שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:11 pm

דאס וואס @moshav zekeinim שרייבט איז נאר ריכטיג אין געוויסע אומשטענדען. יא, מ'קען נישט אנפייפען די סביבה און די עלטער'ן, משפחה און באקאנטע אין פנים און נישט ווערען געשעדיגט. אבער די יסודות פון וואס ס'פעלט אויס צו לעבען אן אמת'ער לעבען קען מען יא איינקריצען אין די קינדער.

אונז האלטען מיר אין א מצב אז וויבאלד מ'האלט אין איין לעבען א לעבען פון שקר, דעריבער ווייסט מען שוין נישט וואס איז די אמת. ווען א מענטש רעדט אז ער זוכט א שידוך 'אויפצושטעלען דורות', ווייסט ער נאך נישט וואס ס'גלוסט זיך איהם, ער ווייסט נישט וואס ער דארף אין א ווייב, ווייל ער רעדט אלס פון נערישקייטען ווי 'אויפשטעלען דורות'. דער זעלבע איז אין א סאך פונקטען אין לעבן.

ווען מ'האלט אין איין זיך באציען צו די קינד אין אן אופן אז ער זאל וויסען וואס טוט זיך, וואס ער וויל און וואס ער זוכט, האסטו אונטערגעשטעלט די פרבלעם פון פאר ס'הייבט זיך אן. ווען ער וויל נישט עסן עפעס א מאכל, צווינג איהם נישט, פרעג איהם פארוואס און לערן איהם אויס צו וויסען וואס ער וויל, און פארוואס. אזוי וועט ער זיך אנטוויקלען אלס א מענטש (דרך אגב, אסאך מאל ווען א קינד ווייסט נישט וואס ער\זי וויל, איז לייכט איהם צו פארדרייען א קאפ, און ער קען זיין א קרבן פאר מאלעסטער'ס, ווייל זיי ווערען איינגערעדט אז זיי האבען א חבר און די אומאיינגענעמ'ער געפיהלען ווערן באגראבען, ווייל זיי זענען נישט אנערקענט ביים וויקטים).

נאך א לעזונג וואס שטערט נישט די ארום און ארום. ס'איז כמעט אוממעגליך צו בלייבען אינ'ם געזעלשאפט און אויסלערנען דער קינד געהעריג לימודי חול, רעדען ענגליש, בילדונג ועוד. אבער איין זאך קען מען יא טוהן, וכבר כתבתי בזה במקו"א. מ'קען ערוועקען די נייגער פון א קינד אויף יעדער זאך, מ'קען איהם אויסלערנען נישט צו זיין א בהמה מיט קעלבענע אויגען וואס זעט נישט וואס איז ארום איהם. ווען איינער פיהרט זיך אויף אז אויף יעדער זאך וואס מ'זעהט קלערט ער און פרעגט ער וואס און פארוואס, און ער זוכט וואס ליגט אונטער יעדער געשע'עניש, אזוי וועט די קינד ממילא זיין נייגעריק ארויסצוקוקען פון זיין ד' אמות און אזוי וועט ער נישט בלייבען מיט דער קטנות'דיגע בליק פון אן איינגעצוימטע כ'ניאק.

און אזוי אויך מיט וויסענשאפטען פון אבסטראקט. ווען מ'רעדט אויף אן אופן וואס שעצט יעדער מיינונג, יעדער דבר חכמה, אפגעוועזען צו מ'האלט אזוי פערזענליך צו נישט, שטויסט מען זיך נישט אן אין אנדערע, אבער מ'ברענגט אריין א גייסט פון מחשבה, שכל און טאלעראנץ. ווען אזא אינגעל צו מיידעל דארף לערנען ענגליש אדער רעכענען אדער ער דארף זוכען ארבעט אינדערויסען פון די שמאלער געזעלשאפט, האט ער\זי די כלים אריינצונעמען עפעס אינדערויסען פון זיך. מ'שרעקט זיך נישט פון נייע זאכען און מ'קען זיך ספראווען מיט פרישע ערפינדונגען.

