום ועמורה, און ווער עס גלייבט נישט זאל כאפן א בליק אויף Waze און וועט זען דעם חורבן, און אזוי ווי איינער האט שוין דא געזאגט דאס איז נאך בעפאר די נייע בילדינגס אויף 306 און main street זענען באוואוינט, שטעלט אייך פאר ווי אזוי עס וועט דעמאלט אויסקוקן, און דאס איז אלעס א דאנק די הונדערטע נייע דירות וואס קומט צו יערליך דורך אונזערע עסקנים פון מאנסי וואס מיינען פארשטייט זיך נאר אונזער טובה מיט זייער אייגענע טאש כידוע.

לאמיר גיין ווייטער, ווער צאלט דא ווייניגער רענט ווי צוויי יאר צוריק?
לכאורה וואלט דאך געדארפט פאלן די פרייזן נאך וואס מען הערט נישט אויף צו בויען בנינים על גבי בנינים גג על גג וואס דאס איז דאך די גורם פאר אלע טרעפיק.

און דערווייל די פרייזן צו קויפן א הויז איז געשטיגן אין די צוויי יאר מיט מאתים אלף!!!

און זאג נישט אז די וועליא פון די הייזער זענען געשטיגן, ווייל גיי קוק אין באנק וועסטו זען אז זיי געבן נישט קיין מארגידשעס לויטן פרייז נאר לויטן ריכטיגן וואליו, און פאר דעם איז אסאך שווערער צו באקומען א מארגידזש היינטיגע טעג, אין דעם זענען די זעלבע עסקנים וואס זאגן אז זיי מיינען טובות מאנסי דירעקט שולדיג, און איינער האט דען א הוה אמינא אז עס גייט זיך דען אפשטעלן???

און אז עס זענען שוין נישטא קיין פלאץ אין מוסדות התורה פאר תושבי מאנסי זענען אויך די זעלבע וואס קומען מיט די פאוסטערס אז זיי ראטעווען די מוסדות שולדיג, דירעקט צו אומדירעקט!!!

די איינציגסטע אויפטו מיט וואס זיי קומען אונז איבערצייגן מען זאל זיי ווייטער שטיצען איז אז ער האט אונז געשפארט %5 אויפן יוטיליטי ביל... די מאכסט ליצנות? די געז אליינס צו שטיין אין טרעפיק קאסט שוין עשרת מונים מער דערפון, אונזער גאנצע פיוטשער האט מען אונז צוגרינד געלייגט, א דורכשניטליכע יונגערמאן פון מאנסי וואס וואוינט אין מאנסי און ארבעט אין מאנסי האט מער נישט קיין שום אויסזיכט צו קויפן א הויז אין מאנסי, סיי אלס די הויכע פרייזן וואס דאס האט גורם געווען אז א דאון פעימענט זאל זיין מורא'דיג הויך, און סיי אלס מארגידזש. ווער אין מאנסי מאכט דען אזוי סאך געלט צו קויפן א קאנדא פאר 900,000????
אבער זיי האבן אונז געשפארט %5 אויפן ביל! איך ווייס נישט צי איך דארף וויינען אדער לאכן!!!

חלק ב:
ווי אזוי גייט מאנסי אויסקוקן אין צוויי יאר ארום?

איז אויף די צד אז די שונאי ישראל גייט געווינען, קוקט אין די קאנעקשענס און הער אויס קול מבשר ווי זיי לייגן אראפ א בילד שווארצער פון שווארץ ווי אזוי עס גייט אויסקוקן.

איך וויל אבער אראפלייגען די בילד פארקערט, ווי אזוי גייט מאנסי אויסקוקן אויב דער אוהב ישראל גייט געווינען.
און אזוי ווי זיי טוען וועל איך טוהן אויף פארקערט, און איך וועל אויך אראפלייגן די בילד אויף א שווארצע אופן.

א איין בעדרום דירה וועט קאסטן ארום פופצן הונדרעט דאלער (איך האף איר חלומ'ט נישט אייער זין אדער איידים זאל לערנען אין כולל), א צוויי בעדרום דירה וועט שוין קאסטן קרוב צו אכצען אדער אפילו ניינצן הונדערט דאלער, און דארט וועלן וואוינען די מאנסי משפחות וואס האבן קיין עין הרע א דאזן קינדער אבער זיי קענען זיך נישט עפפארדען א גרעסערע דירה וואס קאסט שוין באלד צוויי א האלב טויזנט דאלער.

און די גרויסע פיר שטאקיגע (עס איז שוין דא איינס אויף מעין סטריט) אפארטמענט בילדינגס וועלן וואוינען די נייע געקומענע תושבים וואס זענען ברוך השם ארויס מצרה לרוחה (מיט די הילף פון די עסקנים וואס מיינען פארשטייט זיך די טובה פון מאנסי), די גאסן וועט אדער זיין אנגעלייגט מיט טרעפיק איבעראל, אדער וועט עס זיין ליידיג ווייל די מאנסי איינוואוינער וועלן נישט קענען עפארדען א קאר, און די נייע תושבים פארן אריין אין שטאט ארבעטן צו באקומען גרעסערע געלטער דארט פאר די ביליגערע דירות דא, אבער עס וועט זיין פול מיט טרעפיק פון די באסעס, און עס וועלן זיך אוודאי עפענען אפאר נייע מוסדות וואס וועט הייסן מוסדות וויליאמסבורג (עס איד שוין דא א וויליאמסבורג פעדיעטריקס) וואס וועט פארשטייט זיך זיך האלטן אויף וואקעלדיגע פיס ווייל די נייע תושבים וועלן האבן די געלט צו שיקן די קינדער אין די באזעסענע מוסדות אבער די תושבי מאנסי נישט, איז זיי וועלן שיקן צו מוסדות וויליאמסבורג, עס וועלן זיך כסדר עפענען בתי מדרשים לרחצה, פארשטייט זיך אלעס וועט זיין טעקס עסעמפט מחמת רוב נדבנותו פון אונזערע עסקנים און סופערווייזער, אבער די כלל וועט דארפן באצאלן מער פראפעטי טעקס צו פארשטאפן די לעכער פונעם בודזשעט, און עס איז בלויז צו האפן אז עס זאל נישט זיין קיין עקסידענטס ביי די אלע איבערגעפילטע דרייוו וועיס.