טאמער די זאכען קומען צוזאמען מיט אידישע קענשאפטען און השקפה, מיט גרונטליך קענען די יסודי הדת, און א פרייליכער אידישער אויפיהרונג, נישט נאר אז ס'וועט נישט קיילע מאכען דער אידישקייט, נאר צוגעבען און אויפבויען. די מהלך המחשבה וועט איהם טיפער מסביר זיין תורה, בעסער מקיים זיין מצוות ווען ער פארשטייט אן עומק אין יעדער זאך, און לייכטער קענען בוחר זיין בטוב אפילו ווען אלע ארום איהם זענען בוחר ברע. אזא איינער ווייסט אז ער איז אויך א מענטש און זיין מיינונג און נאר זיין מיינונג איז איהם מחייב, נישט דער אונטעשטער שורה פון די מענטשהייט וואס פיהרט די אומגעוואשענע מאסען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7216 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:14 pm

און נאך א זאך פאר ר' מושב, די רעוואלוציע וואס דו רעדסט וועט גארנישט לעזען. א רעוואלוציע אן א קלארער סיסטעם און ציל, וועט עפ"י רוב זיין ערגער ווי וואס איז געווען פאר דעם, עיין ערך קאמיוניזם ועוד. טאמער מ'נוצט די שכל אויפצובויען, דארף מען נישט קיין מעכטיגע רעוואלוציע, מ'קען שטילעהייט טוהן וואס מ'דארף, און דער וואס וויל געניסען דערפון וועט מצליח זיין. דאס איז א חלק פון די אויפטו פון פלעצער ווי ק"ש, אז מ'קען אויסלופטער'ן די פרטים פון די רעוואלוציע און אזוי ארום נישט זיך אנשטויסען מיט די זעלבע צו ערגער פראבלעמען ווי ס'איז געווען אין די אלטע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7216 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:17 pm

@קלינג, דו זאגסט דאס וואס געוואלדיג זאגט, נאר ביסט מוסיף אז די קינדער וועלן כאפן דעם רמז שפעטער. דאס איז ווי מען זאגט "אדער אדער נישט".

מיין צוגאנג איז דוקא פייטן מיט די סיסטעם, און אזוי ווי קפה רופט עס אן "פארשווענדן" צייט, אבער מיין עצה איז טאקע צו פארשווענדן צייט דערפאר און נישט סתם דא און דארט שרייבן און קלאגן אויפן אינטערנעט, מען דארף טון צו דער זאך מיטן גאנצן קראפט און אפילו אגרעסיע.

לכאורה איז אלו ואלו דברי... געוואנדן לויט יעדן'ס נאטור און מצב.

עס זענען פארהאן אזעלעכע וועלעכע זענען בטבע משלים מיט א אורח חיים השולטת אפילו עס איז פראבלעמאטיש.

און פארהאן אזעלעכע וואס וועלן בשום אופן נישט משלים זיין דערמיט און וועלן עס פייטן, טייל אויף סטארטעגישע אופנים און טייל סתם און די וועלט אריין. טייל וועלן נישט צופיל איינשטעלן און אנדערע וועלן גיין ביז מסירת נפש, בכל נפשך ובכל מאודך, און פון די סארט מענטשן האט זיך די וועלט געטוישט, פון די מענטשן וואס האבן נישט געזיכט קיין עצות וויאזוי צו משלים זיין מיטן סיסטעם. יא, עס קאסט א פרייז, טייל מאל א גאר טייערער פרייז, אבער דאס איז וואס מען דארף טון ווען מען וויל א טויש, און די מענטשן וועלן פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אין די היסטאריע. אלעס וואס מען דארף איז, גלויבן אין א רעוועלוציע, און ממאס זיין מיטן גאנצן הארצן די היינטיגע דרך החיים פונעם היימישן סיסטעם, שקץ תשקצנו.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד

הודעהדורך קפה נמס » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:23 pm

@ליטוואק
צו טון די אויבנדערמאנטע עצות, דארף מען נישט פייפן אויף די סביבה און די עלטערן. און די וואס טוען עס אויף א אופן וואס ברענגט קאנפראנטאציע מיט די ארומיגע, איז געווענליך די מערכה די ציל, נישט די מיטל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קפה נמס אום מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:29 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 2:28 am
האט שוין געלייקט: 241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 318 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:24 pm

א רעוואלוציע קען זיין פאזיטיוו און ס'קען זיין נעגאטיוו. דער קאמיוניסטישע רעוואלוציע האט בכל לב ולב ממאס געווען אינ'ם צאר, און ס'איז ארויס די קאמיוניסטען מיט זייער'ס. די אמעריקאנער האבען געטראכט און געקלערט וויאזוי צו פארמיידען און נישט אנצוקומען צו די זעלבע שטאפל ווי די ענגלאנדער רעגירונג, און זייער רעוואלוציע איז געלונגען.
דאס פייטען מיט די סיסטעם איז נישט די איינציגסטע אויסדרוק פון מיאוס דערפון.
און דער וואס טוט שטילעהייט איז נישט 'משלים מיט די סיסטעם', פונקט ווי דער וואס גייט אין כנסת איז נישט קיין 'מודה בעבו"ז הציונית'. אזוי שלאגט ער זיך און אזוי האלט ער זיי צוריק פון איהם קיילע מאכען. דורכ'ן נישט זיך אראפ לאזען צו זייערע נידריגקייט און דורך פארשטייען וויאזוי זיי זענען ביז דארט געפאלען און זיך ראטעווען דערפון.

@קפה נמס האקט, נאר דוכט זיך ער זאגט ווי מיר. איך רעד פון זיך אויסדרייען אן צו פייטען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7216 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:27 pm

ליטוואק, די שאלה איז וואס מיינט אויפטון? עס זענען פארהאן אזעלעכע וואס כל מגמתם איז איין זאך און דאס איז בטל מאכן דעם אייזענעם פויסט פונעם סיסטעם, אראפ רייסן די אייזענע פארהאנג. איי עס עס קען ווערן כאאס? על מנת כן! דער שטייפער היימישע רעדזשים מוז צוברעקלט ווערן, און אז דאס וועט געלונגען וועט עס הייסן אויפגעטון.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:31 pm

And this is where I get off
ווען די גאנצע ציל איז צוברעכען יענעמ'ס פויסט, איז דאס סתירה נישט בנין, און דאס איז ווי איינער קוקט נאר אויפ'ן משל און נישט אויף די נמשל, ער אנטלויפט פון סקווער קיין גר, ברח מהדוב ופגע את הארי, פון ווערען דערדרוקט ביז צו דערדרוקען אנדערע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7216 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 5:56 pm

אט טאקע דאס מיינט רעוועלוציע, ווען מענטשן ווערן מיד פון א געוויסער סיסטעם וויל מען מער פון גארנישט וויסן אויסער יענעם'ס פויסט צוצוברעכן, דאס איז א ציל פאר זיך, און הכל רוח וויפיל מער מען וועט פארדינען דערפון, דער גרעסטער פארדינסט איז סייווי אז דער פעלזנפעסטער אומבויגזאמער רעדזשים איז געפאלן.
און אין די כמות פון די איבריגע פראקטישע פארדינסטן קען מען נישט זאגן קיין כלל, עס ווענד זיך פון וואס א רעוועלוציאנערן מען רעדט, צו זיי זענען מיושבים און עס ווענד זיך מיט וועמען מען שלאגט זיך.

דו האסט געברענגט א משל פון ענגלאנד מיט רוסלאנד. טאקי הוא הנותנת. די ענגלענדער, ווי כיטערע און דיקטאטוריש זיי זאלן נישט זיין, האבן זיי אין זיך געהאט איינגעזאפט מענטשליכע ווירדן כאטש אויסערליך, לפחות צו זייערס גלייכן, דערפאר זענען די רעוועלוציאנערן (וועלעכע זענען לרוב געווען ענגלישע) געווען סוקסעספול, ווייל זיי האבן געצילט צו א שיינע לעבן. און די ענגלישע רעגירונג, טראץ זייער שטייפער האנט האבן ביי א געוויסער פונקט אויפגעגעבן. (הגם אז די אמעריקאנער ברודער קריג ווייזט אז לאו דוקא, קשיה).

ווידער די רוסן, וועלעכע זענען אפעציעל געווען האלבע בארבארן און שווינדלער, האבן ביידע זייטן, די רעגירונג און די רעוועלוציאנערן, ארויס געוויזן זייער גייסט.

דאס זעלבע איז מיט די אראבישע מדינות, די רעגירונג וועט שחט'ן וויפיל עס לאזט זיך, און די רעוואלוציאנערן וועלן איינפירן א כאאס און מאפיאנעריש לעבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך moshav zekeinim אום דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 9:11 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 6:17 pm

לאור דאס וואס איך האב געשריבן קומט אויס אן אינטרעסאנטאר מציאות, נעמליך, אז דוקא דער ענגלישע מענטשליכקייט האט ערלויבט א סוקסעספולער רעוואלאציע, הייסט עס אז וואשינגטאן וגדידיו, האבן סוף סוף צו פארגאנקען ענגלאנד פארן סוקסעס, אפילו פארן געלעגנהייט אז זיי האבן זיך ערלויבט פיינט צו האבן ענגלאנד (אין רוסלאנד האט מען נישט געקענט פיינט האבן). דער כלל איז טאקע שפעטער באקאנט געווארן אין אמעריקא, אז, טאמער הערט מען שטארקע קריטיק אויף די רעגירונג איז משמע אז עס איז דא שטארקע פרידאם.

אונז אידן זענען סוף סוף גאנץ א פיין פאלק, נאר דער יצר הרע פארדרייט א סך מאל דעם קאפ און מנהיגים מיטן סיסטעם ווערן פארדארבן, דארף מען דעריבער געבן אפאר שנעלקעס אין די נאז, לא נבראו רעמים אלא לישר עקמימיות שבלב, און האפנטליך וועט זיך עס פיין אויסארבעטן, און מיר וועלן ארויס גיין מעבדות לחירות, מטיפשות לחכמה, ומלחץ לחופש, השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן

אבער אידעלעך, צו די ארבעט
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד

הודעהדורך ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 7:28 pm

נו, איך האב שוין צועגערייט מיינע שטעקענעס,(פאר א גאן האב איך נאכנישט קיין לייסענס…)
מושב דו בוסט מיט מיר, איא? ווער נאך? מי לה׳ אלי?
ביי וועלכע ישיבה הייבן מיר אהן?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 8:21 pm

דער אמת איז אז איינע פון די גרעסטע כוחות איז דער פעדער. און אינטערגעציפטע רעוואלאציע קען אמאל זיין מער עפעקטיוו (כל זמן מען וויל עס באמת אונטערברענגען). עס פעלט באמת גוטע שרייבער אויף צו מאכן א ריכטיגער איבערקערעניש. פון א כאריזמאטישער פיגור וואס קען בויען און צוזאמענהאלטן איז אפגערעדט. קטליא קניא דער אויסגערופנסטער שרייבער פונעם כלומר'שטן ניא אידישיזם, זיצט ערגעץ אין א בונקער אין ניו סקווער-מאנסי אדער ניו יארק סיטי, און נאך אלע באמבאסטישע שפיציגע צינישע קולטור געבראקטע רעיונות, גייט ער אין מקוה, שערט זיך אויף זערא, קרעכטץ וועגן שידוכים, און דער פרייער פויגל וואס האט אויסגעשפרייט זיינע פליגל שישים אמה פליענדיג אין די הימלען פון פרייהייט מיט צינישע פאכערייען איבער די טינקעלע געטאוס, איז צוריק אריין געפאלן אינעם לאך, א צעקלאפטער הושענה, דער פינסטערער לאך פון וואו ער האט אלעמאל געוואלט אנטלויפן רייצט זיך מיט אים, און איז זיך מתעלל מיט אים מיט געלעכטער זאגנדיג "אה? ביסט געפלויגן אין די הימלען, געלאכט פון מיר, האסט געמיינט אז דו וועסט אין די נאקעטע הימלען טרעפן דיין מקום, אט ביסטו צוריק דא, די גאנצע געלעכטער איז געגאנגען לטמיון!".

הכלל, האבן מיר שוין יא א שרייבער געהאט, קוקט ווי עס האלט מיט אים ליידער.

מיר דארפן העראאישע שרייבער, טאקע אזעלעכע קטלא קניא'ס וואס שרייבן אן מורא, און דוקא אויף מאמע לשון. עס דארף נישט זיין קיין אפיקורסות, אבער ליבעלאריזם פונעם חרידישן ענגן דיקטאט. סיפורי מעשיות פון בעלי מסירת נפש וואס האבן מקיים געווען דעם לך לך מארצך כדי צו לעבן א נארמאל לעבן וכד' וואלט געווען א שטארקער זאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך moshav zekeinim אום מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 12:31 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

Re: שקר לכתחילה פירט צו לעבן בדיעבד

הודעהדורך פליקער » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 9:02 pm

@קלינג: ס'איז קלינגעדיגע פרישע ווארע וואס פליקט שטיקער
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1678
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3530 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:52 am

ירא שמים האט געשריבן:דאס מחנך זיין מיט א אידעאל אז די עיקר איז נישט די וועלט וכו׳ איז לדעתי א חינוך אפי׳ מלעבט נישט מיט דעם באמת לאמיתו, סגעבט אריין אין קאפ צו וואס מדארף שטרעבן.

הלואי וואלטן מענטשן טאקע געדענקט צו וואס מ'דארף טאקע שטרעבן, וואלטן זיי זיך כאטשיג נישט קעגנגעשטעלט ווען איינער נעמט עס יא ערנסט. די פאקט איז אבער אז גאנץ אידישקייט איז נאר אינטערעסאנט ווילאנג ס'איז נישט נוגע למעשה, איינמאל מ'האלט ביים טראכטן אויף למעשה זענען די אלע הייליגע ווירדן פונקט אזוי נוגע ווי יאשקע.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1223
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:03 pm

וואס?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1229
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 5 געסט