און עס וועט אנקומען נאכאמאל א וואך צוויי פאר די וואלן און די קאנעקשנס וועט ווידעראמאל פרעדיגן מיט רויטע ווערטער די חסרונות פון די קעגנערס פארטיי, און פרובירן אפצושרעקן ווער עס האט נאר א הוא אמינא צו וואוטן פאר די שונאי ישראל און ארויס ברענגען אז מען האט געשפארט %5 אויפן יוטיליטי ביל און עודך כי עניתני, די כלל וועט גיין וועהלן כצאן לטבח יובל פאר דעם אוהב ישראל וואס אונז זענען מחויב הכרת הטוב וכו' וכו'.

בקיצור נמרץ, איך האב איבערגעטריבן, אבער די עסקנים האבן אויך היבש איבערגעטריבן, אין די היינטיגע אמעריקע קען מען נישט צומאכן קיין 60 מוסדות, עס איז דא א קאורט ווי מען האט שוין געווינען אקעגן זיי כמה פעמים אין אירמאנט, און עס איז דא א מידיא און עס איז דא שתדלנים און אלבאני וכו', מען קען נישט אראפשיקן פאליצי צו יעדע הויז אין מאנסי זוכען פאר איליגעל דירות אן קיין ווארענט פון קאורט, און מען קען זיי ארויסוועלן צוויי יאר שפעטער.

למעשה איך זעה פאר מיר א שווערע פיוטשער פאר אונזער באליבטע שטאט מאנסי נאך די יעצטיגע עלעקשנס, צי דו קוקסט אויף די שווארצע בילד פון די עסקנים אויב די שונאים געווינען, אדער אויב דו קוקסט אויף די אופן ווי אזוי עס וועט זיך ווייטער פירן דורך די עסקנים געשטיצטע אוהב ישראל, ביידע מיינען נישט אונזער טובה, איינער זאגט עס קלאר און די אנדערע האט שליחים וואס כבוד עצמם הם דורשים און קומען אונז פארקויפן אז זיי מיינען אונזער טובה אבער ביז דערווייל ווערן אונז באגראבן.

חלק ג:
ווי אזוי וועט מאנסי אוסקוקן אין דריי יאר ארום נאך די עלעקשאנס?

טאמער דער אוהב ישראל וועט יעצט און דעמאלט געווינען ווען מען קענען זיצען שבעה נאך מאנסי, די דיזעסטער פון די סענט לאורענס תקופה וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגן, מען וועט דעשרעקן די עולם יעדעס מאל צו וואוטן פאר אים, והוא כל הישר בעיניו יעשה, די פרעמדע תושבים וועלן אויך נישט קענען אויסהאלטן דא צו לאנג אן קיין חלק שמונה און אן קיין וועלפעיר און מיט הויכע שכר לימוד, און פארשטייט זיך דער אוהב ישראל וואס איז שוין אויפן בענקל קרוב צו צוואנציג יאר ווער ווייטער פירן מאנסי מיטן פיטום אראפ, אבער טאמער דער שונא ישראל וועט יעצט געוואונען וועט מען זיך אפשר טאקע מוטשענען מיט אסאך פראבלעמען, אבער אויף ביז דערווייל וועט כאטש זיין א סטעי אויף די הפקרות'דיגע בויעריי, און האפענטליך וועט מען זיך אביסל קענען אויסגלייכן מיט אים, עס וועט אפשר נישט זיין קיין עולם התיקון אבער א הצלה פורתא וועט יא זיין, און נאך פיר יאר וועט מען זיי ארויסשטויסן און מען וועט טרעפן א נייעם סופערווייזער וואס האפענטליך וועט ער זעהן אז ער מוז זיך צושטעלן צום המון עם, ווייל טאמער נישט וועט ער האבן א פנים ווי די צוויי פריערדיגע, וועט אים יא אנגיין דער שלום העיר און דעם גאנצן כלל און מען וועט קענען דעמאלט מתקן זיין אלס וואס פעלט אויס.

תמצית הדברים עס איז נישט דא קיין שום פיוטשער פאר מאנסי איינוואוינער מיטן יעצטיגן סופערווייזער, קוקט דורך אלע עדס וועלן ענק זען אז זיי זענען גארנישט מבטיח אויף ווייטער, זיי דערשרעקן נאר און זיי פלאנען אונז גארנישט צו געבן אויף ווייטער, און ער וועט נאר ווייטער קאליע לייגן אונזער פיוטשער, און כדי צו געווינען נאכאמאל אונז ווייטער אנשרעקן, אבער די צד שכנגד קען זיין ביטער ווי גאל אבער קען זיין אז עס איז א בעסערע אינוועסטמענט פאר אונזער פיוטשער אויף די תוצאות נאכדעם.

דאס איז וואס איך טראכט. איך האלט עס איז שוין אפשר אביסל צו שפעט צו עס אויספירן, און אדרבא אויב איינער האט א אנדערע וועג ארויס פון דעם פלאנטער זאל זיך ביטע אנרופן.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר